די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווי עס איז ברייט באוויסט, איז רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם דער רב פון ציעשינאוו - געווען א פייערדיגער קעמפער קעגן ציונות. ער האט אנגעפירט מיט א פייערדיגער קאמף קעגן אלע ציוניסטישע באנדעס וועלכע זענען געווען טעטיג אין מערב גאליציע. ער האט אמאל געזאגט אז א טאג וואס די צייטונגען שרייבן נישט נעגאטיוו קעגן מיר, טוה איך תשובה! ווארום דאס באדייט אז איך קעמף נישט גענוג קעגן די ציוניסטן.

פאר עטליכע וואכן צוריק האט די מידיא באריכטעט אז די באוויסטע אידן-האסערין און מרשעת, 'אילהאן אָמאַר' ימ''ש, לויבט דעם פרעזידענט פאר זיין גוטע רעאקציע אין זיין העפטיגער קאמף קעגן די קאראנא מגיפה. דאס איז געווען א דייטליכער אנצייגונג אז דער פרעזידענט'ס רעאקציע צו די מגיפה איז נישט גוט, ווארום אויב די ליבעראלע מידיא שרייבט עפעס גוט אויפן פרעזידענט דאן איז גרויסע צרות...

דאס גאנצע מאמענטום פונעם פרעזידענט איז בלויז זיין נאכאנאנדע קאמף קעגן די פארפירערישע ליבעראלע מידיא. די פאקט אז דער פרעזידענט קומט ארויס יעדן איינציגן טאג און רעדט דירעקט צו די אמעריקאנער בירגער, און טוט מיטטיילן מיט זיי די לעצטע אינפארמאטיווע און לעבנס-וויכטיגע אינפארמאציע איבער די קאראנא מגיפה, איז די אויסשליסליכסטע שליסל צו זיין גראנדיעזער סוקסעס. די פארשאלטענע ליבעראלע מידיא ווילן דערפאר צורייסן דעם פרעזידענט צו טויט, ווארום דאס פארמיידט זיי פון צו פיטערן דאס אמעריקאנע באפעלקערונג מיט זייער פארפירערישע ליבעראלע פראפעגאנדע און מוח שווענקעריי.

ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט איבער די פארשאלטענע קאראנא מגיפה וועלכע אויסגעבראכן אין אוהאַן, כינע. האט ער באלד איינגעשטעלט רייזע רעגולאציעס פון כינע צו די פאראייניגטע שטאטן - א שריט וועלכע האט אן קיין צווייפל געראטעוועט די לעבנס פון שווערע טויזענטער מענטשן. באקומט ער דען אנערקענונג פון די ליבעראלע מידיא פאר זיין סטראטעגישער שריט? זיכער אז נישט! דאן האבן די סייענטיסטן אין שפיץ פון הרבנית הצדיקת דאקטאר דבורה לאה בריקס, און כ''ק אדמו''ר דאקטאר אנטעני פאדזשי שליט''א זיך געוואנדן צום פרעזידענט מיט א פארלאנג אז ער זאל דורכפירן א שטאטוריום אין לאנד צו פארמיידן די אויסשפרייטונג פון די מגיפה. דער פרעזידענט וועלכער האט אנאליזירט די ציפערן און די דאטא האט באלד נאכגעגעבן זייער פארלאנג. ווען דער פרעזידענט האט דאס אלעס איינגעשטעלט זענען די פארשאלטענע סאציאליסטן, אין שפיץ פון די לעגאנדארע מרשעת, די קעניגן פון סאַן פראַנסיסקאָ, נענסי פעלאוסי און איר קאלעגע דער אידישער ממזר פון סדום דאמעריקא אדם שיף, זענען נאך דאן געווען פארנומען מיט זייער דורכגעפאלענע 'פעלאוסי ענד שיף אימפישמענט' ספעקטאקל.

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז פארפליכטעט זיך צו זארגן אויף אלע אספעקטן וועלכע נעמען ארום דאס לעבן פון די אמעריקאנע בירגער אין לאנד. ער דארף זיך זארגן אויף נאציאנאלע זיכערהייט, אויף די עקאנאמיע, ווי אויך אויף די געזונטהייט פון די אמעריקאנע בירגער.

לויט די סייענסטיסטן וואלט די וועלט שוין ווען געקומען צו אן ענדע פאר טויזענט יאר צוריק! די אויפגאבע פונעם פרעזידענט איז צו אנאליזירן זאכליכע אינפארמאציע און ציפערן און פאסן ראציאנאלע באשלוסן לויט די אומשטענדן. און דאס איז אקוראט וואס דער פרעזידענט טוט.

צום באדויערן קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די אינפארמאציע וואס קומט פון די קאמוניסטישע כינע, און דער פרעזידענט איז געצווינגען צו פאסן באשלוסן לויט די אינפארמאציע און ציפערן וועלכע אנטוויקלען זיך אין די צייט ווען זיי אנטוויקלען זיך, און דאס איז גענוי וואס ער טוט. ער הערט אויס די סייענסטיסטן און ער שטעלט דאס אריין אין ציפערן און אין דאטא און אזוי פאסט ער ריכטיגע באשלוסן. ער איז גענוג קלוג זיך נישט צו טאן צו מאכן פון די פארפירערישע ליבעראלע מידיא, ער פארשטייט גוט צו אנאליזירן די דאטא און די ציפערן און אזוי פאסט ער די פאסיגע באשלוסן.

די סאציאליסטן פאר וועלכע ס'אינטערעסירט נישט גארנישט אויף דער וועלט. זיי קימערן זיך אינגאנצן נישט מיט די שווערע סיטואציע אין וועלכע מיר געפינען זיך אצינד, זיי זענען בלויז אויסן זיך צו דערווארבן מאכט און ארויפצוצווינגען אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג זייערע קאמוניסטישע און וואלגארישע שגץ שטיק, זענען נאכאנאנד פארנומען צו באשולדיגן דעם פרעזידענט פארוואס ער האט נישט רעאגירט צו די מגיפה פריער לויט די דאטע און ציפערן וועלכע ערשינען איצט! דאס איז זינלאז און טיפשות וועלכע זענען ניטאמאל ווערד קיין ענטפער!

דער פרעזידענט טוט וואס אימער ער קען צו באקעמפן די מגיפה. אפילו די ליבעראלע גאווערנערס, א שטייגער ווי דער גאווערנער פון קאַליפאָרניע גאַווין נעווסאָם און דער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קואָמאָ האלטן ביידע אז דער פרעזידענט מאכט א אַ פענאָמענאַלע ארבייט מיטן באקעמפן די מגיפה. עס איז בלויז די פארהאסטע סאציאליסטן און זייערע פראפאגאנדע טרעגער די ליבעראלע מידיא וועלכע מאכן א רעש און א טומל אן קיין שום שום זאכליכע דעקונג.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר