א היתר צו שניידן די בארד אין די טעג פון ספירת העומר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

א היתר צו שניידן די בארד אין די טעג פון ספירת העומר

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי אונז האלטן יעצט אינמיטן די טעג פון ספירת העומר ווען אידן פירן זיך מנהגי אבילות - אויס אבלות איבער די פטירה פון רבי עקיבא'ס תלמידים, חסידישע אידן פירן זיך ווי דער הייליגער אריז"ל בכלל נישט צו שניידן די האר די גאנצע זיבן וואכן. ישראל קדושים ווילן באמת זיין גוט, און מילא מיט די אנדערע מנהגי אבלות גיבט מען זיך נאך אן עצה, אבער נישט שניידן די בארד גאנצע זיבן וואכן איז א שטיקל אפקומעניש. מילא ביי די נישט חסידים איז נישט אזוי געפערליך, מ'שניידט נישט די בארד פאר איין חודש, און ל"ג בעומר שניידט מען אפ די גאנצע בארד און פערטיג. נישט אלע חסידישע אינגעלייט קענען דאס אבער טון, וועל איך שטעלן א קעיס אז מ'מעג לכתחילה שניידן די בארד אין די ספירה טעג, וזה החלי בעזרת השם יתברך.

באמת, לויט'ן אנגענומענעם מנהג ביי רוב כלל ישראל, פירט מען זיך די מנהגי אבלות נאר 33 טעג פון די ספירה טעג, און ס'דא דריי מנהגים וויאזוי מ'רעכנט די 33 טעג. 1) די ערשטע 33 טעג ביז ל"ג בעומר, און די טעם איז ווייל אין יענעם טאג האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן. 2) די ערשטע 33 טעג פון ראש חודש אייר און ווייטער, און די טעם איז ווייל חודש ניסן איז א פרייליכע חודש וואס פאסט נישט קיין אבלות, און די 34'סטע טאג איז שוין ערב שבועות. 3) אלע טעג וואס מ'זאגט תחנון, די איבעריגע 16 טעג זענען יומי דפגרא ווי חול המועד, ראש חודש, חודש סיון, וואס אין זיי פאסט נישט קיין אבלות. יעצט באמת שטייט אין די פוסקים אז די מנהג וועלכע 33 טעג מ'פירט זיך אבלות איז נישט אויסגע'פסק'נט. רוב וועלט פירט זיך טאקע ווי דער ערשטער וועג, אבער אז איינער וויל קען ער רואיג אננעמען ווי דער דריטער וועג, וואס לויט דעם איז די לענגסטע צייט אפשניט וואס מ'קען זיך נישט שערן נאר 15 טעג. אבער דאס איז נאר אן הקדמה צו מיין נייע היתר פאר תש"פ, וזה החלי בעזרת קל צורי וגואלי.

שטייט אין פסוק אין ספר ירמיה: "וַיָּבֹאוּ אֲנָשִׁים מִשְּׁכֶם מִשִּׁלה וּמִשֹּׁמְרוֹן שְׁמֹנִים אִישׁ מְגֻלְּחֵי זָקָן וּקְרֻעֵי בְגָדִים וּמִתְגֹּדְדִים, וּמִנְחָה וּלְבוֹנָה בְּיָדָם לְהָבִיא בֵּית השם" - ס'זענען געקומען מענטשן פון שכם, פון שילה, און פון שומרון, אכציג מענטשן מיט געגאלטע בערד, צוריסענע קליידער, און צושטאכן זייער פלייש, און ברויט מיט ווארעך (frankincense) אין זייערע הענט צו ברעגען אין גאט'ס הויז. (מא, ה) דא רעדט מען הארט נאכ'ן חורבן בית המקדש, האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע אידן פון שכם, שילה, און שומרון צו ברענגען קרבנות אין בית המקדש. אויפ'ן וועג האבן זיי געהערט אז די בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן זיי זיך אפגעשניטן די בערד, צוריסן זייער קליידער, און זיך צושטאכן זייער פלייש פון גרויס צער אויפ'ן שרעקליכן בשורה.(רש"י) פון דא זעהט מען זייער קלאר אז לאזן די האר וואקסן אויס אבלות גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, און נישט נאר וואס לאזן וואקסן די בארד איז נישט קיין צייכן פון צער, פארקערט גאר, אלס אויסדרוק פון אבלות זאל מען דווקא יא שניידן די בארד!

ס'דא נאך א נקודה וואס איז נוגע אהער, און דאס איז די מנהג פונעם אריז"ל זיך בכלל נישט צו שערן אין ספירה, ווי זיינע תלמידים שרייבן אינעם ספר פרי עץ חיים: "מורי זלה"ה, לא היה מסתפר מערב פסח עד ערב שבועות כלל ועיקר, לא בר"ח ולא בל"ג בעומר, ואמר לי הטעם שלא לגלח בימים אלו, כי כבר ידעת, כי יש תיקון א' בגולגלתא, והוא נקרא עמר נקי. ויש תיקון הב' הנקרא טלא דבדולחא" - מיין רבי זכרונו לברכה, האט זיך אינגאנצן נישט געשוירן פון פסח ביז ערב שבועות, אפילו נישט ראש חודש און ל"ג בעומר. און ער האט מיך געזאגט אז די טעם זיך נישט צו שערן אין די טעג איז וועגן די צוויי השפעות פונעם "גולגלתא", "עמר נקי" און "טלא דבדולחא". (שער ספירת העומר פרק ז)

די זעלבע זאך זעהט מען אויך ביי א נזיר, ווי ס'שטייט אין זוהר הקדוש: "גדל פרע שער ראשו, משום הא דכתיב "וּשְׂעַר רֵאשֵׁהּ כַּעֲמַר נְקֵא" (דניאל ז, ט), דבהאי דמי לגוונא דלעילא." - פארוואס דארף א נזיר זיך לאזן וואקסן די האר פון קאפ? ווייל ס'שטייט אין פסוק "און די האר פון זיין (גאט כביכול'ס) קאפ איז ווי ווייסע וואל", ווייל אזוי איז ער ענליך צו אויבן. ד.ה. אז סיי א נזיר, און סיי די טעג פון ספירת העומר, האבן אזא קדושה, אז זיי טארן זיך נישט שערן ווייל זיי האבן אויף זיך די קדושה און השפעה פון "וּשְׂעַר רֵאשֵׁהּ כַּעֲמַר נְקֵא".

יעצט, די איסור פאר א נזיר זיך צו שערן גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, נישט די בארד אדער אלע אנדערע האר פונעם קערפער, לויט דעם קומט אויס אז די טעם פונעם אריז"ל אויף זיך נישט שערן אין ספירה גייט אויך נאר ארויף אויפ'ן האר פון קאפ, ווייל ביידע זענען אלס דעם זעלבן טעם, די בארד קען מען געהעריג שניידן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר