הלא הוא כמוס עמדי!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

הלא הוא כמוס עמדי!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שוין א לענגערע צייט וואס כ'וויל שרייבן אן ארטיקל וועגן דעם ענין פונעם אַלעמען באקאנטן "טעם הכמוס" וואס ציט זיך שוין בערך הונדערט פופציג יאר און ס'נאך אלץ א סוד פאר גאנץ בראד.

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען משניות מס' ע"ז און דארט אונעם צווייטן פרק משנה ה' וואו צוויי תנאים ר' ישמעאל מיט ר' יהושע זענען געגאנגען אויפן וועג און ר' ישמעאל האט געוואלט וויסן דעם טעם פארוואס די חכמים האבן ג'אסר'ט קעז וואס איז געמאכט געווארן דורך א גוי, בקיצור ס'איז אנגעגאנגען א ויכוח אהין און צוריק, יעדע טעם וואס ר' יהושע האט געזאגט האט ר' ישמעאל ג'טענה'ט אז ס'קען נישט זיין, ביז ר' יהושע האט געזען אז ער קען זיך נישט ארויס דרייען מער, האט ר' יהושע אוועק געדרייט דעם שמועס צו שיינע אגדתא. און די גמ דף ל"ה ע"א איז מסביר פארוואס ר' יהושע האט עס געטון, וויבאלד ס'געווען א נייע גזרה, אינטער צוועלף חדשים אלט, האט ער נישט געוואלט ארויס געבען דעם טעם. די גמ' ברענגט צו דארט בשם עולא אז אין ארץ ישראל האבן די חכמים אזוי איינגעפירט נישט אויסצוזאגן די טעם פונעם גזירה ביז צוועלף חדשים, כדי מ'זאל נישט מזלזל זיין אינעם איסור, ווייל אויב וועט מען הערן טעם וועלן מענטשן עס אננעמען גרינגער, אבער נאך י"ב חודש איז שוין די זאך איינגעגעסן ביים עולם קען מען שוין מגלה זיין דעם טעם.


נאכדעם וואס כ'האב געלערנט דעם משנה, איז מיר נאך שווערער געווארן די קשיא למה ועל מה איז די טעם הכמוס וואס דער הייליגער דברי חיים האט מוסיף געווען פארוואס די מאשין מצות זענען אסור? קודם כל פון די משנה/גמ' זעהט מען, אז טעם הכמוס איז געווען א זאך וואס די חכמים בלשון רבים האבן געמאכט און נישט א יחיד, און אויך פאר א געוויסע צייט י"ב חודש און מיט א ריכטיגע חשש, מורא האבענדיג אז מ'וועט מזלזל זיין דערין, אבער זיכער נישט ביז תשבי וועט קומען און מתרץ זיין קושיות ואיבעיות!


נאך אזאך וואס עגבערט אין מיר איז פאר וועם האט דער הייליגער ד"ח געזעהן פאר א מוז, מוסיף צו זיין דעם שרעקעדיגער טעם הכמוס? אויב פאר זיין עולם וואסי סייווי סרים למשמעתו, זיי וואלטן סיי ווי נישט עובר געווען אויפן מצוות המלך, און נישט נאר יענעם דור נאר אפילו דורי דורות ביז משיח'ס טאג וואלטן סייווי נישט אוועק געקערט און עס געהיטן ווי א צוואה, ווי מ'זעהט טאקע היינט צו טאגס, נאך ווען די חמץ פראבלעמאטישע קארפן פיש איז שוין לאנג נישט אקטועל, נאך וואס די קנאבל חששות האט שוין לאנג עקספייערט, נאך וואס די שמוציגע ירקות ווי מייערן און מרור האבן שוין מער נישט קיין שום הידור גייען נאך מענטשן מיטן קאפ אין וואנט און מאכן זיכער אז אין שטוב מעג נאר איבער טרעטן די שוועל, קארפן פיש (די מער אויפגעקלערטע לאזן שוין דורך סעלמאן אבער ס'מוז אויך זיין לעבעדיגע) וואס צוויי כשר'ע עדות האבן געזען מיט זייערע אייגענע אויגן נישט פון א קאמערע, ווי די קארפן פיש האבן נאך יענעם אינדערפרי געזינגען שירות ותשבחות פאר גאט, קיין קנאבל חס מלהזכיר, און די מייערן מיט די מרור מוזן זיין פארשווארצט כאילו זיי זענען דורך די עבודת הפרך, כאילו זיי זענען אויך געווען א חלק אינעם שעבוד מצרים שטיקלעך זאמד מוזן פאלן פון זיי אנדערש קען גאר דער מהדרין מן המהדרין נישט יוצא זיין וכל המרבה הרי זה משובח, און דאס איז אלעס אן דעם טעם הכמוס. ווייטער דער עולם וואס האט זיך פארלאזט אויף די אנדערע גדולים וואס האבן לכתחילה מתיר געווען און אפילו אז ס'איז מער מהודר האבן במילא נישט נאכגעגאנגען דעם ד"ח'ס פסק. שטעלט זיך די קשיא, פארוואס דער הייליגער ד"ח האט געשפירט וואו זיינע טעמים נגלים זענען נישט גענוג שטארק אז ער האט נאך ג'מוזט זיך באניצן מיטן שרביטו של מלך און צולייגן א טעם הכמוס און עס מאכן ממש ווי מעשה מרכבה אליינס וואס נאר א יחיד ומבין מדעתו קען משיג זיין??


און דער גרעסטער פראבלעם מיט א טעם הכמוס זעהט אויס איז ווייל ס'טוט שוואך מאכן די עכטע טעמים און סברות וואס אידן ת"ח זענען זיך מפלפל, אז דאס איז כאילו נישט דער עיקר, נאר דער עיקר איז א פארהוילנע אינטערן טיש זאך וואסי פארבארגן פונעם מענטשליכן השגה לעת עתה וואס נאר יחידי סגולה זענען משיג מיט זייער ווייטע בליק, ס'קומט מיר פאר ווי געוויסע בעלי מקובלים האלטן, זענען מחשיב תורת הנסתר איבער תורת הנגלה. און ס'אינו דומה צו דעם טעם הכמוס וואס חז"ל דערמאנן דארט אין מס' ע"ז וואס דארט איז געווען די סיסטעם אזוי צווישען די חכמים בקיבוץ, און אפילו נישט איבעראל נאר ביי די בני מערבא און אויך נאר פאר י"ב חודש, און גלייך נאך די י"ב חודש זענען אלע טעמים מיט סברות אנטפלעקט געווארן דורך די חכמים אליין.


למעשה האלט מען שוין איבער הונדערט פופציג יאר נאכן שטארקן טעם הכמוס פסק, און ס'נאך אלץ נישט אנגענומען געווארן ביי רוב כלל ישראל, רוב אידן שומרי תורה זענען בכלל נישט מקפיד אויף האנד מצות, איה"נ אז ביי די חסידישע קרייזן אין וויליאמסבורג/בארא פארק/קרית יואל און נאך קלענערע שטעט איז מען טאקע שטארק נזהר דערין, אבער זיי מאכן נישט אויס רוב פרומע אידן. ס'דא אסאך א גרעסערע טייל אין כלל ישראל וואס פירט זיך נישט אזוי, און אפילו וואס צווישן די וואס זענען יא מקפיד צו עסן די סדרים מיט האנד מצות טוען עס אויך נאר פאר טראדיציע, אזויווי מנהג אבותיהם בידיהם, זיי ווייסן ניטאמאל די טעם דערפון.


און לאמיר זיך נישט פאפן רוב חסידישע אידן ווען זיי וועלן זעהן איינעם נישט קיין מאדערנער איד נאר לאמיר זאגן א היימישער וואס עסט מאשין מצות וועלן זיי עם וועלן צו פליקן אדער גאר אנקוקן ווי א משומד, און אפילו נישט וויסענדיג פארוואס, און דאס האט לכאורה די טעם הכמוס גורם געווען, ווייל אנדערש איז ווי יעדע מחלוקה אין הלכה, אבער די מינוט וואס מ'קומט אן מיט עפעס א מיסטישע טעם קוקט די גאנצע זאך אויס מיסטיקל.


ס'ממש אשאד פארוואס ס'האט געברויכט קומען דערצו, פארוואס האט עס נישט געקענט פארבלייבן ווי אלע אנדערע מחלוקת הפוסקים, וואס טייל נעמען אן דאס, און אנדערע נעמען אן יענץ און פארטיג? פארוואס האט עס געמוזט ווערן א סימבאלישע מחלוקה?? כ'געדענק מיט יארן צוריק האב איך געקויפט א שאכטל שמורה מאשין מצות געמאכט פון האבער כ'האב עס געברויכט האבן פאר איינעם אין די משפחה וואס האט געהאט א גלוטן פראבלעם, בין איך ווי שעפעלע געגאנגען אנפרעגן ביי א רב צו מ'מעג עס עסן, האט מיר יענער רב אויפגעמאכט אפאר אויגן און געדרייט מזרח מעריב צפון דרום, און זאגט מיר ווארף עס שוין ארויס! פרעג איך, איר האלט טאקע אז ס'חמץ גמור? דרייט ער אזוי מיט זיינע שווארצע אפעל ווי צו זאגן פרעג נישט קיין קשיות, זעהט אויס אז ער האט זיך דערמאנט פונעם טעם הכמוס.


און צום שלוס, כ'בין נייגעריג צו דע אלע וואס ווילדעווען אז מאשין מצות איז חמץ גמור, צו זיי פארשטייען בכלל דעם איסור דערפון, צו די זעלבע זענען אויך מקפיד צו גיין מיט ציצית פון וואלעס וכדו' וואס איז געמאכט מיט כוח ראשון, אדער מיט בתים וואס איז געמאכט מיט כוח ראשון, וואס סיי תפילין און סיי ציצית זענען א דאורייתא פונקט ווי מצות, פאר וואס דארט זענען זיי נישט פונקט אזוי ווילד, דער צאנזער רב ז"ל האט געהאלטן ביי אלעמען אז ס' מוז זיין כוח ראשון.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר