די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווי עס איז ברייט באוויסט, איז רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם דער רב פון ציעשינאוו - געווען א פייערדיגער קעמפער קעגן ציונות. ער האט אנגעפירט מיט א פייערדיגער קאמף קעגן אלע ציוניסטישע באנדעס וועלכע זענען געווען טעטיג אין מערב גאליציע. ער האט אמאל געזאגט אז א טאג וואס די צייטונגען שרייבן נישט נעגאטיוו קעגן מיר, טוה איך תשובה! ווארום דאס באדייט אז איך קעמף נישט גענוג קעגן די ציוניסטן.

פאר עטליכע וואכן צוריק האט די מידיא באריכטעט אז די באוויסטע אידן-האסערין און מרשעת, 'אילהאן אָמאַר' ימ''ש, לויבט דעם פרעזידענט פאר זיין גוטע רעאקציע אין זיין העפטיגער קאמף קעגן די קאראנא מגיפה. דאס איז געווען א דייטליכער אנצייגונג אז דער פרעזידענט'ס רעאקציע צו די מגיפה איז נישט גוט, ווארום אויב די ליבעראלע מידיא שרייבט עפעס גוט אויפן פרעזידענט דאן איז גרויסע צרות...

דאס גאנצע מאמענטום פונעם פרעזידענט איז בלויז זיין נאכאנאנדע קאמף קעגן די פארפירערישע ליבעראלע מידיא. די פאקט אז דער פרעזידענט קומט ארויס יעדן איינציגן טאג און רעדט דירעקט צו די אמעריקאנער בירגער, און טוט מיטטיילן מיט זיי די לעצטע אינפארמאטיווע און לעבנס-וויכטיגע אינפארמאציע איבער די קאראנא מגיפה, איז די אויסשליסליכסטע שליסל צו זיין גראנדיעזער סוקסעס. די פארשאלטענע ליבעראלע מידיא ווילן דערפאר צורייסן דעם פרעזידענט צו טויט, ווארום דאס פארמיידט זיי פון צו פיטערן דאס אמעריקאנע באפעלקערונג מיט זייער פארפירערישע ליבעראלע פראפעגאנדע און מוח שווענקעריי.

ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט איבער די פארשאלטענע קאראנא מגיפה וועלכע אויסגעבראכן אין אוהאַן, כינע. האט ער באלד איינגעשטעלט רייזע רעגולאציעס פון כינע צו די פאראייניגטע שטאטן - א שריט וועלכע האט אן קיין צווייפל געראטעוועט די לעבנס פון שווערע טויזענטער מענטשן. באקומט ער דען אנערקענונג פון די ליבעראלע מידיא פאר זיין סטראטעגישער שריט? זיכער אז נישט! דאן האבן די סייענטיסטן אין שפיץ פון הרבנית הצדיקת דאקטאר דבורה לאה בריקס, און כ''ק אדמו''ר דאקטאר אנטעני פאדזשי שליט''א זיך געוואנדן צום פרעזידענט מיט א פארלאנג אז ער זאל דורכפירן א שטאטוריום אין לאנד צו פארמיידן די אויסשפרייטונג פון די מגיפה. דער פרעזידענט וועלכער האט אנאליזירט די ציפערן און די דאטא האט באלד נאכגעגעבן זייער פארלאנג. ווען דער פרעזידענט האט דאס אלעס איינגעשטעלט זענען די פארשאלטענע סאציאליסטן, אין שפיץ פון די לעגאנדארע מרשעת, די קעניגן פון סאַן פראַנסיסקאָ, נענסי פעלאוסי און איר קאלעגע דער אידישער ממזר פון סדום דאמעריקא אדם שיף, זענען נאך דאן געווען פארנומען מיט זייער דורכגעפאלענע 'פעלאוסי ענד שיף אימפישמענט' ספעקטאקל.

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז פארפליכטעט זיך צו זארגן אויף אלע אספעקטן וועלכע נעמען ארום דאס לעבן פון די אמעריקאנע בירגער אין לאנד. ער דארף זיך זארגן אויף נאציאנאלע זיכערהייט, אויף די עקאנאמיע, ווי אויך אויף די געזונטהייט פון די אמעריקאנע בירגער.

לויט די סייענסטיסטן וואלט די וועלט שוין ווען געקומען צו אן ענדע פאר טויזענט יאר צוריק! די אויפגאבע פונעם פרעזידענט איז צו אנאליזירן זאכליכע אינפארמאציע און ציפערן און פאסן ראציאנאלע באשלוסן לויט די אומשטענדן. און דאס איז אקוראט וואס דער פרעזידענט טוט.

צום באדויערן קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די אינפארמאציע וואס קומט פון די קאמוניסטישע כינע, און דער פרעזידענט איז געצווינגען צו פאסן באשלוסן לויט די אינפארמאציע און ציפערן וועלכע אנטוויקלען זיך אין די צייט ווען זיי אנטוויקלען זיך, און דאס איז גענוי וואס ער טוט. ער הערט אויס די סייענסטיסטן און ער שטעלט דאס אריין אין ציפערן און אין דאטא און אזוי פאסט ער ריכטיגע באשלוסן. ער איז גענוג קלוג זיך נישט צו טאן צו מאכן פון די פארפירערישע ליבעראלע מידיא, ער פארשטייט גוט צו אנאליזירן די דאטא און די ציפערן און אזוי פאסט ער די פאסיגע באשלוסן.

די סאציאליסטן פאר וועלכע ס'אינטערעסירט נישט גארנישט אויף דער וועלט. זיי קימערן זיך אינגאנצן נישט מיט די שווערע סיטואציע אין וועלכע מיר געפינען זיך אצינד, זיי זענען בלויז אויסן זיך צו דערווארבן מאכט און ארויפצוצווינגען אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג זייערע קאמוניסטישע און וואלגארישע שגץ שטיק, זענען נאכאנאנד פארנומען צו באשולדיגן דעם פרעזידענט פארוואס ער האט נישט רעאגירט צו די מגיפה פריער לויט די דאטע און ציפערן וועלכע ערשינען איצט! דאס איז זינלאז און טיפשות וועלכע זענען ניטאמאל ווערד קיין ענטפער!

דער פרעזידענט טוט וואס אימער ער קען צו באקעמפן די מגיפה. אפילו די ליבעראלע גאווערנערס, א שטייגער ווי דער גאווערנער פון קאַליפאָרניע גאַווין נעווסאָם און דער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קואָמאָ האלטן ביידע אז דער פרעזידענט מאכט א אַ פענאָמענאַלע ארבייט מיטן באקעמפן די מגיפה. עס איז בלויז די פארהאסטע סאציאליסטן און זייערע פראפאגאנדע טרעגער די ליבעראלע מידיא וועלכע מאכן א רעש און א טומל אן קיין שום שום זאכליכע דעקונג.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.

גענומען פון דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אַן קאמישער אַנעקדאָט, פרעזידענט קענעדי האט אמאל געזאגט: פרעגט נישט וואס דאס לאנד קען טוען פאר אייך, נאר פרעגט וואס קען איך טאן פארן לאנד:
ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די ליבעראלן פארגעסן די לערע פון איינע פון זייער פארהייליגסטע פיגורן פרעזידענט קענעדי!
די ליבעראלע גאווענערס זענען נאכאנאנד פארנומען צו שנארן נאך און נאך פון די פעדעראלע רעגירונג. וויפול דער פרעזיעדענט שיקט איז זיי קיינמאל נישט גענוג. אפילו זיי קענען זיך עטוואס אליינס אן עצה געבן, פראבירן זיי זיך אנצולייגן וואס מער אויף די פעדעראלע רעגירונג. וו.צ.ב.ש. גאווענער קאומא האט פארלאנגט פונעם פרעזידענט אז ער זאל שיקן נישט מער און נישט ווייניגער ווי צוויי טויזענט ווינטעלאטארן! פארוואס? ווייל ער וויל עס האלטן פארפאקט אין פאל אז מ'וועט עס חלילה דארפן נוצן. דער פרעזידענט האט אבער צוריק געוויזן זיין פארלאנג און ער האט בלויז געשיקט וויפול ס'איז ווירקליך נויטיג! ער ערלויבט נישט פאר קיין שטאטן צו פארפאקן מעדעצינישע געצייג, נאר ער שיקט ווי אימער עס איז נויטיג און וויפיל עס איז נויטיג! אפגעזען פון די קוועשערייען פון די ליבעראלן וואס האבן זיך ליב אנצולייגן אויף די פעדעראלע רעגירונג.
פרעגט נישט וואס דאס לאנד קען טוען פאר אייך, נאר פרעגט וואס קען איך טאן פארן לאנד!!![/justify]
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אמן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

קאצקא, עס שיינט ווי איר האט עצירות מיט שילשול באנאזאם. גאטעניו....
א רפואה שלימה, און א פרייליכער תמיד!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

קאך_לעפל האט געשריבן:קאצקא, עס שיינט ווי איר האט עצירות מיט שילשול באנאזאם. גאטעניו....
א רפואה שלימה, און א פרייליכער תמיד!

יא א דאנק דיין עבודה זרה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אזוי? איך דין דעם בעל פעור! וואס האט דיר שוין מיין ע''ז שלעכטס געטאן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

קאך_לעפל האט געשריבן:אזוי? איך דין דעם בעל פעור! וואס האט דיר שוין מיין ע''ז שלעכטס געטאן?

איינער פון די סימפטאמס פון קאראנא איז שילשול
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און ווי מיר זעען פון דעם ארטיקל איז עס לאו דוקא שילשול פון אינטן...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איין זאך וואס האט מיר איבערצייגט אז דער פרעזידענט לויפט אויף א גוטע ליניע, איז דזשאו ביידען'ס שריט צו רופן דעם פרעזידענט דורכצושמועסן דעם נושא.

דזשאו וויל זיך באווארענען, נאך איידער מען הייבט אן אויסצורומען טראמפ פאר די גוטע ארבעט בשעת'ן קריזיס, וויל ער זיין דערביי צו עסן קרעדיט דערפון...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מאך זיכער האט געשריבן:און ווי מיר זעען פון דעם ארטיקל איז עס לאו דוקא שילשול פון אינטן...

דאס איז בלויז פון אונטן. אדער איז דארט נישט דא קיין חילוק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איסר האטלקי האט געשריבן:איין זאך וואס האט מיר איבערצייגט אז דער פרעזידענט לויפט אויף א גוטע ליניע, איז דזשאו ביידען'ס שריט צו רופן דעם פרעזידענט דורכצושמועסן דעם נושא.

דזשאו וויל זיך באווארענען, נאך איידער מען הייבט אן אויסצורומען טראמפ פאר די גוטע ארבעט בשעת'ן קריזיס, וויל ער זיין דערביי צו עסן קרעדיט דערפון...

זיי נישט ברוגז
אבער דו פארענטפערסט נישט טראמפ ווען דו זאגסט אז יעצט מאכט ער א גיטע דזאב , ס'קימט זיך עים א קניפ אין בעקל דערפאר , ער האט געפעילד אנטשטאט זיך צוצוגרייטן און אכטונג געבן אז ס'זאל נישט אנקימען אהער האט ער זיך אויסגעלאכט . יעצט נאכדעם וואס די פייער פלאקערט איז נישט קיין קונץ צו מאכן א גיטן דזאב
סליחה
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה

שליחה דורך גראף »

איז עס אפילו געווען מעגליך אפצוהאלטן די וויירוס פון אריין קומען אין לאנד? וועלכע לאנד האט עס באוויזן? אפשר אז עס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל וואלט טראמפ געקענט עפעס טון און אפילו דאס מיינעך האט מער מיט די סטעיט/גאוואנער ווי דער פרעזידענט. אבער איך האלט נאך אלץ אז טראמפ איז געווען זייער גלייכגילטיג און קאלט אן הייב.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

די פאקטן:
1) טראמפ האט "גערעדט" גאר פאזיטיוו און גרויס אין אנהייב (כמנהגו)
2) בחדא מחתא האט טראמפ "געטוהן" פעולות גאר פרי (וואס אנבאלאנגט די פעדעראלע רעגירונג), פריער ווי רוב אייראפעאישע לענדער
SO עס איז דער זעלבער טראמפ ווי אונז קען מיר פון פארדעם, האט פראבלעמען מיט זיין שפראך אבער טוט צו דער זאך..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט פעולות, נאר איין פעולה. און דאס האט נישט געהאט קיין אויסזיכטן צו געלונגן, כמו שאמרו אז כל המומחים.

ער האט נישט ערלעדיגט קיין טעסטס ווען עס וואלט נאך געקענט העלפן, און אפילו יעצט הינקט דער לאנד אין דעם.

ער האט געמאכט א גייסט פון זלזול, דורך צאללאזע פעולות און מימרות, וואס האט געשאדט פאר די דאקטוירים צו קאנווינסן מענטשן אז מ'דארף זיך אפשיידן איינער פון צווייטן.

אלע פעולות וואס מ'טוט יעצט, האט ער געקענט טון צוויי מאנאטן צוריק, און די ווענטילאטארס וואלטן שוין דא געווען.

ער שטיצט יעצט די מעדיצין (אין וואס זיין משפחה האט אינוועסטירט), וואס יעדער רעכטדענקיגע דאקטאר (אחוץ איינער וואס איז באקאנט אין גאנץ קרית יואל און פאר די גאנצע ליינערשאפט פון דער עמי מאגאזין) האט געזאגט אז עס איז גאר גאר ווייט פון באשטעטיגט אלס א רפואה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט איבער די מגיפה, האט ער באלד איינגעשטעלט רייזע רעגולאציעס פון כינע, און דאן פון אייראפא.
די ליבעראלן אנגעהויבן פון נענסי פעלאוסי, דיבלאזיא, קאומא, האבן אלע געשריגן, אז דער פרעזידענט איז א ראסיסט, און אלעס קען ווייטער אנגיין ווי פריער.
דער פרעזידענט האט דאן געגרינדעט זיין טעסק פארס, וועלכע האבן אים צוגעשטעלט אינפארמאטיוויע אינפארמאציע, און לויט דעם האט ער רעאגירט און געטאן וואס ס'דארף געטאן ווערן.
די אינפארמאציע וואס מיר ווייסן היינט! האבן מיר נישט געווייסט פאר א מאנאט צוריק, און דער פרעזידענט ארבייט לויט הארטע אינפארמאציע וואס ער באקומט.
היינט קען קומען זאגן יעדער איינער, אז ער דארף ווען אזוי טאן, און אזוי טאן,.... עס איז נישט רעלעוואנט. ער האט גענוי ווי קאומט און דיבלאזיע געארבייט מיט די אינפארמאציע וואס זיי האבן געהאט.
די אלע וואס זוכן צו באשולדיגען, זענען די זעלבע העסליכע פארשוינען וואס באשולדיגען טראמפ אפילו אינעם האליקאסט. עס איז זינלאז און טיפשות!

און ווי לאכנדיג איז צו זען ווי אזעלכע אנגעבליכע אויפגעקלערטע, פלאפלען נאך זינלאזע קאנצפיראציעס וועלכע רופן ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

קאך_לעפל האט געשריבן:ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט איבער די מגיפה, האט ער באלד איינגעשטעלט רייזע רעגולאציעס פון כינע, און דאן פון אייראפא.
די ליבעראלן אנגעהויבן פון נענסי פעלאוסי, דיבלאזיא, קאומא, האבן אלע געשריגן, אז דער פרעזידענט איז א ראסיסט, און אלעס קען ווייטער אנגיין ווי פריער.
דער פרעזידענט האט דאן געגרינדעט זיין טעסק פארס, וועלכע האבן אים צוגעשטעלט אינפארמאטיוויע אינפארמאציע, און לויט דעם האט ער רעאגירט און געטאן וואס ס'דארף געטאן ווערן.
די אינפארמאציע וואס מיר ווייסן היינט! האבן מיר נישט געווייסט פאר א מאנאט צוריק, און דער פרעזידענט ארבייט לויט הארטע אינפארמאציע וואס ער באקומט.
היינט קען קומען זאגן יעדער איינער, אז ער דארף ווען אזוי טאן, און אזוי טאן,.... עס איז נישט רעלעוואנט. ער האט גענוי ווי קאומט און דיבלאזיע געארבייט מיט די אינפארמאציע וואס זיי האבן געהאט.
די אלע וואס זוכן צו באשולדיגען, זענען די זעלבע העסליכע פארשוינען וואס באשולדיגען טראמפ אפילו אינעם האליקאסט. עס איז זינלאז און טיפשות!

און ווי לאכנדיג איז צו זען ווי אזעלכע אנגעבליכע אויפגעקלערטע, פלאפלען נאך זינלאזע קאנצפיראציעס וועלכע רופן ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש!

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הארטע אינפארמאציע, אזוי די מיראקל וואס גייט באלד קומן, אדער די וואקסינס וואס זענען אט אט דא, אדער די וועבסייט פון גוגל, אדער די ליידיגע שיפן, אדער די נומערן וואס גיין אראפ.

אדרבא, לאמיר הערן א הארטע פאקט? אז ווי לאנג מענטשן שטארבן נישט, איז עס נאך נישט קיין קריזיס?

פאר אלע וואס זענען נאך נישט אנגעפיקעוועט מיט פקחות איי וועלט, וועט מען אויך מסביר זיין די ראסיזם פון דער הויכגעשעצטע פרעזידענט. פארמאכן שי גרעניצן פאר כינעזער בירגער האט נישט געהאט קיין שום אויסזיכטן צו געלונגן, אזוי ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט געוואוסט. נאר וויבאלד א ראסיסט זעט נאר יענעם, מיינט ער אז אלס קומט צוליעב יענער ראסע, און זיך אפשיידן פון זיי וועט אלס העלפן. און געהאלפן האט עס א רעטעך, ווייל אפילו ווען עס וואלט יא געקענט העלפן, איז עס נאר צו קויפן צייט זיך צוצוגרייטן, און אז מ׳נוצט נישט די צייט, ווייל מ׳איז פארנומן מיט לייקענן הארטע פאקטן, איז עס בלויז א ראסיסטישע שריט, אן קיין שום בענעפיט. און אזוי האט די היסטוריה באוויזן טאקע, אז פעלאסי איז געווען גערעכט, און טראמפ נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט