צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

אין די יעצטיגע תקופה ווען מ'זעהט ליידער ווי חסידישע אידן זענען מוסר נפש זיך און אנדערע כדי צו קענען גיין אין מקוה, טראכט איך אז דאס קומט פון אויפוואקסען מיט מעשיות ווי צדיקים האבן זיך מוסר נפש געוועהן אויף מקוה און האבן געבראכן אייז וכו'. מענטשן האבן געמאכט די מקוה גיין אזא פרומע "מערעטאן" אז זיי ווילן קענען זאגן אז זיי "האבן שוין 20 יאהר נישט פארפאסט א מקוה" נעבעך.

איך האב חוה"מ געשריבן ווי איך האב דערמאנט דעם ענין אין א שורה, אבער ס'איז כדאי קלאר אויסצושמועסן. יא, צדיקים האבן געהאט ענינים צו גיין אין מקוה, אבער זיי זענען נישט געוועהן משוגע. כמעט קיינער פון די צדיקים האט נישט געהאט קיין קפידה צו גיין יעדן אייניגסטע טאג אין מקוה!! אפילו די לעצטיגע צדיקים ווי סאטמאר רב און באבובער רב ז"ל האבן בעיקר מקפיד געווען צו גיין פאר א ברית אדער יום ב' וה' וכו'. קיינער איז נישט געגאנגען ווען זיי זענען געוועהן קראנק, און אוודאי זענען זיי נישט געגאנגען ווען ס'איז געוועהן א חשש אז וועלן אנשטעקן אנדערע מענטשען מיט א מחלה.

דאס אז צדיקים זענען נישט געגאנגען אין מקוה יעדן טאג איז א דבר פשוט. איך וויל דא שרייבן וועגן צדיקים וואס ס'איז דא מקורות אז זיי זענען נישט געגאנגען פאר לענגערע תקופות אין מקוה. פארשטייט זיך אז נישט חסידישע צדיקים ווי דער חת"ס זי"ע זענען אוודאי נישט געגאנגען אין מקוה. נאר דא רעדן מיר דווקא פון חסידישע צדיקים, וואס מיר זענען אויפגעצויגן געווארן מיינענדיג אז מקוה איז א חסידישע יסוד.

דער הייליגער דברי חיים (וואס ס'איז היינט זיין יומא דהילולא) איז געוועהן תקופות פון לאנגע חדשים וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה. אמאל איז אפילו אויסגעקומען ווען זיין זוהן הגה"ק רבי ישעי'לע טשחובער זצ"ל איז געבוירן געווארן אין א צייט וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה, און ער איז נישט געגאנגען אין מקוה אפילו פאר די ברית.

הגה"ק ר' אהרלע מבעלזא איז דרייסיג יאהר אין א צי נישט געגאנגען אין מקוה. (בכלל איז בעלז האט מען מקפיד געוועהן אז בחורים זאלן בכלל נישט גיין אין מקוה, חוץ אויב מ'האט א מקרה לילה, און ער"ש ויו"ט)

ס'איז באקאנט די הייליגע בריוו פון הגה"ק ר' זכרי' מענדיל משטרים זצ"ל, פלימעניק פונעם הייליגן נועם אלימלך, וואס איז געדרוקט אין קונטרס ליקוטי שושנה אין נועם אלימלך. דארט שרייבט ער צו די וואס האבן אים באשולדיגט אז ער איז זיך מסגף און גייט כסדר אין מקוה, אז דאס איז בכלל נישט אמת, נאר ער גייט אין מקוה ווען ס'איז בעת הצורך און ער שפירט געזונט און שטארק, אבער אז ער שפירט סיי וואספארא שוואכקייט גייט ער בכלל נישט אין מקוה.

הגה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצ"ל איז די לעצטע 18 יאהר פון זיין לעבן נישט געגאנגען אין מקוה, חוץ יום י"ג מידות.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר