די שר התורה פארן מלך המשפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

די שר התורה פארן מלך המשפט

שליחה דורך במדבר »

בו''ה

פאליטישע און טעלעוויזיע פערזענדליכקייטן אין מדינת ישראל האבן זיך געלאזט הערן לעצטענס אז מרן, די תורה מיניסטער, ר' חיים קנייבסקי שליט''א, זאל געשטעלט ווערן פאר א געריכט, ניין! נישט איבער געפינענע קארופציע אין זיין מיניסטעריום, נאר איבער וויאזוי ער איז זיך אימגעגאנגען אין לויף פין די קאראנא קריזיס.

פאראינטערסירטע אינעם דבר ה', האבן מיט שפאנונג נאכגעפאלגט די שכינה המדברת מרשב''ם 23, קודם איז געהערט געווארן די קלארע
''דעת תורה'', אז ''תורה מגנא ומצלא'' און מיט אייפער האבען זיי געענטפערט ''נעשה ונשמע'',און מיט מסירת נפש אפן געהאלטן חדרים, ישיבות
און כוללים.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען.

און נאך א וואך צוויי פון דינערן אין בליצן און ''שברי לוחות'', איז געקומען די ''לוחות שניית'' דארט איז שוין יא געשטאנען ''אש שחורה על גבי אש לבנה''

''לא תרצח''

און זאגאר גאר אז די אלע וואס פאלגען נישט די משרד הבריאות, זענען רודפים ''וגוערין בהם'' און מען דארף זיי ''מויסער'' זיין פאר די אינסטאנצען.

אבער עס איז געקומען אביסעלע צו שפעט, אין א ריף פאר גערעכטיקייט האט זיך געלאזט הערן.ווי די ווערטער פון די פיאנער זשורנאליסט, ירון לונדון אויף די פראגראם ''זמן אמת''.
"הוא צריך להיות מועמד לדין באשמת רצח או רשלנות פושעת"..."הוא הרג, במילותיו, מתו עשרות, אולי מאות אנשים. ואלפים חלו, בגללו".
אדער ווי די געוועזענע מיניסטערן פרוי לימור לבנת (הליכוד) האט גע'טוויט.
''יש למצות את הדין, כחוק, כמו עם כל מי שמפר את ההנחיות, עם ''הרב קנייבסקי'' ועם חסידיו, עד תום".

''יראה הקהל וישפוט''
די חרדי'שע פרעסע אין מדינת ישראל האט דאס זייער שארף פארדאמט און פארציילט זייערע חרדי'שע ליינער
ווי דערציטערט און פארעקלט זיי זענען גאר געווארן.(זעזוע ושאט נפש מדברי הבלע של ירון לונדון כנגד שר התורה הגר"ח קנייבסקי/זעזוע
גדול בקרב הציבור החרדי בעקבות דבריו ההזויים והמנותקים של העיתונאי ירון לונדון.....עפ''ל)
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן א דעה, א דערהער, פון ברידער און שוועסטער דא אויף קאווע שטיבל.

וואס איז אייער מיינונג?

1)ניין!-והשופט כל הארץ ... יעשה משפט. 2)יא!-די געריכט זאל אורטיילן.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר