וואס זאגן די חאניאקישע רבנים.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

וואס זאגן די חאניאקישע רבנים.

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]משום מה, דרייט זיך אזא געדאנק, ווי כאילו די מערכה אז מען זאל נעמען ערנסט די הוראות פון שטאט און מומחים וועגן דער מגיפה וואס בוזשעוועט, כולל אין אזוינע חלקים ווי דאווענען אינדערהיים וכדומה, איז עפעס א מערכה פון די 'קילע' אינגעלייט, די מיט די וואצאפ און די סמארטפונס און טוויטער קאנטעס. און קעגן דעם איז מען זיך ווייזט אויס מצייר אז די היימישע סמעטנע, די מיט די שיפע טאשן און קורצע הויזן, ביי זיי זעהט אוודאי אויס די רעדע גאר אנדערש, זיי פארשטיין דאך די חומר הדבר פון תפלה בציבור און גיין אין מקוה, זיי רעדן זיכער נישט אזויווי די היץ-קעפ וואס ווילן מסתם בכלל סתם רודפ'ן די ערליכע אידן און זיי משוגע מאכן, אפשר גאר האבן זיי א באהאלטענע אג'ענדע סתם אזוי צו פארמאכן מניינים און מקוואות.

אלזא, לאמיר איך דעציילען וויאזוי די רבנים המורים בעם וואס ענטפערן יעדן טאג שאלות למעשה פסק'נען. איך רעד נישט דא פון קיין רבנים מיט קליינע קאפלאך און געשטיצטע בערד. איך רעד דא פון די סאמע היימישסטע רבנים, דורכגעווייקטע חסידי'שע אידן מיט גרויסע ווייסע בערד, אזעלכע וואס פארפעלן נישט קיין תפלה בציבור אדער גיין אין מקוה אדער סיי וועלכער הלכה אדער הידור אדער חסידיש'ער ענין קיינמאל ווי לאנג דער יאר איז און ווי שווער עס זאל אנקומען.

וואס איך פארצייל דא איז נאר כטיפה מן הים פון די שעות וואס איך האב געשמועסט מיט היימישע רבנים ומורי הוראה די וואך. יא עס איז אמת עס איז דא א מיעוט, ממש א מיעוטא דמיעוטא, פון היימישע רבנים וואס זאגן אנדערש. איר וועט נישט גלייבען וואספארא ביטויים איך האב געהערט פון די רוב רבנים אויף די מיעוט און ווי מיואש זיי זענען פון זייערע קאלעגען. זייט זיכער אז דער גרעסטער אפיקורס אויף קאווע שטיבל טראכט נישט אויף די "רבנים" וואס רוב נארמאלע אנגענומענע חסידישע היימישע רבנים האלטן און זאגן אויף די יעניגע פאר.

[center]לאמיר רופען דער רב פרעגן א שאלה
[/center]
לאמיר איך פארציילען א טיפישע טעלעפאן קאל וויאזוי עס גייט ווען מען פרעגט פשוט א שאלה להלכה. איך וואוין אין קרוין הייטס און דאווען על פי רוב שבת ביים מנין פון הרה"ג ר' יוסל העליר שליט"א. פאר ווער עס ווייסט נישט, הרב העליר איז געווען פון די בית דין פון שכונה, און ווערט היינט פאררעכנט פאר אפשר דער פרומסטע מערסטע חאניאקישע קנאי'שע רב וואס איז דא דא. ביי עם איז למשל דער עירוב חזיר פסול און דער אינטערנעט אפילו נישט א זאך וואס מען מעג טראכטן דערפון.

זיך קענענדיג מיט עם קלינג איך עם אן און פרעג עם אויב דער רב האט עפעס הוראות כלליות וואס מען קען איבערגעבן וואס די דין איז אין דער מצב. ער האט כמעט נישט פארשטאנען מיין שאלה. זאגענדיק פארוואס פרעג איך עם, ער איז נישט קיין דאקטאר ער ווייסט נישט די מציאות. אויב דו האסט א שאלה,זאגט ער, קלינג אן א גוטע פריינט וואס איז א הצלה מעמבער, אדער א היימישער דאקטאר א ירא שמים, און ער איז מיר מדגים מיט נעמען פון די דאקטורים דא וואס געבן ארויס הוראות לציבור, און פאלג פונקטליך וואס ער הייסט דיר. לייגט דער רב צו. אויב דער דאקטאר טוישט זיין מיינונג, און זאגט א טאג אזוי און א טאג אזוי, איז דאס נישט קיין פראבלעם, די הלכה איז אז יעדער טאג זאלסטו טוהן וואס דער דאקטאר הייסט יענער טאג.

און וואס איז מיט תפלה בציבור וכדומה, וואס דאס איז א שאלה פאר א רב, ענטפערט ער מיר ער ווייסט אז די בית דין (וואס ער איז שוין נישט קיין חבר היינט) האט שוין פאר צוויי וואכן ארויסגעגעבן א פסק אז מען זאל דאווענען ביחידות, ווי אויך נאך הוראות על דרך זה, און ווילאנג איר האט נישט געזעהן אז זיי זאגן דער מצב האט זיך געטוישט דארף מען ווייטער פאלגן די הוראות.

איך האב עם פראבירט צו זאגן מענטשען זענען צומישט און איך וויל דער רב זאל געבן א כללות'דיגע מהלך וואס איך קען זיי איבערגעבן, זאגט ער נו עס איז דאך אלעס קלאר, איך האב אייך געזאגט וועם מען זאל פרעגן א שאלה, איך אליינס זאגט ער באקום כסדר שאלות איך ענטפער דא די טעלעפאן א גאנצער טאג, יעדער איינער וואס וויל וויסען ווייסט וואס ער האט צו טוהן.

נו פרעג איך אייך, איז דא עפעס נישט גענוג קלאר, איך האב דען עפעס ווייטער צו פרעגן דא, האב איך עם באדאנקט און א גוטן טאג. משום מה מיינען דא אנדערע אז עס איז דא אן אנדערע הוראה רווחת ביי די דיינים און רבנים, נו מיין רב לפחות זעהט בכלל נישט וואס די שאלה איז. ווער עס דארף זיין טעלעפאן נומער קען איך איבערגעבן, דאס איז ער מורה ובא פאר יעדער איינער וואס פרעגט.

[center]נאך חאניאקישע רבנים ידועים – מפיהם ומפי כתבם
[/center]
דאס וואס איך ברענג אין דער חלק איז כטיפה מן הים וואס איז דא, איך ברענג צאם פשוט פון אזוינע וואס איך בין אביסעל נאנט אדער האב פונקט געזעהן קלארע תשובות. ווי מער איך קלינג אן מברר זיין הער איך נאך און נאך ווי כמעט יעדער חסידישער רב און דיין האלט אויך אזוי בלי ספק. איך ברענג בכוונה נישט פון ליטווישע רבנים הגם עס איז דא גאר אסאך וויבאלד איך בין געצילט דא נאר אויף די היימישע חסידישע חאניאקישע וועלט.

די זעלבע קען יעדער איינער זעהן און הערן די קלארע פסק פון הרה"ג ר' אהרן שיף גאב"ד אנטוווערפען, אויך א חסידישע פרומע רב לכל הדעות, ווי ער זאגט קלאר אז די חיוב על פי הלכה איז אויסצופאלגען אלעס וואס די דאקטורים און די רעגירונג הייסען.

מען קען אויך זעהן די קלארע תשובה פון הרב חיד"ו ווייס, ווייטער א חאניאקישע רב לכל הדעות שבעולם, ווי ער שרייבט קלאר אז מן התורה איז מען מחוייב אויסצופאלגען די דאקטורים כולל מחלל שבת און יום כיפור, און ער פירט אויס "ולא אאמין שרב ומורה בישראל יורה שלא להתחשב עם דעת הרופאים בזה, והוראה כזו בטלה ומבוטלת כעפרא דארעא. והחיוב על כל אחד לעשות כל טצדקי למנוע התפשטות המחלה מעצמו ומאחרים, ולא לעבור על ונשמרתם מאד לנפשותיכם ועל לא תעמוד על דם רעך.

הרה"ג ר' נחום גרינוואלד איז דער באקאנטער חב"ד'סקער רב פון לעיקוואד, א תלמיד חכם ובקי נפלא בפרט אין ענייני חסידות ומחשבה דער עורך פון קובץ היכל הבעש"ט ועוד ספרים רבים בתורת החסידות, לכל הדעות א ירא שמים בתכלית א איד וואס איז נישט מבטל קיין שום מצוה דרבנן אדער תקנה פון ליובאוויטשער רבי'ן. ער האט גלייך די ערשטע טאג ווען עס איז ארויסגעקומען די ידיעה פארמאכט זיין בית מדרש, און אפגעשריבען א תשובה מברר זיין אז דאס איז פשוט. מפי כתבו מפי השמועה ווייס איך ווי ער ליארימט קעגן די געציילטע מקילים בפיקוח נפש און שרייט זיי זענען עתיד ליתן את הדין.

רבני סאטמאר און אלע חסידישע קהילות פון מאנטריאל, ובראשם הרב הקנאי המופלג ר' משה מנחם טירנויאר, האבן ארויסגעגעבן א קלארער פסק אז יעדער איינער איז מחוייב אוסצופאלגען אלע הוראות בכל התוקף, און אז עס איז נישט קיין שום חיוב מצוה צו דאווענען מיט מנין נאר מקפיד זיין אויף ונשמרתם.


[center]וואס היימישע רבנים טראכטן אויף די פורקי עול[/center]
דער חלק וועל איך שרייבען אן קען נעמען און אביסעל אומקלאר געמאכט, נישט מחשש לשון הרע ווייל פיקוח נפש איז דוחה לשון הרע, נאר אדרבה כדי דאס זאל נישט מונע זיין די ארבעט פון פיקוח נפש קען איך נישט זיין קיין הולך רכיל מגלה סוד, שרייב איך פון אויבנאויף. יעדעס ווארט דא איז אבער אמת לאמיתו וואס איך האב געהערט מיט מיינע אייגענע צוויי אויערן, אדער פון דער רב אליינס אדער פון נאך רבנים מיט וועם איך שטיי אין נאנטע קשר וואס האבן מיר נאכגעזאגט.

פאלגנד זענען א חלק פון די פונקטן וואס איך הער איבער און איבער, כמעט בלשונם "מיר זאגסטו, איך שריי שוין צוויי וואכן אויף די אנדערע רבנים אז זיי זאלן פארמאכן און אנווארענען" "איך בין שוין הייזעריג און בלוי אין פנים פון שרייען אזויפיל" "יעדער נארמאלער מענטש פאלגט און די פאר מטורפים וואס קען איך טוהן וועגן זיי". "איך האב שוין אליינס געשריגען און זיך געבעטן ביי ... וואס טוהט זיך מיט זיי הייתכן זיי פירען זיך כאילו לא היה". "וואס זאל איך טוהן, די חברה וועלן פארשטיין אלעס א וואך צו שפעט..".



[center]א טיילווייזע ליסטע פון היימישע רבנים ואדמורים מחמירים בפיקוח נפש כדין[/center]
האדמו"ר מסטאלין קארלין הרב ברוך שוחט שליט"א – האט שוין פורים מצמצם געווען גאר שטארק די טישן (אין בידי כרגע פרטי ההוראות) און האט שוין ערב שבת ויקהל געהייסן פארמאכן אלע זיינע שולן, און באזהרה חמורה אז קיינער זאל נישט מאכן קיין מניינים פריוואט בשום אופן, אפילו נישט קיין חיובים, און נישט דאווענען אין אנדערע שולען, אדער גיין אין מקוה.
דער רבי האט געשיקט א ספעציעלער הוראה צו אמעריקע אז וויבאלד עס איז נאכנישט קלאר וויפיל מען ווערט אימיון אפילו נאכ'ן האבן די ווירוס דארפן אפילו די וואס האבן עס שוין געהאט נזהר זיין נישט ארויסגיין ווויפיל מען קען ווילאנג מען ווייסט נישט קלארער.
ווי אויך ווייס איך אז דער סטאלינער רבי שליט"א אליינס האט געמאכט טעלעפאנען צו רבנים וואס האלטן נאך זייער בית מדרש אפען זיי פארהאלטען הייתכן.
ווי עס זעהט אויס איז דער סטאלינער רבי זז"ג דער ערשטער רואה את הנולד, און ווי א חשוב'ער רב האט זיך צו מיר אויסגעדרוקט, עס האט א פנים אז מיר מוזן אלע ווערן סטאלינער חסידים...

האדמו"ר מבאבוב-45 הרב מרדכי דוד אונגער שליט"א האט גלייך נאך פורים פארמאכט אלע שולן און מוסדות, און אליינס אריינגעזאגט א שארפע דרשה ארויסברענגענדיג מיט מעשיות ידועים פון בעלזער רב און נאך חסידישע צדיקים ווי אין א זמן סכנה איז די עבודת ה' נישט דאווענען מיט מנין אדער זיך מתחכם זיין. א טאג אריבער האט ער אפילו מבטל געווען זיין אייגענער מנין הגם עס איז געווען במלוא הזהירות ווילענדיג אז ממנו יראו וכן יעשו מענטשען זאלן זיך נישט לערנען און אנקומען לידי מכשולות ח"ו. אויך דער רב הרב יהושע רובין דאווענט נישט מיט מנין.

קהל באבוב 45 האט אויפגעשטעלט א ספעציעלער האטליין 929-200-3800 קול עזר ווי מען קען הערן הוראות שיעורים פון דער רב הרב יהושע רובין אין הלכה ווי ער שרייט די זעלבע, און הוראות און עצות פון עסקנים וויאזוי זיך ספראווען למעשה.

באבוב 48 רבי הרב בן ציון האלבערשטאם שליט"א האט שוין פאר פורים געלייגט הוראות מען זאל נזהר זיין, און האט אויך גלייך נאך פורים פארמאכט אלעס און אנגעזאגט בכל התוקף אויסצופאלגען אלעס בלי חכמות. דער באבובער דיין הרב חיים יענקל טויבער שליט"א אליינס דאווענט שוין ביחידות פון אנפאנג און זאגט אזוי פאר ווער עס פרעגט עם.

האדמו"ר מגור שליט"א האט שוין פורים מבטל געווען זיין טיש כפי ההוראות דאז, און האט גלייך פארמאכט אלע זיינע שטיבלעך איבער די וועלט, און איבערגעבן קלאר אנווייזנונגען פאר אלע חסידים זיי זאלן פאלגן אלעס וואס מען הייסט.

האדמו"ר מקאסוב הרב שרגא האגער שליט"א שרייט שוין פון אנהייב אז מען דארף מבטל זיין אלע מניינים און אז אפילו קיין שום רב און רבי זאל נישט דאווענען מיט מנין בכלל.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא – ב"פ הרב חי יצחק טבערסקי שליט"א איז נישט ארויס פון שטוב ווי ער וויילט ממש מיט זיין הויז בחור כמעט אליינס פון אנפאנג. זיינע קינדער דאווענען נישט מיט מנין אויך נישט פון אנפאנג.


איך וועל צולייגען דא נאך אינפארמאציע און נעמן כפי מה שיזדמן לי.

איך האב געהאט דא לינקס מיט מקורות פאר אלעס אבער דער סיסטעם דא קאפיעט נישט די לינקס פון מיין ווארד דאקומענט אויב איינער האט אן עצה דערצו זאל ער מיר מודיע זיין דערווייל וועל איך מצרף זיין א פי די עף מיט די לינקס.

 [/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר