הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער (שליט"א) ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער (שליט"א) ז"ל

שליחה דורך שיח ושיג »

איך וואונדער מיך פארוואס עס איז נאכנישט דא אן אשכול פון האי צדיק חסידא ופרישא החסיד המרומם רבי מנחם לאפלער שליט"א. ווער עס קומט נאר אריין אין קיוויאשד'ער ביהמ"ד אין וומסב"ג, ווייסט צו זאגן פון דעם וואונדערבארן איד. קודם מיט די ש"י טבילות (אדער אפשר גאר מער, איך האב קיינמאל נישט געציילט), וואס די גאנצע מקוה האלט מיט די שטורמישע וואסערן, און אויכט מיט כונות גדולות ביי די טבילות, ווי ער זאגט כסדר ווען ער קומט ארויס פון די מקוה אז ער האט זיך געטובלט פאר דעם צדיק וואס איז היינט זיין יארצייט, אדער לכבוד ר"ח אדער כדומה סיי וועלכע אנדערע מאורע, יודן קומען אסאך מאל זיך מזכיר זיין פאר ער גייט אין די מקוה און ער האט זיי אינזין, ס'איז דא יודן וואס גלייבן און האלטן באמת אז זיי זענען שוין געהאלפן געוואן דורך זיינע טבילות.

שבת אינדערפרי איז אן ערהאבן בילד צו זען ווי דער צדיק וחסיד זיצט אזוי מיט אזא באטעמטקייט און זאגט אויס גאנץ תהילים, יעדע שבת אינדערפרי, מיט א געוואלדיגער השתפכות הנפש, אידן קוקען זיך צו אסאך מאל מיט התפעלות ווי אזוי ער איז שעות אין א ציה מתחנן לפני קונו אויסצובעטן פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען זיך מזכיר ביי אים, און ער האט זיי אינזין. נאך מער איז די נעימות, ווייל דער צדיק זיצט אפאר שעה אין זאגט תהילים, און עס איז שווער זיין שטריימל אויפן קאפ אזוי לאנג, טוט ער אן צוויי קאפלעך אין אזוי זאגט ער תהילים אזוי ווי די הלכה אז מען דארף צוויי כיסוים אויפן קאפ. אלע ווייסן שוין אז הצדיק רבי מנחם זאגט אזוי תהילים און מ'שפירט זיך א זכי' דאס צו קענען מיטהאלטן.

זיין דאווענען איז עפעס עקסטער מיט גרויס השתפכות הנפש, זיצט ער אין זיין ווינקעל און מ'קען הערן די זיסקייט און לעבעדיגקייט פון זיין דאוענען, מענטשן בעטן אים אסאך מאל צוצוגיין צום עמוד און געווענליך איז ער נישט מסרב, זאגנדיג מיט עניוות אז ער וועט צוגיין וועגן היינט איז דער יארצייט פון דעם און דעם צדיק, זיך מאכנדיג אז נישט ווייל דער עולם וויל הערן זיין געוואלדיגער לעבעדיגער און זיסער דאווענען, נאר ווייל ער האט א יארצייט פון א צדיק. און אויב גייט ער נישט צו זאגט ער כאטשיג קדיש פאר די יארצייט.

עקסטער איז ער זייער אויסגעקאכט אין צדיקים און זייער יארצייטן, ער דערמאנט זיי כסדר, כדי שיעלה זכרונם לזכותינו, און דער עולם שארט זיך כסדר צו אים וועלנדיג הערן פון אים ענינים און סיפורים פון די צדיקים, דער עולם איז זייער שטארק נהנה דערפון.

אויך האט ער אפאר זאכן וואס מיט גרויס עניוות ברענגט און אין ביהמ"ד מזכה צו זיין אנדערע יודן, ער ווייסט אז עס איז דא יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע מילך פאר די קאווע, ברענגט ער אלס 'העווי קריעם' אז ווער עס דארף זאל האבן. אויך האט ער אזא שטיקל גמ"ח פון 'פענס און פענסילס', ווען איינער דארף נאר צו שרייבן עפעס, חידושי תורה אדער סיי וואס איז ער אייביג גרייט צו בארגן, ער זאגט אז דאס איז א גרויסע זכי' און זכות. געווענליך האלט ער זייער אסאך אין זיין העמד טאש, כדי ער זאל האבן אויף זיך גרייט אלעמאל.

דער איז איז באמת א צדיק וחסיד, ס'איז שוין ליידער נישט דא צופיל אזעלכע אמת'דיגע ערליכע יודן וואס דינען דעם באשעפער אן קיין פניות, א גאנצן טאג 24 שעה, לויפטס כאפן א בליק אויף דעם יוד, עס לוינט זיך!

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר