פרשת תזריע-מצורע - זעה דעם 'מענטש' נישט א 'נגע'..!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

פרשת תזריע-מצורע - זעה דעם 'מענטש' נישט א 'נגע'..!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אין די צוויי פרשיות פון דער וואך, תזריע און מצורע, לערנט אונז די תורה די פילע הלכות פון נגעים, צרעת, ספחת, בהרת, אבות, תולדות. די פרשיות זענען אנגעפילט מיט שווערע דקות'דיגע דינים. דער כהן באקוקט די נגע, מען קוקט אויב ס'איז גרעסער געווארן, מ'דארף וואַשן די קליידער, מ'קוקט אויב ס'האט זיך געטוישט די קאליר, מען שפאַרט איין דעם מנוגע, מען פארשיקט אים מחוץ למחנה און פיל נאך. געווענליך ווען מען לערנט די פרשיות שפירט מען אז די ענינים זענען פרעמד און ווייט פון אונזער היינטיגער לעבן, אבער ליידער האט דער יעצטיגער מצב צוגעברענגט אז דער נושא איז מער נישט פרעמד. דער ענין אז א נגע שפרייט זיך אויס איבער דער וועלט, מען דארף זיין אפגעשיידט פאר גאנצע פערצן טעג, און דערנאך דער ענין פון בדד ישב מחוץ למחנה – ווען מיר זענען אין א מצב וואס די גאנצע וועלט איז אין א געוויסע בחינה אין דעם מצב איז דאך זיכער צייט זיך צו פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

דער פסוק זאגט: וְרָאָה הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע בְּעוֹר הַבָּשָׂר וְשֵׂעָר בַּנֶּגַע הָפַךְ לָבָן וּמַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ נֶגַע צָרַעַת הוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ - דער כהן זעט די נגע אויף די הויט, און די אלע סימנים זענען דא, די האָר איז ווייס געווארן, עס קוקט אויס טיפער ווי די איבריגע חלק פון דעם גוף, איז דאס א צרעת, דער כהן זאל עס אָנקוקן און זאגן אז ער איז טמא. ווי נאר מען לערענט דעם פסוק פרעגט זיך א שאלה: דער פסוק פאנגט אָן און זאגט אז דער כהן זעט דעם נגע, און ער דארף עס ריכטיג באטראכטן צו זען אלע סימנים, דערנאך זאגט דער פסוק נאכאמאל: וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ. מען האט דאך שוין איינמאל געשמועסט אז דער כהן דארף אנקוקן דעם נגע, וואס דארף די תורה נאכאמאל זאגן אז ער דארף אנקוקן דעם נגע?
אויסער דעם דארפן מיר פארשטיין וואס איז דער תכלית פון דעם "בָּדָד יֵשֵׁב מִחוּץ לַמַּחֲנֶה," אז דער מצורע דארף אוועקגיין פון דער מחנה און זיין אפגעזונדערט. וואס העלפט דאס און ווי אזוי ברענגט דאס א תיקון פאר'ן מצורע?

עטליכע פסוקים שפעטער טרעפן מיר ווי דער פסוק זאגט: וּבְיוֹם הֵרָאוֹת בּוֹ בָּשָׂר חַי יִטְמָא – רש"י ברענגט די גמרא אויפ'ן ווארט "וביום", וועלכע דרשנ'ט: (מ"ק טו בכורות לו) יש יום שאתה רואה בו ויש יום שאין אתה רואה בו, מכאן אמרו חתן נותנין לו כל שבעת ימי המשתה לו ולאצטליתו ולכסותו ולביתו וכן ברגל נותנין לו כל ימי הרגל. ס'איז דא טעג וואס מען קען קוקן א נגע, און ס'איז דא טעג וואס מען קען נישט קוקן א נגע, ווי א חתן וואס מען קוקט נישט זיין נגע אין די שבעת ימי המשתה, און אום יום טוב ווען מען קוקט נישט א נגע. לכאורה דארף מען פארשטיין, אויב א מענטש איז טמא איז ער טמא, און אויב א נגע מאכט דעם מענטש פאר א מצורע, איז נישט קיין חילוק צו ס'איז יום טוב אדער נישט, אדער ער איז א חתן אדער נישט. ווי אזוי קען מען זאגן אז אין געוויסע טעג איז די טומאה נישט קיין טומאה?

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס לאמיר כאפן א בליק אויף פרשת מצורע, וואס רעדט זיך פון דעם טהרת המצורע. דער פסוק זאגט אז דער כהן זאל ברענגען א האלץ פון א טענענבוים און א אזוב גראָזל. רש"י איז אונז מסביר אז די טענענהאלץ איז ווייל דער מצורע איז געווען א בעל גאוה, און האט זיך געהאלטן גרויס ווי א הויכער טענענבוים, און דער קליינער אזוב איז ארויסצוברענגן דער ענין פון שפלות און עניוות צו לערנען דעם מצורע אז ער זאל זיך האלטן קליין. אז מען טראכט דערין אריין פרעגט זיך, אויב וויל מען לערנען דעם מצורע זיך צו האלטן קליין, אפשר וואלט בעסער געווען אז ס'זאל בכלל נישט דארט זיין קיין טענענהאלץ און מען זאל ברענגן בלויז אזוב כדי צו ווייזן אז מען דארף זיך קליינהאלטן?

לאמיר מקדים זיין מיט א מעשה שהיה. מיט עטליכע יאר צוריק האבן מיר זוכה געווען צו זיין ביי א חנוכה מסיבה אין רייקערס איילענד. ווי באקאנט איז דער טורמע אין רייקערס איילענד איינע פון די שווערסטע און ערגסטע תפיסות, און מיר זענען אהינגעגאנגען פראווען דעם יום טוב מיט די אידישע ארעסטאנטן און אריינשיינען דעם חנוכה ליכטל אין דעם פינסטערן ארט.
ביי דער מסיבה זענען געווען אנוועזנד די ארעסטאנטן, זייערע באליבטע פאמיליע מיטגלידער און אויך עטליכע אידישע אורחים וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען. פארשטייט זיך אז דערביי זענען געווען פילע טורמע וועכטער און אפיצירן וואס האבן נישט אראפגענומען זייערע אויגן פון די ארעסטאנטן. נאך דער מסיבה איז אונז אויסגעקומען צו שמועסן מיט איינע פון די אפיצירן, און ער האט אונז געזאגט א געוואלדיגער דערהער וואס איז א מורא'דיגער מוסר השכל פאר יעדן איינעם.

"זעסט דארט דעם ארעסטאנט?" זאגט מיר דער אפיציר, ווייזנדיג אויף א לעכטיגער אידל וואס האט געהאט א געוואלדיגער חן, מיט וועמען מיר זענען פריער געטאנצן מיט פרייליכקייט צוזאמען מיט זיינע זיסע קינדערלעך. מיר האבן געשאקלט מיט'ן קאפ אויף יא, און דער אפיציר איז ממשיך: "ער איז אונטער מיין אויפזיכט פאר די לעצטע צוויי יאר. איך וויל זאגן דעם אמת, ביז יעצט האב איך אים בלויז געזען אלס אַן ארעסטאנט, א פארברעכער, א נומער וואס דארף אפגעהיטן ווערן אז ער זאל נישט אנטלויפן און מאכן צרות. אבער אזוי צוקוקנדיג ווי ער איז צוזאמען מיט זיין פאמיליע, זע איך אז ער איז א ליבליכער טאטע צו זיינע קינדער, א מאַן צו א הערליכע משפחה, א מענטש מיט געפילן און א הארץ. איך וועל אים שוין קיינמאל מער נישט זעהן אלס אַן ארעסטאנט, נאר אלס א מענטש." האט ער אויסגעפירט.

טייערע ברידער, ווען דער איד באקומט א נגע, הייסט אונז די תורה גיין צום כהן. די ספרים הקדושים זענען מסביר אז דער כהן האט א געוואלדיגע כח צו איבערדרייען דעם שלעכטן נגע אויף גוטס. דער תפארת שלמה שרייבט אז א נגע דארף מען ברענגען צום כהן, ווייל ער איז דער כח פון חסד, ווי מען זעט אז אהרן איז געווען אן אוהב שלום ורודף שלום. מיט דעם געוואלדיגן כח פון כולו טוב, כולו חסד, קען מען אפילו דעם גרעסטן חסרון איבערדרייען אויף גוטס, און פון א נגע - א קרעץ, ווערט א ענג, א פארגעניגן. אבער נישט יעדער איז אויף דער מדריגה פון א כהן, דערפאר קען מען נישט גיין צו א פשוט'ן מומחה וואס זאל אפמאכן אויב דאס א נגע אדער נישט, ס'מוז דווקא זיין דער הייליגער כהן וואס מיט זיינע אויגן זעט ער בלויז גוטס.

פון די אנדערע זייט, איינער וואס איז נישט דער "כהן", ער איז נישט אויף דער מדריגה צו קענען מהפך זיין א חסרון אויף א מעלה, דארף מען זיך בכלל נישט צוטון מאכן פון יענעמ'ס חסרון. וואויל איז פאר דער וואס איז זוכה צו לעבן א לעבן וואס באמערקט ניטאמאל יענעם חסרון, ווי דער תפילה פון רבי ר' אלימלך גייט, שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם. ווי גוט איז פאר דעם וואס איז זוכה צו זיין אויף א פלאץ אז ער ווייסט מיט א קלארקייט, איך בין בכלל נישט אויף דעם פאזיציע פונעם כהן, און ממילא באמערקט איך נישט יענעם'ס חסרון און ס'איז עפעס וואס איז מיר בכלל נישט נוגע. איך בין חלילה נישט דן יענעם ווייל ניטאמאל באמערק איך עס. איך בין נישט אויף דער מדריגה פונעם כהן וועלכער קען מהפך זיין א נגע צו ענג, און דערפאר באנעם איך מיך נישט מיט יענעמ'ס חסרונות.

דער הייליגער רמב"ם ברענגט א מעשה (פה"מ אבות פ"ד מ"ד): מען האט אמאל געפרעגט א חסיד, "וואס איז געווען דיין בעסטע טאג אין דיין לעבן?" האט דער חסיד געענטפערט: "איך בין אמאל געפארן אויף א שיף אויף וועלכן עס זענען געווען אסאך סוחרים און ביזנעס לייט, און איך בין געזעצן אויף א נידריגע פארשטופטע ארט, אנגעטון אין פארלאטעטע קליידער. אינמיטן איז צוגעקומען איינער פון די רייכע סוחרים און האט מיך גאר שטארק מבזה געווען. אבער אנשטאט עס זאל מיך וויי טון, האב איך זיך בכלל נישט אויפגערעגט, און איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז איך בין אנגעקומען צו די מדריגה אז איך פארשעם מיך נישט פון דעם בזיון פון דעם 'חסר' - דעם פעלערדיגן מענטש, ווייל איך האב מיך אינגאנצן דערווייטערט פון גאוה."

פרעגט דערויף הרה"ק ר' יצחק מווארקא זי"ע, אויב דער חסיד איז געווען אזא עניו, פארוואס האט ער יענעם אנגערופן א 'חסר', א פעלערדיגער, וואס איז דאך א שלעכטער טיטל, און עס פאסט נישט פאר אזא עניו צו אָנרופן א צווייטן מענטש מיט אזא צונאמען? ענטפערט רבי איציקל ווארקער: אדרבה, דער טיטל חסר איז געווען אזוי ווי א רחמנות'דיגער טיטל. נעבעך, דער מענטש האט א חסרון, ס'פעלט אים די פארשטאנד אז מען טאָר נישט מבייש זיין א צווייטן מענטש. דער חסיד האט אים נישט דן געווען אדער אראפגעקוקט, ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף יענעם מענטש אז ער פארשטייט נישט די חשיבות פון א צלם אלקים. אנשטאט צו ווערן אויפגערעגט אויף יענעם, האט ער אים פשוט אנגעקוקט אלס א מענטש מיט א געוויסע חסרון, עפעס וואס ער קען זיך נעבעך נישט העלפן.

עס מאכט זיך ביי יעדן איינעם אז מען באגעגנט זיך מיט א צווייטנ'ס חסרון וואס מען קען נישט אינגאנצן פארשווייגן אין קאפ. עס איז דא אמאל וואס דער נגע, יענעם'ס חסרון, ליגט פאר די אויגן, עס איז צו גרויס און שרייעדיג, און דער מענטש קען עס נישט פארנעמען, און אין זיינע מחשבות שטייט יענעמ'ס חסרון אין וועג, און מען הייבט יענעם אָן אנצוקוקן מיט א שווארץ אויג. אט דעמאלט לערנט אונז די תוה"ק א יסוד נפלא: מען דארף קוקן אויף דעם גאנצן בילד, מען טאר נישט פארגעסן אז מען קוקט אויף א מענטש. דער מענטש האט א חסרון, אפשר איז עס אפילו זייער א קלארער חסרון, אפשר דארף מען זיך אפילו אביסל דערווייטערן פון אים צוליב דעם חסרון, אבער ער בלייבט א מענטש. א מענטש מיט א נגע, וואס אויף די יעצטיגע צייט דארף עס א תיקון, אבער ס'נעמט גארנישט אוועק פון זיין אמת'ע חשיבות און הייליגקייט.

אמאל קען זיין אז יענער פארמאגט בכלל נישט קיין חסרון, נאר ער גייט דורך עפעס אַן אומגעווענליכע תקופה. פארהאן אמאל א יונגערמאן וואס גייט אריבער א גט, אדער איינער וואס גייט אמאל אריבער א שווערע תקופה אין אידישקייט, און פלוצלינג באקומט ער א שווארצער ליילעך. דער איז א 'גרוש'. יענער איז א 'בּאָם', א דריטער איז א 'נערוון קראנקער'. און ווען מיר זעען יענעם פאר די אויגן, זעען מיר ליידער נישט קיין 'מענטש', נאר מיר זעען א מיאוסער לעיבעל. ווען מיר זעען אים באמערקן מיר דעם 'גרוש', אדער דעם 'ליידיגגייער', און נאך אזעלכע סארט טיטלען. מיר פארגעסן אז דער מענטש איז אזויפיל גרעסער ווי איין געוויסע סיטואציע וואס ער גייט יעצט אריבער, און מיר זעען בלויז די נגע פאר די אויגן ה"י.

אז מיר זאלן באטראכטן דער ענין פון לשון הרע און רכילות, וואס ווי באקאנט זאגן אונז חז"ל אז דאס איז די עבירה וואס ברענגט נגעים און צרעת, שטעלט זיך קלאר ארויס אז בדרך כלל ווען איינער רעדט לשון הרע איז עס ווייל מיר זענען אסאך צו שטארק פארנומען מיט דעם 'איין' חסרון, מיט דעם איין נגע וואס מיר זעען אויף יענעם, און דאס פארעמט אויס דאס גאנצע בליק אויף יענעם מענטש. מען זעט שוין גארנישט אויסער דעם נגע, און דערפאר שפירט מען זיך באקוועם צו בארעדן יענעם ווייל ער איז דאך א שטיק נגע. יעדער ווייסט דאך אבער אז דאס איז נארישקייטן, קודם כל ווייסט מען נישט אויב דאס איז טאקע א נגע, און אפילו אויב יא, זאגט עס אונז גארנישט אויף דעם גאנצן מענטש.

צוריק צום פרשה. די תורה הקדושה זאגט אונז אז ווען א מענטש האט א נגע, וראהו הכהן – דער כהן דארף אים זען. דער כהן מיט זיינע הייליגע אויגן, כאטש ער באמערקט דעם נגע, דארף ער גוט קוקן אויף דעם גאנצן מענטש, און ערשט נאכדעם "וטמא אתו", קען ער ארויסגעבן דעם פסק אז דער מענטש איז טמא. אבער צום ערשט דארף ער 'אים' זען, וואס דאס מיינט "אז דער כהן דארף אנקוקן מיט אהבה און פאזיטיוויטעט דעם גאנצן מענטש", דער כהן דארף באמערקן אז מען רעדט פון אַן אדם שלם. דער תפארת שלמה שרייבט אז די תורה זאגט "אדם כי יהיה נגע צרעת…", ווייל אדם איז א לשון חשוב, ער איז א "מענטש". דאס איז די ערשטע זאך וואס דער כהן זעט, און נאכדעם קען ער באטראכטן די נגע און ארויסגעבן א תיקון פאר דעם מענטש וואס דורך דעם קען ער צוריקקומען צו תשובה שלימה. אזוי אויך דארף דער כהן זען אין וועלכע 'צייט' מען האַלט, צו ס'איז א פאסיגע צייט יעצט אנצוקוקן א נגע, אדער יעצט קען מען נישט קוקן אויף יענעמ'ס נגע, און טאקע דערפאר זענען דא טעג וואס מען קען נישט זען א נגע.

מיר האבן אמאל געהאט א שמועס מיט א געוויסן בחור אויף די גאסן פון שטאט. נאך דעם שמועס איז א איד צוגעקומען צו מיר און פארגעהאלטן, "היתכן איך רעד מיט דעם בחור אויפ'ן גאס, ער גייט דאָך נישט אנגעטון ווי א חסידישער איד?" האבן מיר געזאגט פאר דעם איד, "לאמיר אייך פארציילן אפאר זאכן פון דעם בחור'ס לעבן, און איך גלייב אז איר וועט שוין אפילו נישט דארפן קיין הסבר." מיר האבן אנגעהויבן אויסרעכענען עטליכע זאכן וואס דער בחור גייט נעבעך אדורך, ווי זיין טאטע האט דעם פראבלעם, און זיין מאמע האט יענע צרה, וכו'. נאך איידער מיר האבן געענדיגט האט יענער איד געזאגט, "איך וויל שוין נישט הערן! איך צו שוין צוריק, איך פארשטיי שוין אלעס."

דאס מיינט אז ווען מען קוקט אָן א מענטש קען מען נכשל ווערן און זען בלויז זיין חסרון. אבער אז מען גראבט א משהו טיפער זעט מען אז דא געפינט זיך א גאנצער מענטש, מיט א גאנצער עבר, הוה און עתיד. ער פארמאגט זיך זיין פעקל, זיינע חסרונות, זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן. מעגליך אז לויט זיין מצב איז ער גאר א העלד און א גיבור. דאס באדייט "אדם כי יהיה נגע בעור בשרו." ער איז א גאנצער מענטש, וואס פארמאגט גראדע א קליינעם נגע אויף די אויסערליכע גוף, אבער דאס באשטימט נישט ווער דער מענטש איז, ס'איז פארהאן א גרעסערע בילד.

דערמיט איז אויך פארשטענדליך פארוואס מען שיקט ארויס דעם מצורע מחוץ למחנה, ווייל ווען ער איז אפגעזונדערט קען ער זען א גרעסערער בילד, אזוי ווי ווען א מענטש וואס וויל קוקן אויף א בילד און עס באטראכטן, דערווייטערט ער זיך אביסל. ווייל אז מען איז צו נאָנט צו א מענטש און מען איז שטארק קאנצענטרירט קען מען נישט אזוי גוט זען דעם 'גאנצן' בילד. זיצנדיג אזוי מחוץ למחנה געבט עס פארן מצורע דעם געלעגנהייט צוריק צו קוקן און באמערקן דעם בילד פון אינדרויסן און אט באמערקט ער אז דער בילד איז אנדערש, "ס'איז א גרעסערע און שענערע בילד פון דאס וואס ער האט געזעהן ביז היינט", און טאקע דאס לערנט מען פארן מצורע בשעת ווען מען רייניגט אים, מען נעמט סיי אַן אזוב און א טענענהאלץ צו ווייזן אז מען דארף קוקן אויף דעם גאנצן בילד, און מען דארף זען ביידע זייטן, יא אמת אז אפשר זעט מען דעם גרויסן טענענהאלץ וואס ווייסט אויף גאווה וכדומה אבער געדענק אז ס'איז אויך פארהאן דארט א קליין גראָזל וואס ווייזט אויף גוטע מידות און זיך האלטן קליין און דאס דערמאנט אז ס'איז פארהאן עפעס מער פון דעם גרויסן האלץ וואס איז גאר קענטיג.

טייערע ברידער, יעצט ווען מיר זענען אלע אין א מצב פון בידוד, ווען השי"ת האט אונז אלע אריינגעלייגט אין א מחוץ למחנה'דיגע מצב דארפן מיר טאקע אויסנוצן די צייט צו באטראכטן די גאנצע מענטשהייט פון א גרעסערן בליק און קוקן אויף די גוטע זאכן ביי מענטשן. ס'קען זיין אז ס'איז א נגע פארהאן אבער ס'איז נאר א קליין חלק פון אסאך א גרעסערע בילד. לאמיר זיך מחזק זיין אין די יעצטיגע שווערע זמנים, און זיך מקבל זיין אז מיר גייען קוקן אויף א איד מיט א נייעם בליק. אנשטאט צו זען נגעים און חסרונות, וועלן מיר זעהן א "אדם" וואס האט גראדע א חסרון, מיר גייען זען א ישות, א חשוב'ער מענטש וואס פארמאגט א געוויסע פראבלעם. און אנשטאט צו פאקוסירן אויף דעם פראבלעם, זאלן מיר קוקן מיט פאזיטיווע בליקן, ארייננעמען דעם גאנצן מענטש אין בילד, אזוי וועט יענער נישט שפירן אז מען קוקט אראפ אויף אים און אפילו דער חסרון וועט אויך אנקומען צו דעם ריכטיגן תיקון בעז"ה. בפרט אין די יעצטיגע ספירה טעג, וואס איז מסוגל מתקן צו זיין דעם פגם פון שלא נהגו כבוד זה בזה, און בפרט אז פון הימל איז מען אונז מרמז אז מיר דארפן זיך מתקן זיין די מעשים, איז נישט קיין ספק אז דאס וועט מרבה זיין די זכותים פון כלל ישראל ביז מיר וועלן זוכה זיין פטור צו ווערן פון אלע מחלות און שוועריגקייטן בביאת משיח צדקנו בב"א.

לסיכום געדענק:
● ווען א מענטש האט א נגע, א חסרון, דארף מען גיין צו א ערליכער איד וואס זעט בלויז פאזיטיוו און גוטס און ער קען דאס איבערדרייען.
● דער "כהן" זעט דעם גאנצן מענטש, דעם גאנצן אדם, און ער קוקט נישט בלויז אויף דעם חסרון.
● יעדעס מאל מען זעט א חסרון אויף א מענטש, געדענקט אז יעדער מענטש איז אַן עולם מלא און א חסרון דעפינירט נישט ווער דער מענטש איז.

א לעכטיגע פרייליכע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר