רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]פארוואס פעלט אויס א ר' ישעיה'לעס כולל פרעגסטו?

ס'איז נישט מער ווי יושר אז ווען כולל חצות, תהלים כולל, עיני ישועה, רחם פקודה, פארמאגן שוין עטליכע ברענטשעס איבער די גארער וועלט, איז נאך ר' ישעיה'לע - וואס פאקט זיי אלע איין מיט ישועות - בכלל נאך נישט אויפן מאפע.

גראדע דער אונגארישער פרעימיער מיניסטער האט יעצט געזאגט פאר טראמפ אז א גרויס חלק פון די פרישע דזשאבס קומט זיך אונגארן קרעדיט, אונגארן האט צוגעשטעלט קערעסטיר..

געטון ווי געזאגט געזאגט ווי געטון. נאכן דורכרעדן מיט פראמינענטע רבנים ווי אזוי ס'איז די ריכטיגסטע מהלך צו פאראייביגן די נאמען פון באדראג קערעסטיר האמיר באשלאסן צו גרינדן א כולל על שמו. כ'האב עס א נאמען געגעבן: רבי ישעיה'לעס כולל. כשמו כן הוא א כולל ווי מ'איז זיך מתעמק בדרכי רבי ישעיה'לע.

ווי יעדער פארשטייט אליינס איז נישט יעדער קוואליפיצירט צו זיין בין הני חבורתא. יעדער פון די שלוחא דרחמנא האט מען עקסטער געקליבן באזונדער; יעדער איינער איז אינטערנעט פריי, סקיסע גייער'ס מיט די קאפ וואסער ווען די ציצית הענגט איבערן דלת ווי צו זאגן דא וואוינט אן הכנות עדיקט, גרויסע און פולע אידן, דארפן קענען טינקען בראוני טאפס אין מאטיאש אראפ ווישענדיג מיט א זכיעסע יאגיין אליינו, זייענדיג מקיים אלע מצות התליות בעבודת האכילה בכל פרטיה.

די פרייזן פאר די זכותים זענען עס פאלאוס:

פאר $18 טרינקן מיר ח"י ראטל ר' ישעיה'לע זופ, אדער ח"י ראטל מטרנה.

פאר $36 עסן מיר פאר אייך שתי פעמים ח"י דעלקעלעך, צו יוצא זיין שיעור שביעה שיטת קערעסטיר.

פאר $72 עסן מיר פאר אייך ח"י דעלקעלעך פלאס א פושקע מאטיאש.

פאר $180 עסן מיר כל הנ"ל פלאס א טאץ בראוני טאפס געטונקען אין ר'ישעיה'לע הערינג.

פאר $360 כמנין ולא לרזון עסן מיר אלע אויבנדערמאנטע פלאס פארציילן לזכותך די מופת פון דער גוי וואס האט זיך דערטראנקן אינעם סינק.

פאר $720 כמנין ר' ישעיה'לע שר העכברים וואשן מיר זיך צו א סעודת ר' ישעיה'לע בשעתו, פרישע ראפאגאש בארכעס נוסח ר'ישעיה'לע, א טאץ געפילטע מיט קאטשעניו אויסווישענדיג דערנאך די קאטשעניו אזוי אראפווישענדיג נאך א רעפטל ברויט, פרישע זופ פון א קליינע טאפ זכר לנס, געשחט'ענע קעלבער, הנתחים והפדר, קוגלען און צימעס. לקיים מה שנאמר: זכר לאכילה כשעיהו

דאס יאר וואס עס געפאלט שבת וועלן מיר עסן צוויי סעודות ביז סוף זמן אכילת ר' ישעיה'לע ווי ר'ישעיה'לע האט געטייטשט ואל קין - אויף צו קייען לא שעה - איז נישט דא קיין באשטומטער זמן נאר שטענדיג ווען מ'קען צו'עסן א ר' ישעיה'לע קוגעל הרי זה מעוגל

פאר עקסטערע 68 ראניש כמנין באדראג קערעסטיר, זאגן מיר די הייליגע יהי רצון וואס איז פול מיט מילו"י יודין און אנדערע שמות וואס איז פארפאסט געווארן במיוחד דורך אחד מזקני נכדי ר'ישעיה'לע:

הרֵינִי אוֹכַל אֲכִילָה זוֹ, אֲכִילָה מְרוּבָּה, בַּרְבּוּרִים אבוסים, שְׁמֵנִים וּמְתוּקִים וְדָגִים מְלוּחִים לָעִילּוּי נָשַׁמְתָּ רבינו ישעיה בֵּן מֹשֶׁה בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל. 
וַיְהִי רָצוֹן שֶׁכְּשֵׁם שֶׁאָכַלְתִּי אֲכִילָה גַּסָּה בְּשָׁנָה זוֹ בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּךְ אֲזַכֶּה לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת לְשָׁנָה הַבָּאָה וּשְׁאָר שַׁבָּתוֹת הַשָּׁנָה. (שכח ונבנתה)


הבהרה: די אלע פרעסטראונטן און אנדערע פראסטע אידן וואס ווילן זיך פילן גוט, טיילן זיי פרעסעריי בחינם מאכענדיג פון ר' ישעיה'לע א חוכא וטלילא א שטיק פרעס! דאס האט מיט אונז קיין שייכות.

אזוי אויך די אלע וואס פרובירן אראפצורייסן די מנהג אבותינו מדור דור פון ממשיך זיין ישועות דורך די עבודה פון אכילה, די זענען שוין אלטע משכילים, מינות דמשכי, וואס זענען שוין אלץ בחור געגאנגען מיט די אונטער-העמעדער אן די ערמל..

---------

די ישועות למעלה מן הטבע זאגן עדות די פולע אידן וואס האבן דאס שוין פרובירט. אונזערע קליענטן באהאלטן זיך נישט מען קען זיי אליינס איבער פרעגן די ישועות. כ'וועל נאר דערציילן בקיצור נמרץ די לעצטיגע יישועות פון די וואך אליינס

זלמן בערגער פון בארא פארק איז ליידער געווען א חשוך בנים יארן לאנג. כולל חצות אפפער אויף זכרים איז שוין נישט יעצט געווען עוועליבעל און לייבעל איז עפעס פונקט נישט נעתר געווארן לבקשת תושבי ברוקלין יענע וואך... האט ער האט באשלאסן צו רופן ר'ישעיה'לעס כולל, ער האט גענומען די זכות פון שתי פעמים חי דעלקעלעך. הערשט נאך די אינגעלייט האבן אים פארזיכערט אז זיי וועלן ענדיגן דאס מערסטע וואס זיי קענען, האט ער זיך בארואיגט. אבער ווי וואונדערליך, נאך בשעת'ן אראפלייגן רופט אים זיין ווייב מיט איבערראשונג אז פלוצלינג אינמיטן וואשן דישעס האט זי געהאט א בן זכר... פאר אונז אבער איז אזא מעשה בכלל נישט קיין איבערראשונג.

חיים שלום וואלדמאן פון קרית יואל האט לעצטענס זיך געפלאגט מיט א גוי'אישע שכן וואס האט אים אויסגעטיילט שווערע צרות. חיים שלום האט זיך איינגעהאנדעלט די 360 פעקידזש פון מאטיאש מיט די מעשה פונעם סינק. עטליכע טעג זענען פארביי ווען איין טאג קומט ער צו לויפן צו חיים שלום'ן פרעגענדיג ווער איז דיין ראביי? פארציילנדיג מיט קענטיגע שרעק: נעכטן נאכט אבער'נדיג אויף פירסט עוו' פיל איך א שלעפ ביים קארג, און דער ראביי זאגט מיר איבער און איבער 'לייגן אדער בייגן' כ'האב נישט געוויסט פונקטלעך וואס ס'מיינט האביך געטשוזט די ערשטע אפשען... מיין אבער דרייווער זאגט מיר דו האסט מזל ווי א גוי.. ווען דו טשוזט ווען 'לייגן' ביסטו יעצט אויפן וועג צום פיונערעל...

און מיין דרייווער פארציילט מיר ווייטער, אז הערשט א טאג פארדעם איז געווען די זעלבע מעשה אין באסטאן, ווען א יוגענטליכער האט אהיים שפאצירט פון סקול האט אים דער אידל אפגעשטעלט אבער דער גוי האט געטשוזט די לייגן אפציע, און יענער נאכט האט ער זיך איבערגעבויגן איבערן סינק און ער האט זיך דערטראנקן.. די פאליציי האט געעפענט די דרעין אבער והנער איננו, אזויפיל יא זאגן זיי, אז לעצטענס שפייט דער טייס און דונא טייכן אין אונגארן ארויס צענדליגער קערפער ס'איז דערווייל נישט באשטעטיגט צו ס'האט א פארבינדונג מיט די מעשית דא.

די פאליס דעפארטמענט האט יעצט ארויסגעלייגט א באלוינינג ווער עס ברענגט זיי אינפארמאציע איבער א סיריעל קיל..ר (רח"ל) זיי האבן פארשפרייט א סקיצע פון א עלטערער האנגעריען ראביי מיט א פלאכן היט אויפן קאפ און איז לעצט געזען געווארן אין וויליאמסבורג ביי די קליימער פראדזשעקטס כמעט הרג'נענדיג א טענענט.

דורך די סובוועי און ביי בערי קליין איז ער דערווייל נאכנישט דורך, דארט האט מען יעצט געזען מייזן לויפן.


חלילה צו לצ'ווען פון א קדוש בישראל, ס'איז נאר צו חוזק מאכן פון די איבערגעטריבענע עסעריי און מעשיות באקעריי. נישט נעמען פערזענליך, ס'איז דאך אין שמייכל[/justify]

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר