די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג

שליחה דורך יהורם »

לאמיר אנצינדן ציגארעטלעך און ארויסגיין זיצן און קלערן, אן קיין אגענדע'ס און אן קיין פאראורטיילן, וואס איז דא פארגעקומען און וואס מיינט דאס פאר אונז, צו ליידן מיר פון געפערליכע אנטיסעמיטיזם און אויב יא ווער איז שולדיג דערין און וואסערע שריט קען און זאל גענומען ווערן אויב קומען מיר צו צו אן החלטה.

היינט איז אוועק הרב חיים מערץ זצ"ל דער רבי פון ביהמ"ד תולעת יעקב אין וויליאמסבורג, ער האט געליטן פון געזונטהייט קאמפליקאציעס און דער קאראנע וויירוס האט אים נישט צוגעהאלפן נאר ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביז ער איז אוועק לדאבון לבם פון זיינע חסידים און פארערער.

ער איז געווען א שטילער מענטש און נישט געהאט קיין גרויסע קהילה, אבער אין די וויליאמסבורגע הערצער האט געהערשט גרויס סימפאטיע צו אים און פילע האבן אים באטראכט אלס צדיק און פועל ישועות, ראש השנה ביינאכט פלעגן מענטשן שטראמען אין די מאסן זיך ווינטשן לשנה טובה מיט אים און אזוי אויך פלעגן מענטשן אים שטיצן גאר שטארק זייענדיג א זון פון ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל וואס איז געווען בארימט אלס א גרויסער פועל ישועות אין די חסידישע קרייז.

אין ניו יארק סיטי איז פארבאטן געווארן גרויסע פארזאמלונגען, א געזעץ אז יעדער מוז ארומגיין אין פובליק ערטער מיט א מאסקע איז אינפארסירט געווארן, און דעריבער האט דאס געלויטעט אז די בתי מדרשים זאלן געשלאסן ווערן און אזוי אויך די מוסדות, אבער דא און דארט האט זיך נאך געטון פארזאמלונגען אין די גאסן, צו פארזאמלונגען צו סאלוטירן די געזונטהייט מיניסטעריום, צו פארזאמלונגען פון פראטעסטן אנטקעגן די רעגירונג'ס החלטות, אבער דאס איז געווען אלוועלטליך און נישט דוקא געקומען פון אידן.

ביי די לוי' פון דעם תולעת יעקב רבי'ן זצ"ל איז געווען א גרויסע פראבלעם, דען די אלע וויליאמסבורגע אידן וואס זענען געווען אנגעבינדן אין דעם איד וועלן נישט ווילן אויפגעבן די זכות פון געבן אים די לעצטע כבוד, דעריבער האבן עסקנים אפגעשפארט גאסן און שומרים האט פארטיילט מאסקעס און די פאליציי איז אראפגערופן געווארן צו האלטן סדר, אבער אינמיטן די הספדים זענען די פאליציאנטן ווילד געווארן און פארלאנגט יעדן צו שטיין אויפן סיידוואק, דאס האט פארשווערט די רעגולאציס פון סאציאלע דיסטענסינג און דאן האט די פאליציי צושטערט די לוי' און פארטריבן די אריבער פינף הונדערט אנוועזנדע, די מידיא איז אראפגעקומען הערנדיג אז עס גייט פאר עפעס אינטערסאנט, און אפילו ביל דעבלאזיא דער מעיאר האט זיך פערזענליך באטייליגט און אבזערווירט די סיטואציע.

דעבלאזיא האט געטוויט אז עפעס געפערליך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, דאן האט ער געסטראשעט מיט ארעסטירן, און נאכער האט ער געשריבן א פערזענליכע סטראשונקע צו די אידישע געמיינדע אין ברוקלין.

איין איד האט מיט אים מיטגעהאלטן דאס איז געווען יענקל קארנבלי פון בארא פארק, וועלכער האט זיך זייער באנארישט פאריגע וואך און געווארן שטארק באשמוצט פארן מישן אין טאפ פון פאליטיק קעגן די אידישע געמיינדע, און דא זייענדיג פארווייטאגט האט ער ווידער געטאן א נארישקייט מיטן זיך עמטליך ארויסשטעלן אלס פאררעטער, דען העלפן קען ער נישט קיין סאך דעריבער וואס ווילסטו? יוסי געשטעטנער האט זיך נישט געפוילט נאר ער האט געלייגט א בילד פון דעבלאזיא ביי א פארזאמלונג שטיין אנע מאסקע, סענאטאר טעד קרוז האט פערזענליך אראפגעריסן דעבלאזיא און אזוי אויך בען שפירא, אבער דעבלאזיא'ן גייט דאס נישט דערשרעקן.

עד כאן הסיפור און עס שטעלט זיך ארויס אז דעבלאזיא איז א רשע ווייל ער האט געצימבלט די אידישע געמיינדע, ווען עס וואלט ווען נישט פארגעקומען קיינע שום פארזאמלונגען אין ניו יארק סיטי מילא, אבער וויבאלד אלע ווייסן אז די םארקן זענען פיל מיט מענטשן און אלע גאסן און געשעפטן ווירבלען כמעט ווי געהעריג, פארדערט נארמאליטעט פון דעבלאזיא צו זיך רעכענען מיט א שוין פון פריער פארפיינטעטע קאמיוניטי.

אבער די פארלירער און די שולדיגע אין דעם שפיל זענען אנדערע, אלע צייטונגען האבן בילדער פון צושטופטע חסידים אין די גאס, די טוויט'ס גייען נישט העלפן חוץ אז נידערמאן וועט מער נישט אינדארסירן דעבלאזיא, בסך הכל זענען די שולדיגע דא די חסידישע מוסרים, זיי זענען די וועלכע האבן ארומגעדרייט די קעפ פון די אנטיסעמיטן צו די זייט פון די חסידים און זיי שיסן זיך אליין אין די פיס מיינענדיג אז מיט דעם בארואיגן זיי דעם אנטיסעמיט פארגעסנדיג אז א העיטער האט נאר ליב צו העיטן.

און די חסידים זענען ווי אייביג געבליבן אנגעקאקט בלייבנדיג אן א לוי' מיט א פארשמוצטע געזיכט, ארויס פון שטאט אנגע'מקל'ט און פארדארבענע הערינג געגעסן, דעבלאזיא וועט זיך איבערבעטן מיט די גרויסע חברה און יעדער וועט צוריקגיין צו זייער רוטין.

עטליכע נבונים גייען יעצט אוודאי שרייען אז ליבעראלן זענען אנטיסעמיטן, א טעות וואס דאס מערהייט פון די אוישוויץ גערעטעטע מאכן נישט, דאס איז נישט רעלעוואנטיש דא וויבאלד מען רעדט פון א אינדעווידואל (דעבלאזיא) און נישט פון א גרופע און א מיינונג אין לעבן.

אבער די חסידים וועלן די אנטיסעמיטן ווייטער האסן צום טויט און דאסמאל מיט אביסל רעכט א דאנק די 'געטרייע' (פאר)רעטער וועלכע האבן זיי אהערגערופן קוקן אונזערע שמוציגע וועש.

אויב האט איר נישט דורכגעליינט ביטע קאמענטירט נישט.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר