תחכמוני האט געשריבן:אזוי ווי איר קענט דא זעהן האט דער גאווערנער ערשט באפוילן אויף מערץ 12 (2 טעג נאך פורים) אז מען זאל נישט האלטן קיין מסיבות מיט מער ווי 500! מענטשן. ערשט אויף מערץ 15 האט מען פארשפארט די שולעס. הגם עס זענען שוין ארומגעגאנגען אנווייזונגען פון הצלה פון פאר פורים צו פארמינערן גרויסע סעודות, איז עס געווען מער ווי א גיידליין און עס איז פארשטענדליך אז געוויסע מענטשן האבן דאס נישט אנגענומען מיט דער ריכטיגער ערענסטקייט. איך קום נישט דא פארענטפערן די רבנים. געוויסע האבן דאס טאקע נישט גענומען ערענסט (זעה די קליפ פונעם מונקאטשער), אבער איך מיין אז רוב פון זיי האבן גאר שנעל איינגעזעהן אין דעם און האבן געפאלגט די גאווערמענטס באפעלונגען.
על כל פנים, אויב דאס איז נישט אמת פארלאנגט זיך עס כאטש א בעסערע באהאנדלונג. וועלכע רבנים האבן זיך אויסגעלאכט און ווען?
מיט דעם קען מען אפשר זאגן (בדרך צחות?) א סארט פשט אין דאס אז די פסוק זאגט (קהלת ז טז-יז) אל תהי צדיק הרבה וגו׳ אל תרשע הרבה וגו׳. און אויף דעם דרש׳נט די גמרא (שבת לא:) אלא מי שאכל שום וריחו נודף יחזור ויאכל שום אחר ויהא ריחו נודף ע״ש. והיינו, ערשט איז מען א ״צדיק הרבה״ וואו מען דארף נישט און וואו מען דארף ווען אפשטעלן דאס אידישע ציבור׳ישע לעבן [״אל תהי צדיק הרבה״], און דערנאך איז מען מציע אויף נאך און נאך שום.אבטולמוס האט געשריבן: רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מתיר צו זיין קנאבל אויף פסח אפילו די רעגירונג (און מעדיצין) אנערקענט דאס נישט פאר קיין רפואה.
אונטער חכם האט געשריבן:לענ''ד איז דא צוויי נקודות דא, איין שאלה איז צו עס איז א חסרון אין פירערשאפט, און אויף דעם איז דער תירוץ זיכער יא, אבער למעשה האב איך קיינמאל נישט געהאלטן אז מיר חרדישע אידן האבן אן ערנסטע פירערשאפט, עס וואלט געווען א שיינע זאך אויב מיר האבן, אבער מיר זענען נישט מחויב צו האבן, מיר האבן די זעלבע פירערשאפט ווי די איבריגע באפעלקערונג, מיר האבן דעם מעיאר מיט דעם גאווערנאר אא''וו, די רבנים זענען נישט מער ווי גייסטישע פירער, און ווען זיי פעילן אויף דעם פראנט קען מען האבן טענות אויף דעם, אבער ווען זיי פעילן אויף קעיר נעמען פון אונזער געזונט קען מען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, (אפשר על פי תורה יא, איך רעד על פי דעת בעל הבית).
די צווייטע נקודה איז צו עס איז א חסרון אין מענטשליכקייט, דאס הייסט אז די רבנים האבן פשוט אלס יחידים זיך אויפגעפירט לייכטזיניג, נישט געטון וואס זיי האבן געקענט אפצוהאלטן וואס עס איז געשען , און אויף דעם איז דער מציאות אז מיר אלע, סיי אידן, סיי גוים האבן גענומען די זאך מורא'דיג לייכטזיניג ביז דאנערשטאג נאך פורים, און אפי' שפעטער, די טעאטערס זענען געווען פיל, גרויסע פארזאמלונגען זענען אנגעגאנגען כאילו לא היה, ביז די רעגירונג האט דאס נישט אפגעשטעלט, איך גלייב אז רובא דרובא פון די יעצטיגע שרייערס דא זענען געהעריג ארומגעגאנגען צו משפּחה דעם פורים, און מסתמא צו עלטערע אידן אויך, כאטש מיר האבן געוויסט מער ווי די רבנים וועגן די ערנסטקייט פונעם מצב, פארוואס עס איז אזוי געווען איז א גוטע קשיא, אבער צו נעמען נאר די רבנים און זיי באשולדיגן אלס רוצחים האט נישט קיין פשט, אדער זענען מיר אלע רוצחים, אדער קיינער נישט.
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די וואס זענען נאך עד היום זיך נישט גרייט צוצושטעלן און האלטן נאך אפן די בתי מדרשים געהעריג.
אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?
די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?
אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.
זייער א גוטער שאלה פרעגסטו, און עס איז זייער שווער עס פאר אויס שאצן.מיינונגזאגער האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?
די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?
אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?
די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?
אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט