פסח - אונזער רכוש גדול, היינטיגע צייטן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

פסח - אונזער רכוש גדול, היינטיגע צייטן!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

ברידער, באמת אין אזא צייט איז נישט דא קיין סאַך וואס צו זאגן אדער שרייבן. מיר זענען אלע צוזאמען אין דעם מצב פון פארלוירנקייט, דאס הארץ שפירט צומישט אבער צו דער זעלבער צייט זענען מיר איבערגענומען מיט אַן הרגשה וואס שפירט זיך קלארער פון סיי ווען: "אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים." די אויגן זענען געוואנדן צו אונזער טאטן אין הימל מיט א תפילה און געבעט, "טאטע זיסער, נעם אונז שוין ארויס פון דעם גלות. דיין הייליג פאלק ישראל גייט אריבער אזא שווערע צייט, די וועלט איז פארלוירן, אנטפלעק שוין דיין גרויסן כח. טאטע, יעצט ווען ס'איז דער חודש פון גאולה, לייז אויס דיינע קינדערלעך און ברענג פאר'ן גאנצן כלל ישועות און רפואות."

שטייענדיג געציילטע טעג פאר'ן הייליגן יום טוב פסח, די נאכט וואס איז איינגעקריצט ביי אונז אין נשמה, די נאכט וואס כלל ישראל איז ארויס משעבוד לגאולה ומחירות ליום טוב, און עס איז שטענדיג א נאכט פון ניסים, ווי דער פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻּרִים הוּא לה', און ענדיגט לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם. פסח ביינאכט איז פאר אלע דורות די נאכט ווען מיר גייען ארויס פון אונזערע גלות'ן, אלע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און רופט אויס מיט א קלארקייט: ה' הוא אלוקים, אין עוד מלבדו. בפרט היי יאר ווען עס קומט אונטער דעם שאטן פון טעג וואס די וועלט גייט אריבער דעם שווערן אומבאשרייבליכע מצב, דאס זענען די טעג וואס יעדעס אידיש קינד זוכט און האָפט אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דעם זמן חרותינו, לאמיר זיך פרובירן אביסל צוזאמנעמען דעם מחשבה און זיך גרייטן צום הייליגן יו"ט הבעל"ט.

מיר וועלן אנפאנגען אונזער שמועס מיט א געוואלדיגע דערהער וואס ווערט געברענגט פון צדיקים. ביי אברהם אבינו טרעפן מיר אז דער באשעפער זאגט אים צו אז עס וועט ארויסקומען א גרויס פאלק פון אים און זיי וועלן ירש'נען דעם לאנד ארץ ישראל, און אברהם זאגט: בַּמָּה אֵדַע כִּי אִירָשֶׁנָּה - ווי אזוי ווייס איך אז איך וועל עס ירש'נען? עטליכע פסוקים שפעטער זאגט השי"ת צו אברהם: וַיֹּאמֶר לְאַבְרָם יָדֹעַ תֵּדַע כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה. וְגַם אֶת הַגּוֹי אֲשֶׁר יַעֲבֹדוּ דָּן אָנֹכִי וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל – זאלסט וויסן אז דיינע קינדער וועלן זיין פרעמדע אין א פרעמד לאנד, און זיי וועלן ארבעטן און מען וועט זיי פייניגן פיר הונדערט יאר, און דאס פאלק וואס וועט זיי מאכן ארבעטן וועל אים משפט'ן און דערנאך וועלן זיי ארויסגיין מיט א גרויסן פארמעגן.

לערנעדיג די פסוקים פרעגט זיך פון זיך אליין: א. ווי אזוי פארשטייט מען דער געדאנק אז השי"ת בארואיגט אברהם אז די אידישע קינדער וועלן צום סוף ארויסגיין מיט אסאך געלט, וואס פאר א נחמה איז דאס ווען מען רעדט פון פיר הונדערט יאר גלות? ב. ווי אזוי קען זיין אז אברהם אבינו, דער גרעסטער מאמין, זאל פרעגן אזא שאלה, במה אדע?

נאר ס'שטייט פון צדיקים אז אברהם אבינו איז דאך אריבער צען שווערע נסיונות, וואס פון יעדער נסיון איז אברהם אונזער באליבטער טאטע געווארן שטערקער און נענטער צו אבינו שבשמים, און כאטש ס'איז געווען שווער האט אבער יעדע נסיון אים געברענגט נענטער און נענטער צום באשעפער, ביז אברהם האט זוכה געווען צו דער מדריגה פון הכיר את בוראו, אברהם אבינו האט געשפירט און אנערקענט די גרויסקייט פון אבינו שבשמים מיט די גרעסטע קלארקייט וואס איז נאר שייך במציאות אויף די וועלט.

ווען אברהם אבינו פרעגט פון הקב"ה "במה אדע?" מיינט ער צו פרעגן, איך האב דעם קלארקייט אין דעם באשעפער, טאקע ווייל איך בין אריבער נסיונות, אבער פון וואנעט ווייס איך אז מיינע קינדער וועלן זוכה זיין צו שפירן? פון וואנעט ווייס איך אז מיינע קינדערלעך וועלן ירש'נען דעם קלארקייט און נאנטשאפט צו דיר? ענטפערט הקב"ה: זיי גייען זיין אין מצרים, זיי וועלן זיין אין א פרעמד לאנד, זיי וועלן אויך האבן נסיונות אזוי ווי אברהם אבינו, אבער צום סוף וועלן זיי ארויסקומען ברכוש גדול.

רכוש גדול מיינט בפשטות א פיזישע רייכטום, אבער ווי באקאנט ווייסן מיר אז דאס איז נאר א רמז אויף די אמת'ע רכוש פון א איד וואס דאס איז אונזער אמונה און מסורה. דער באשעפער זאגט פאר זיין געטרייער קנעכט אברהם אבינו: דיינע קינדערלעך וועלן פון זייערע נסיונות אויך נענטער ווערן און ארויסקומען שטערקער און קלארער אין זייער אמונה בה', דער שעבוד מצרים וועט זיי נישט צוברעכן נאר עס וועט זיי שטערקער מאכן. אט דאס איז אונזער הקדמה צום יום טוב פסח, דער גאנצער מציאות פון דעם יום טוב איז אז מיר אלע זאלן ארויסגיין פון אונזערע גלות'ן, מיר זאלן ארויסקומען פון אונזערע שוועריגקייטן ברוחניות ובגשמיות און מאכן א גאולה וואס איז פול מיט רייכקייט און נאנטשאפט צו אבינו שבשמים.

לאמיר זיך טאקע פארטיפן אין דעם עיקר פונעם יום טוב וואס איז 'אמונה', ווייל דער גאנצער יום טוב פסח איז געווידמעט צו ווייזן אז אין עוד מלבדו, דער באשעפער קען אין איין רגע אונז ארויסנעמען פון דעם גרעסטן קלעם. לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אומזיסט אדורך גיין, עס איז א צייט וואס די וועלט שאקלט זיך, אָט אין די באהאלטענע זמנים קען מען אָנפילן די טאַשן, ס'איז א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון 'אונז'. זיי הערן נישט פון די מלמדים און לערערינס, זיי הערן נישט פון די זיידעס און באבעס, זיי ווארטן צו הערן בלויז פון זייערע עלטערן, די חשוב'ע טאטעס און מאמעס, וועלכע זאלן אריינגעבן אין זיי אמונה, בטחון, חיזוק, און "אידישקייט". דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג פונעם יום טוב, צו באגיסן "זיך" און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון שמחה און ישועה.

ווען מיר פאנגען אָן די הייליגע נאכט פרעגן מיר "מה נשתנה?" (און ווי עס ווערט גע'פסק'נט איז עס א חלק פון די הגדה, און אויב עס איז נישט דא ווער ס'זאל פרעגן, דארף מען זיך אליין פרעגן). ווי באקאנט ווען ס'קומט צו די שאלות ווערן זיי געפרעגט גאָר קלאר און אויף א פשוטע שפראך, אבער ווען ס'קומט צו דעם תירוץ איז עס שוין נישט אזוי פשוט. מען זאגט עבדים היינו, דערנאך לאנגע פסוקים פון ארמי אובד אבי און אזוי ווייטער. לאמיר זיך פארטיפן און פארשטיין, וואס איז טאקע דער תירוץ צו די שאלות וואס ווערן אזוי קלאָר געפרעגט?

איינע פון די צענטראלע ענינים פסח אויפדערנאכט זענען די באקאנטע צען מכות. זעלבסטפארשטענדליך אז הקב"ה וואלט אונז געקענט ארויסנעמען אין איין סעקונדע, אבער הקב"ה אונזער באליבטער טאטע האט געשלאגן די מצריים מיט צען באזונדערע מכות, אלעס מיטן ציל ווי חז"ל זאגן אונז נָגוֹף לְמִצְרַיִם וְרָפֹא לְיִשְׂרָאֵל – ס'איז געווען א מכה פאר די מצריים און א רפואה פארן כלל ישראל. יעדע מכה האט אונז אוועקגעפירט ווייטער פון עבודה זרה און געברענגט נענטער די אמונה אז דער באשעפער טוט און מאכט וואס ער וויל, און קיין שום כח קען זיך נישט קעגנשטעלן דעם רצון ה', אפילו די מאכטפולסטע לאנד און כוחות אין דער וועלט.

דער תכלית פון די מכות איז געווען אז די אידן זאלן זען דעם באשעפער'ס כח און דערציילן פאר די קומענדיגע דורות. ווי מיר געפינען אין פרשת בא: וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה בֹּא אֶל פַּרְעֹה כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ וכו' וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' - השי"ת זאָגט פאר משה רבינו: קום צו פרעה ווייל איך האב שווער געמאכט זיין הארץ וכו' כדי דו זאלסט דערציילן אין די אויערן פון דיין קינד און קינד'ס קינד, אלעס וואס איך האב באוויזן אין מצרים און די וואונדער וואס איך האב מיט זיי געטון - איר זאלט וויסן אז איך בין השי"ת. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער באשעפער זאגט דאס ווען מען האלט שוין טיף אינמיטן די מכות, דאס דארף לכאורה א הסבר.

מען קען דאס פארשטיין מיט א וועלטס מעשה. עס איז אמאל פארגעקומען אין א געוויסע שטאט א 'ויכוח' צווישן די אידן און די גויים. די אידן האבן געדארפט ארויסשטעלן איינעם וואס וועט זיך קענען פארמעסטן מיט'ן גלח, און מ'וועט זיך ארומ'טענה'ן און זיך מתווכח זיין. ווער עס וועט געווינען דער ויכוח, וועט מען באשטראפן דעם אנדערן און אים אריינווארפן אין ים אריין. יעדער האט געציטערט זיך צו גיין מתווכח זיין מיט'ן גלח, און די אידן זענען געווען זייער פארלוירן.

עס איז אבער געווען איין שניידער, א פשוט'ער איד, וואס האט זיך געמאלדן אז ער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן אינעם ויכוח אנקעגן דער גלח, און ער וועט אים באזיגן. ווען דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן, האט דער שניידער געפרעגט פונעם גלח די ערשטע שאלה: "וואס טייטשט די ווערטער אֵינִי יוֹדֵעַ?", האט דער גלח געענטפערט: "איך ווייס נישט" (וואס דאס איז דער אמת'ער אפטייטש פון די ווערטער 'איני יודע'). ווי נאר דער המון עַם האט געהערט אז דער גלח ענטפערט שוין אויף די ערשטע שאלה: "איך ווייס נישט", האט מען אים גענומען און אריינגעווארפן אין ים אריין, און די אידן האבן אפגעהאלטן א גרויסער נצחון.

נאך דעם ויכוח איז מען געגאנגען פרעגן דעם שניידער, "ווי איז דיר בייגעפאלן די חכמה צו שטעלן אזא סארט פראגע פארן גלח?" האט דער שניידער געענטפערט מיט זיין תמימות, איך האב געלערנט דעם טייטש חומש און איך האב געזען אז אויף די ווערטער "אֵינִי יוֹדֵעַ" טייטשט דער חומש "איך ווייס נישט". האב איך זיך געמאכט א פשוט'ער חשבון, מה דאָך אז דער טייטש חומש, וואס קען די גאנצע תורה, ווייסט נישט וואס טייטשט איני יודע, איז אוודאי אז דער גוי'אישער גלח וועט נישט וויסן דעם ענטפער, און ער וועט מוזן מודה זיין אז ער ווייסט נישט...

די מעשה ווערט פארציילט אלס א פאלקס געשיכטע, אבער מען זאגט נאך פון דעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע אז פון דער מעשה לערנט מען זיך דעם כח פון נישט וויסן. דאס מודה זיין אז איני יודע, איך ווייס נישט, ווייל אמאל איז דא א ווארט וואס פארמאגט נישט קיין שום טייטש אויסער "איך ווייס נישט." אפילו דער גרעסטער חכם וועט מוזן מודה זיין אז דער באדייט פון דעם ווארט, דער אפטייטש פון דעם געשעעניש, איז "איך ווייס נישט." און דאס איז נישט ווייל ער איז אַן עם הארץ אדער א נאַר, אדרבה, ווייל ער איז א חכם וואס פארשטייט ווי אזוי צו טייטשן ווערטער, ווייסט ער אז ס'איז דא ווערטער און אזוי אויך מצבים אין לעבן וואס דער ריכטיגער באדייט איז "איך ווייס נישט."

ווען ס'קומט צו אונזער אמונה בה' זענען פארהאן צוויי בחינות. ס'איז פארהאן אַן עבודה פון פארשטיין און וויסן, ווי דער פסוק זאגט: שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה - דער איד מאכט אויף די אויגן און זעט און באמערקט די גרויסקייט פון הקב"ה, ער זעט די וואונדערליכע זאכן וואס דער באשעפער האט באשאפן און דורך דעם קומט ער צו די הכרה אז דער גרויסער כח פון אין סוף האט דאס אלעס באשאפן, ער טוט כסדר לערנען און חזרן, דערציילן און דאנקן און לויבן און דערמיט טוט ער אריינברענגן ביי זיך אין הארץ אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו. וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער מיר ברענגן אריין און טוען אנפילן אונזער הארץ מיט אַן אמונה אז הקב"ה מאכט און טוט אלעס אויף די וועלט מיט די גרעסטע השגחה פרטית.

באמת אבער איז פארהאן נאך א העכערע און טיפערע מדריגה אין אונזער אמונה, ס'איז פארהאן אזא סארט מצב און מציאות אז דאס מער דער איד קוקט ארום און באטראכט די וועלט ווערט ער מער דערשראקן און פארלוירן, די מער מעשות מען הערט ווערט מען צומישט, אט אין יענעם מצב איז פארהאן א טיפע עבודה פון טרעפן אונזער אמונה - דער איד גייט אריין אין די טיפעניש פונעם הארץ אין טרעפט בורא עולם, וואס דאס מיינט אז מיר גייען צו א פלאץ אז הקב"ה איז אין מיר, 'איך' בין א חלק אלוקי ממעל, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט אדער ווערט געזען אויף דער וועלט איז אלעס בורא עולם. תוך די טונקלקייט און חושך קומט פלוצלינג ארויס עפעס אַן הרגשה וואס שרייט און רופט אויס: "אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים."

ביי יעדן מענטש איז פארהאן א פלאץ וואס ווען דער איד פארטיפט זיך טרעפט מען זיך מיט אבינו שבשמים, דער איד גייט אריין אין א פלאץ אז תוך אונזער אומקלארקייט, תוך אונזער צומישעניש קומט ארויס עפעס א שטארקע קלארע געפיל פון "איך ווייס נישט וואס גייט זיין, איך ווייס נישט גארנישט – איין זאך ווייס איך אז ס'איז פארהאן א בורא עולם וואס פירט זיין וועלט." ס'איז אַן אמונה פיל מיט התבטלות און דביקות בה'. ס'איז אַן אמונה וואס טראץ אונזערע שאלות און קשיות, טראץ אלע צומישטע געפילן, שרייט זיך ארויס א התקרבות לה', א בענקשאפט און א תפילה.

ס'איז פארהאן א אמונה, וואס מיר האבן נישט קיין השגחה פרטית מעשיות צו דערציילן, מיר האבן קוים די ריכטיגע ווערטער אויפצומאכן דעם מויל, מיר ווייסן נישט וואס צו זאגן פאר זיך און פאר אונזערע קינדער, דער איד איז צומישט און ער האט נישט קיין שום תירוצים. אף על פי כן, ווייסן מיר ווער מיר זענען. ס'קומט ארויס אַן אינערליכע געפיל וואס איז פיל מיט קלארקייט און שרייט אויס העכער און קלארער פון סיי וועלכע דרשה אדער חיזוק שיעור אין אמונה. ס'איז אונזער נקודת האמת, ווי דוד המלך רופט עס כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' - איך ווייס אז הקב"ה איז גרויס. ס'איז נישט עפעס וואס קען איבערגעגעבן ווערן מיט ווערטער, און כאטש ס'איז פארהאן שאלות, כ'האב קשיות, טאטע וואס גייט דא פאָר? מיר האבן נישט דעם מענטש (עכ"פ מיר ווייסן נישט דערפון) וואס קען אונז געבן קלארקייט וואס קומט דא פאָר? וואס פאסירט פאָרנט פון אונזערע אויגן? אבער צו דער זעלבער צייט ווערט ביי מיר קלאר אז הקב"ה מאכט און טוט אלעס וואס פאסירט אויף די וועלט, און ס'איז נאר הקב"ה וואס וועט אונז בעזר ה' ארויסנעמען פון דעם שווערן מצב.

ברידער, באמת וואלטן מיר געוואלט ווי געווענליך דערציילן עטליכע שיינע השגחה פרטית מעשיות און איבערגעבן אפאר פראקטישע געשמאקע געדאנקען צום הייליגן יו"ט פסח – אבער הקב"ה צווינגט די וועלט צו א נייע פלאץ, הקב"ה האט אונז דעם יאר געברענגט צו א פלאץ ווי דער איד שפירט הקב"ה אין אלע ביינער. אמת, ס'טוט וויי. אמת, ס'איז געקומען אויף אַן אופן וואס איז אומבאשרייבליך, אבער דאס איז דער מציאות. אונזערע קינדער האבן אונז געפרעגט די לעצטע שטיק צייט קשיות וואס מיר האבן נישט קיין תירוצים, און מיר ווייסן אז ס'איז באמת נישט פארהאן אויף די שאלות קיין תירוצים, אבער ס'איז פארהאן עפעס טיפער ווי א תירוץ, ס'איז פארהאן א טיפע הרגשה פון דביקות בה' - די אויגן פון די גאנצע וועלט איז פלוצלינג געהויבן צו אבינו שבשמים מיט א קלארע געשריי: "טאטע, מיר ווייסן גארנישט, מיר האבן נישט קיין שום השגה אין גארנישט, נאר אין איין פאַקט אז דו מאכסט און טוסט און פירסט די גאנצע וועלט, דו ביסט מיט אונז און דו גייסט אונז ארויסנעמען פון דעם גלות!"

אין די ספרים הקדושים זעט מען אז די צוויי וועגן פון זען דעם אויבערשטן זענען מרומז אין די צוויי שמות הקדושים: אלוקים און הוי"ה – אלוקים איז מרמז אויף דאס ערשטע, וואס ווי באקאנט איז דער אפטייטש דערפון בכל הכוחות כולם, וואס דאס מיינט אז דער איד באמערקט און זוכט און דאנקט אויף די גרויסקייט פון אבינו שבשמים, אבער דערנאך איז פארהאן א יסוד וואס רופט זיך הוי"ה, וואס דאס מיינט היה הוה ויהיה – נישט קיין חילוק וואס איך זע, נישט קיין חילוק וואס איך שפיר, נישט קיין חילוק וואס דער מצב און מציאות איז, ווייס איך מיט א קלארקייט אז אבינו שבשמים איז חי וקים און לעבט מיט אונז אויף טריט און שריט.

דעם געדאנק טרעפן מיר אין די תורה גלייך ביים אנפאנג פון אונזער גאולה וַיֹּאמֶר עוֹד אֱלֹקִים אֶל מֹשֶׁה כֹּה תֹאמַר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל יְקוָק אֱלֹקֵי אֲבֹתֵיכֶם אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אֱלֹקֵי יִצְחָק וֵאלֹקֵי יַעֲקֹב שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם זֶה שְּׁמִי לְעֹלָם וְזֶה זִכְרִי לְדֹר דֹּר - הקב"ה זאגט פאר משה, גיי זאג פאר די אידישע קינדער אז דער גאט פון הוי"ה גייט זיי ארויסנעמען… דאס איז מיין נאמען און דאס איז מיין געדענקעניש אויף שטענדיג. דער באשעפער זאגט, ביז נאך די מכות וועלן די אידישע קינדער שפירן הקב"ה אין יעדן ביין אונזערער, און אט וועלן מיר זיין גרייט אריינצוטאַנצן אין א ים סוף אָן קיין שום פלאן, ווייל מיר ווייסן אז די ישועה גייט קומען. איי וועט איר פרעגן ווי אזוי? ווען? ווער? מיר ווייסן נישט און מיר האבן נישט קיין תירוצים אבער מיר ווייסן אז אבינו שבשמים איז מיט אונז!

מה נשתנה
דערמיט לאמיר צוריקקומען צו דער הגדה. מיר פאנגען אָן מיט מה נשתנה, פיר קלארע שאלות וואס דארפן א תירוץ, אבער מיר ענטפערן נישט מיט א קלארקייט. נאר אויף א געלעגנהייט האבן מיר געהאט דעם זכות צו לערנען ביי הגאון הצדיק הרב קאפעלמאן זצוק"ל, און דער ראש ישיבה האט געזאגט: "עבדים היינו - דאס איז אונזער תירוץ". אַן עבד פרעגט בכלל נישט קיין שאלות, ער ווייסט אז ס'איז פארהאן א בעל הבית, ס'איז אים קלאר אז איינער העכער און גרעסער פון אים פירט און מאכט, און כאטש ער האט פילע פראגעס און וואנדערנישן ווייסט ער אז איך בין נאר אַן עבד, ס'איז פארהאן א בעל הבית. אט דאס ענטפערן מיר פאר זיך און פאר אונזערע קינדערלעך: עבדים היינו, קינד מיינס, מיר זענען געווען עבדים אין מצרים, אצינד זענען מיר עבדים פאר'ן באשעפער. דו פרעגסט גוטע קשיות, און איך ווייס נישט אלע תירוצים, איך בין אויך צומאל פארלוירן און צומישט, אבער איין זאך איז קלאר: אונזער טאטע איז מיט אונז אויף טריט און שריט, און צום סוף וועלן מיר פון דעם גלות ארויסגיין ברכוש גדול! מיר וועלן פון דעם נסיון ארויסקומען נענטער און רייכער!

מעשה ברבי אליעזר...
מיט דעם קען מען אויך פארשטיין די המשך אין די הגדה, די מעשה ברבי אליעזר, די הייליגע תנאים וואס זענען געזעצן אין בני ברק און דערציילט סיפור יציאת מצרים, ביז די תלמידים זענען געקומען זאגן, רבותינו, מ'דארף שוין ליינען קריאת שמע. דער בעל ההגדה איז דא מרמז א טיפע נקודה: די תנאים האבן אזוי קלאר געמאכט די געוואלדיגע יסוד פון יציאת מצרים, ווי מיר האבן איינגעזען אז אין די טונקלקייט פון שעבוד מצרים, זעען מיר דעם גרויסן באשעפער, און ווי טראץ אלע שוועריגקייטן גלייבן מיר באמונה שלימה, ביז די תלמידים זענען צוגעקומען צו די הכרה אז שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד. דער בחינה פון הויה באגלייט אונז אפילו ווען ס'איז אלקינו, ווען ס'איז מידת הדין און מען זעט נישט זאכן מיט א קלארקייט. און דאס האבן די תנאים אריינגעלייגט אז מען זאל וויסן אז "כל אותו הלילה" אין די טונקלקייט פון דער נאכט זעט מען דעם באשעפער.

עשר מכות – פרשת בא
דערפאר פארשטייט מען אויך פארוואס אין פרשת בא הייבט דער באשעפער אָן אז ער וויל די אידישע קינדער זאלן געדענקען די וואונדערליכע ניסים, ווייל די לעצטע דריי מכות פון פרשת בא, מכת ארבה, חושך און מכת בכורות, זענען געווען אין א טונקלקייט. ארבה איז געווען וכסה את עין הארץ, מ'האט גארנישט געקענט זען. חושך איז געווען טונקל פאר יעדן איינעם, און ווי ס'שטייט אין מדרש איז געווען טונקל אין די גאנצע וועלט, אויסער פאר די אידן. און מכת בכורות איז געווען אינמיטן די פינסטערניש פון דער נאכט, בחצי הלילה. די אידן האבן זיך איינגעשפארט אינדערהיים און דער באשעפער האט איבערגעשפרינגען זייערע הייזער, ווייזנדיג ווי אין דעם חשכות איז דא א קלארער חילוק צווישן א איד און א גוי, ווי דער איד זעט דעם באשעפער אפילו ס'איז טונקל און אלעס איז פארדעמפט.

דערפאר האַקט דער פסוק איבער און זאגט אונז: למען תספר באזני בנך, אין די יעצטיגע צייט, ווען ס'קומט צו דעם יסוד פון זען הקב"ה אין טונקלקייט, איז עס נישט עפעס וואס קען פשוט געזען ווערן בבחינת 'וארא - באוויזן', מען דארף אריינגיין אין א בחינה פון 'בא' - פון קומען נאנט צו אבינו שבשמים. מען דארף עס אריינזאגן אין די אויערן פון אונזערע קינדערלעך, און זיי זאלן עס איבערגעבן ווייטער, ווייל ס'איז עפעס וואס מ'פארשטייט נישט פון זיך אליין. ס'איז נישט עפעס וואס מען קען סתם באמערקן אדער זען. ס'דארף געזאגט ווערן פון טאטן צו קינד, ווייל דאס איז דער באהאלטענער סוד פון א איד, ווי אזוי ער האלט זיך אין די שווערסטע זמנים. דעם יאר האט הקב"ה אונז געגעבן דעם שליחות איבער צוגעבן דעם הייליגן 'סוד' פאר אונזערע קינדער אויף א וועג ווי קיינמאל פריער!
הלל - שירה

טייערע אידן, ווען מיר זאגן די הגדה דעם פסח ביינאכט, לאמיר זיך פארטיפן און זען ווי פון יעדעס שטיקל אין דער הגדה זעען מיר דעם יסוד, ווי אינמיטן דעם חשכות און גלות מצרים האט ארויסגעשיינט די ריינע אמונה פון אידישע קינדער, ווי מיר האבן זיך נישט פארלוירן פון די צרות נאר געוויינט און געשריגן צום באשעפער. ווען דער אידעלע גייט אריבער די הייליגע פסוקים און מען דערמאנט זיך וואספארא שווערע מצבים מיר האבן שוין געהאט, ווי פארלוירן איז דער כלל ישראל געווען, ווי צובראכן און צומישט איז אונזער טאטע יעקב אבינו געווען לאנגע יארן זיצנדיג ביים פעטער לבן, ווי אונזערע עלטערן זענען געווען פארלוירן אין מצרים, ווי אין ים סוף האבן זיי שוין ממש געשפירט אז ס'איז כלו כל הקיצין. און עס שטעלט זיך ארויס אז דוקא אין די אלע מצבים ווערט אונזער אמונה שטארק פעלזן פעסט, דייקא אין די מצבים ווערן מיר שטארק און קלאר אין די אמונה. און דערנאך קומט דער איד צום הויכפונקט און זינגט נאכאמאל שירה, כאטש מיר האבן שוין געזינגען איינמאל, ווייל דערנאך וואס מיר זענען אריבער די צען מכות איז א נייע מציאות פארהאן, די אמונה אונזערע איז קלארער און שטערקער און אט אזוי זינגט א איד!

לאמיר געדענקען די יסודות במשך די סדר נאכט, און לאמיר דאס מיטנעמען אויף גאנץ פסח און אויף א גאנץ יאר. נישט קיין חילוק ווי טונקל און שווער דער מצב איז, ווייסן מיר ווער עס פירט עס פון אויבן. נישט נאר דאס, נאר דווקא אין אזא מצב, ווען די גאנצע וועלט איז צומישט און פארלוירן, טוט זיך דער איד אויפהייבן און ער טוט אויסשרייען פאר די גאנצע בריאה: אין עוד מלבדו. דער כח אין סוף וואס פון אים איז באשאפן געווארן די גאנצע וועלט, דער זעלבער כח איז חי וקיים און אזוי זאגן מיר ביים הלל, מן המצר קראתי קה, פון די ענגשאפט, פון די "מצרים" פון יעדן איד, שרייען מיר אויס צום באשעפער, און אזוי ווערט מקויים דער "ענני במרחב קה", דער רבונו של עולם ענטפערט אונזער געבעט און עס ווערט ברייט און לעכטיג, מיר ווערן אויפגעראכטן און אויסגעלייטערט פון די נסיונות, דאס ברענגט אונז נענטער צום באשעפער און נענטער צו די גאולה, און אין דעם זכות וועלן מיר אלע טאקע זוכה זיין צו ברענגען ישועות און רפואות פאר כלל ישראל, אלע אידישע שטיבער זאלן אויפגעראכטן ווערן און נישט וויסן מער פון קיין שום צער, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין משעבוד לגאולה ומאבל ליום טוב, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בביאת גואל צדק בב"א.

לסיכום געדענק:
● דער באשעפער וויל אז מיר זאלן דורכגיין נסיונות ווייל דאס לייטערט אונז אויס און ברענגט אונז אויף א העכערע פלאץ.
● ביי יציאת מצרים האט דער באשעפער געוויזן אז אין די טונקלסטע פלאץ קענען מיר זען הקב"ה און גלייבן אין אים.
● די נאכט פון פסח איז א ליל שימורים לדורותם, אין די חשכות און טונקלקייט קענען מיר זען די לעכטיגקייט פון באשעפער.
● אין זכות פון אנערקענען אז אין עוד מלבדו ברענגט מען אראפ די גרעסטע ישועות און רפואות און די אמת'ע גאולה שלימה.

א לעכטיגער, פרייליכער, כשר'ער יום טוב!


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר