פסק'נען אן סמיכה?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 05, 2020 4:11 pm

איינער וואס איז פונקט ווי ר׳ חיים און ער האט סמיכה, מעג פונקט אזוי נישט פסקנ׳ן. די פאפיער פון ׳סמיכה׳ מיינט גארנישט אין דער געביט. סמיכה איז פאר אלטע שאלות צו מראות. שיקול הדעת שאלות האט נישט מיט סמיכה און שימוש, און איך וואלט געזאגט שימוש פוסקים זענען די ווייטסטע פון קענען פסקנ׳ן אזעלכע זאכען. זיי האבען נישט קיין רגילות פון פסקנ׳ן מיט שיקול הדעת און הוכחות פון סוגיות, און דעריבער איז דאס נישט זייער פילד.

די ליטווישער וואס פסקנ׳ן פון סוגיות זענען נישט יעדער שמענדריק. ר׳ משה פיינשטיין האט אזוי געטון, ומי נפלה חלקו פון דער ראגאטשאווער? ר׳ נסים קרליץ האט נישט אזוי געטון און נישט רשז״א, אחוץ ביי נייע שאלות, וואס טאקע נאר גאר גרויסע דארפן זיך אריין טון דערין. ליידער האט רומעניע ארויס געגעבן אזא פוסק וואס האט נישט קיין רבי, אבער פסקנ׳ט כפי שיקול דעתו, און יעדער נארמאלע לערנער לאכט ווען ער זעט זיין תשובות
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9341
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8858 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג אפריל 20, 2020 8:54 pm

הרב קניבסקי חבר בוועדת הרבנים של בית החולים מעייני הישועה. - ויקיפדיה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שקד אום דינסטאג אפריל 21, 2020 2:21 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 20, 2020 9:20 pm

שקד האט געשריבן:https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=13738

https://youtu.be/oldOhQe9NFg
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג מאי 04, 2020 4:45 pm

https://www.bhol.co.il/news/1096789?utm ... edium=link

שוין ווידער וויל דער תורה מיניסטער איבער נעמען די פאסטן פונעם געזונט מיניסטער...
ער זאגט ווער ס'זאל יא גיין אין ישיבה און ווער נישט... אפשר וויל ער איבערנעמען די סטאק מארקעט אויך?
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג מאי 04, 2020 5:08 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע שמועס ווערט אנדערש ווען מען לייגט די נאמען ר' חיים, מען קען פרעגן די שאלה אויף יעדע ראש ישיבה און אדמו"ר. פארוואס דארף דער עולם מקבל זיין דעם "דעת תורה" פונעם רבין/גדול? די תירוץ איז, זיי האבן מחליט געווען אז ער איז דעת תורה.

און צו דיר רביה"ק, ווען דער עולם וועט מחליט זיין אז דיין דעת איז דעת תורה, וועט עס זיין.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג מאי 04, 2020 10:58 pm

הדסים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע שמועס ווערט אנדערש ווען מען לייגט די נאמען ר' חיים, מען קען פרעגן די שאלה אויף יעדע ראש ישיבה און אדמו"ר. פארוואס דארף דער עולם מקבל זיין דעם "דעת תורה" פונעם רבין/גדול? די תירוץ איז, זיי האבן מחליט געווען אז ער איז דעת תורה.

און צו דיר רביה"ק, ווען דער עולם וועט מחליט זיין אז דיין דעת איז דעת תורה, וועט עס זיין.

די חילוק איז אבער, אז ווען מ'פייפט, פייפט מען יעדעם אן. און דאס וואס זיי פרעגן יעצט, איז א גוטע סיבה צו קענען מאכן הפגנות אין די גאסן.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 04, 2020 11:06 pm

אבי גערעדט, יעדער פייפט, דער חבדסקער פייפט אויף סאטמאר, דער בעלזער אויף סקווירא, דער חסידישער אויף די מאדערנע, די קאנסערוואטיוון אויף די רעפארמער. סך הכל פייפט יעדער, די חילוק איז נאר אויף וועם מ'פייפט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג מאי 05, 2020 12:34 pm

וויאזוי שפירט מען ווען מ'הערט אז '''יודען''' האבן געטון קעגן די געזעץ? ווען מ'ווייסט גוט אז ס'איז פונקט ווי מ'זאגט, וואסער דערטרענקט.
וועלכע יודן, ווען, פארוואס... יעדע זאך האט פרטים.

לענינינו; ר' חיים האט געזאגט! און מ'גייט און מ'האט געטון אזוי... ווער איז דער זאגער? ס'דא צענדליגע גרויסע זאגערס אין ארץ ישראל, און נאכמער דעות.
און ווער ס'איז עובר קעגן א געזעץ, איז גענוג איינער, אז מ'זאל אויספויקן ברבים, כלל ישראל פאלגט נישט!

מ'מעג זיין קלאר, אז ר' חיים איז נישט אונזער זאגער. און טאמער איינעמס יא, איז עס זיינס! נישט מיינס. און רוב מנהיגי הדור הייסן פאלגן די דאקטאר צו די אפציעלע [על כל פנים אפציעל הייסן זיי אזוי... אשפ''ג...] און די נאמען שר התורה, און עמוד התפילה און גאון הגאונים איז פונקט גוט פאר די מאה שערים פלאקאטן וואס טוישט זיך ווי טישאס... ווייל ס'קען גאר זיין אין קאנאדע וואוינט איינער וואס איז 'באמת' גרעסער, און האט מער חשיבות און נכנעים צו זיינס א ווארט. און אפשר אין אויסטראליע, אפשר יא אין בני ברק, אבער ס'נישטא קיין מאה רבנים וואס האבן גע'פסק'ט אויף בלויז איינעם.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 05, 2020 12:37 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבי גערעדט, יעדער פייפט, דער חבדסקער פייפט אויף סאטמאר, דער בעלזער אויף סקווירא, דער חסידישער אויף די מאדערנע, די קאנסערוואטיוון אויף די רעפארמער. סך הכל פייפט יעדער, די חילוק איז נאר אויף וועם מ'פייפט.

דער וואס קומט דא אנפייפן דער חזו"א מיט הרב חיים קנייבסקי, דער וויזניצער רבי און נאך, גלויבט פונקט אין א פוסטע זאק וואס אויסער ציילן לעפלעך זופ האט ער גארנישט געטון פאר אידישקייט (אידישקייט מיינט תורה, נישט אנהאלטן טאטעס משוגעת'ן). פארוואס? עס איז נישט קיין צופאל, אזוי גייט עס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9341
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8858 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג מאי 05, 2020 2:15 pm

פאר וועלכע חסיד ס'איז איינגעפאלן אין א שוואכע מינוט, זיך צו אינטערעסירן וואס דער ווילנער גאון האלט און פסקנ'ט, דער זעלבער גייט שטארק אן וואס ר' חיים קאניעווסקי האלט.
און ס'דאך קלאר, אז ווען נישט די דרך החסידות, וואס איז זיך מכניע צו א רבי און אויך לעפלעך זופ איז א תורה שלמה, און זוכן זיך נישט איבערצוקלוגן ווי די אייער די הונער, וואלט פונעם גאנצן ליטע געבליבן אש און פארעך.
אלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת! און נישט ווען מ'וויל איינעם אנכאפן ביים קארג און מאכן 'שר' ווערט ער שר. ס'דא כלל ישראל, און אינעם כלל זענען דא אסאך שטראמען, ולא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 05, 2020 2:23 pm

שקד האט געשריבן:פאר וועלכע חסיד ס'איז איינגעפאלן אין א שוואכע מינוט, זיך צו אינטערעסירן וואס דער ווילנער גאון האלט און פסקנ'ט, דער זעלבער גייט שטארק אן וואס ר' חיים קאניעווסקי האלט.
און ס'דאך קלאר, אז ווען נישט די דרך החסידות, וואס איז זיך מכניע צו א רבי און אויך לעפלעך זופ איז א תורה שלמה, און זוכן זיך נישט איבערצוקלוגן ווי די אייער די הונער, וואלט פונעם גאנצן ליטע געבליבן אש און פארעך.
אלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת! און נישט ווען מ'וויל איינעם אנכאפן ביים קארג און מאכן 'שר' ווערט ער שר. ס'דא כלל ישראל, און אינעם כלל זענען דא אסאך שטראמען, ולא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול

@סדרן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 05, 2020 3:22 pm

פארוואס מעקן? דאס איז פערפעקט! דער נער זאגט וואס יעדער טראכט!

מיינסט ער איז אליינס אויפגעקומן מיט דעם? דאס האט מען אים אויסגעלערנט, דאס האלט זיין גייסטישע פירער דער וועלט'ס בארימטע לעפלעך ציילער, און דאס איז די פנימיות פון דער חינוך זייערע. און דאס איז נישט די אש און פארעך וואס וואלט געבליבן פון דער ליטע לולי די געציילטע לעפלעך.

לדעתי איז דאס גאר א פיינם אנטוויקלונג, אז עס קומט ארויס אין דער עפענונג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9341
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8858 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 08, 2020 5:41 am

ליטוואק פון בוזדאפעסט: איך קען מטיל בספק זיין די גדלות פון דעם וועלט בארימטן מנהיג וואס איז געבויעט אויף ציילן לעפלעך זופ מכח קל וחומר. נאר ס'איז בעסער אז מ'איז עס נישט מפרש. מפני כמה טעמים...!

מיין רבי עסט זופ פרייטיג צו נאכטס וועגן א פשוט'ן טעם. ווייל ר'איז הונגעריג...! און ווען ער עסט פאטעיטא קוגל מאכט ער אויך העוויות מיט די הענט. און ער פארמאכט די אויגן. אבער א גאנצע וואך טוט ער אנדערע זאכן פון וואס דער אייבישטער איז צופרידן. ר'איז מרביץ תורה און טוט גמילות חסדים. און די אנדערע גוטע זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די משנה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8934 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot], שמחהלע קאפשטיק און איין גאסט