קריאת התורה פאר די וואס דאווענען ביחידות אין די טעג...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

קריאת התורה פאר די וואס דאווענען ביחידות אין די טעג...

הודעהדורך יודישע שרייבער » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:09 pm

בראשית..... אין אנהייב (כפשוטו)
נח..... זענען נאך אלע געווען רואיג
לך-לך..... מ'איז ארומגעפארן איבעראל
וירא..... מ'האט דאך געזעהן, אז...
חיי-שרה..... דער לעבן פירט זיך ווייטער (שרה מל' שררה-פירן)
תולדות..... ס'איז אבער געבוירן פרישע צייטן
ויצא..... עס זענען ארויסגעגאנגען געזעצן
וישלח.... און עס ארום געשיקט געווארן איבעראל
וישב..... מ'מוז בלייבן זיצן אין שטוב
מקץ..... און אזוי צום סוף
ויגש..... וועט מען זיך דערנענטערן צום צייט וואס
ויחי..... מען וועט קענען צוריקגיין צום נארמאלן לעבנסשטייגער
-
שמות.... מ'האט שוין ליידער געהערט נעמען
וארא..... מ'האט אנגעהויבן איינזעהן
בא.... מ'ברויך טאקע מקיים זיין דעם 'לך עמי "בואי" בחדריך'
בשלח.... צוביסלעך איז שוין געווארן ארויס געשיקט
יתרו-משפטים..... מער און מער געזעצן (יתרו מל' יתר)
תרומה-תצוה.... ביז עס האט זיך געהויבן די באפעלן (תרומה מל' הרמה) אז...
כי-תשא-ויקהל.... מ'מוז אפציילן יעדער פארזאמלונג (געדערינג בלע"ז)
פקודי.... אז עס איז דא צופיל, וועלן די פאליציי פוקד זיין (מל' וד' פקד את שרה)
-
ויקרא-צו..... עס איז אויסגערופן געווארן באפעלן
שמיני..... אז די אכט טעג פסח
תזריע..... זאל מען מיט די קינדער אינאיינעם
מצורע..... זיין פארשפארט (בבידוד) ווי א מצורע
אבער..... ב"ה.......
אחרי-קדושים..... נאך אזעלכע הייליגע טעג
אמור..... גייט מען שוין באלד בעז"ה וויסן צו דערציילן
בהר..... אז פון יעצט פארט מען נאר בארג ארויף(מל' מי יעלה בהר)
בחוקותי..... און אפי' די חוקים וועלן שוין בעסער ווערן
-
און בעז"ה בקרוב.....
במ'דבר..... וועט די גאנצע מגיפה - די דבר
נשא..... זיך אויפהייבן און אפטראגן פון דא (מל' התנשאות)
בהעלותך..... און די געמיטער וועלן זיך ווידער אויפהייבן
שלח..... די מעסעדזשעס וועלן ארומגעשיקט ווערן
קרח..... עס זענען שוין אפגעקילט געווארן (מל' אשר קרחה)
חקת-בלק..... דער אלע געזעצן פונעם גאווערמענט (-בלק)
פנ-חס..... עס איז שוין נישט דא אזויפיל רחמנות'ן
מטות..... מ'קען זיך שוין ארומדרייען
מסעי..... מ'קען שוין אפי' פארן מיט עראפלאנען
-
דברים..... מיט אפאר געציילטע ווערטער (דיבורים)
ואתחנן..... לאמיר זיך ביי אייך בעטן
עקב-ראה..... וויבאלד מ'קען דאך אזוי קלאר זעהן
שופטים..... אז עס איז דא א שופט און מנהיג אויפן וועלט
כי-תצא – כי-תבא..... ווי אימער דו גייסט נאר ארויס אדער אריין
נצבים – וילך..... זאלסטו עס געדענקען ווי דו שטייסט און גייסט
האזינו..... און אז דו וועסט דאס גוט דערהערן
וזאת-הברכה..... וועסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות וישועות.....אמן

C/P
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט