ויהי אחר המגפה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

ויהי אחר המגפה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האלטסטו וועט זיין אנדערש נאך דעם וואס די מגיפה שטארבט אויס און מיר קענען צוריק גיין צום לעבן.

לדעתי:-

אסאך האבען יעצט פארלוירען די פרנסה און צדקה ארגאניזאציעס מיט רעגירונג אינסטאנצן האבען עפעס משלים געווען. די צווייטע און דריטע כווואליע וועט זיין פיל ערגער. די וואס האבען פרנסה אבער פיל ווייניגער, וועלן דאס זען אין די קומעדיגע מאנאטן. מענטשן וועלן מוזן קויפן ווייניגער זאכען, עס וועט לכאורה ווערן א trickle up poverty וואס וועט נעמן צייט ביז אלס קומט צוריק צו נארמאל. זייטס געווארענט, גיב נישט אויס אלס וואס דו האסט יעצט.

טראמפ'ס שטיצערס וועלן אים ווייטער שטיצן, איך גלויב נישט אז שכל קומט אריין אזוי שנעל. מ'וועט ווייטער באשולדיגן זיין קעגענער פאר דעם אז ער האט געזאגט און זאגט ווייטער גרויסע טפשות, און מ'וועט זיך באנוצן מיט דעם אז ער האט אפגעשטעלט כינעזער בירגער אין אנהייב אלס א תירוץ פאר אלע זיין פעלערס. איך גלויב נישט אז ער גייט פארלירן די וואלן, דער עולם איז גענוג נאריש. זיין שטיצערס דא אויף קאוועשטיבעל רעדן פונקט ווי אלע זיין שטיצערס איבעראל, זיי זענען פונקט אזעלכע שוטים וואס פארדריין זיך אין פרעצעלס צו פארענטפערן די טרינקן דיסאינפעקטאנט וכדו'. זיי גלויבן אין אים נישט פאר עפעס וואס ער האט, נאר עפעס זייטיג. ממילא זאל מען נישט האפן אז פון די רעגירונג'ס זייט וועט עפעס ווערן בעסער.

א דור איז פון אונז אוועק גענומען, און עלטערע אידן וועלן זיין מער געשעצט.

די חרדישע קהלה וועט זיך פארדריין אויך אין פרעצעלס צו פארענטפערן זייער הנהגה. עס איז דא בילדער פון אסאך רביס וואס פירען זיך נישט אויף כפי די כללים, און מ'עט עס מוזן פארענטפערן. למשל, דער סאטמארער רבי (מהר"א) מיט זיין מנין מצומצם (פאר דאווענען? אויף קריאת התורה צו ברכת כהנים? ניטאמאל דאס, נאר פאר א סעודה לזכר נשמת זיין טאטע. אסאך מענטשן האבען יארצייט יעדן טאג, און קיין איינער פון זיי איז נישט בייגעפאלן דער מנין מצומצם איינפאל), דער קלויזענבורגער רבי פון נתניה וואס זאגט א דרשה פאר די צאנזער יארצייט (נעה! ס'איז זיין אייניקלאך, כאילו אייניקלאך איז עפעס אנדערש, אבער נאר פאר אים, נישט אונז אלע, מיר דארפן מאכן פסח אליינס, אפילו בשנה ראשונה און אלמנות), מיט א מנין אויף די ווידיאו. דער בעלזער רבי מיט זיין אייניקלאך (יעדער אלטע איד מוז מאכען א סדר מיט זיין ווייב ותו לא, נאר פאר עפעס א סבה מעג דארט שטיין דער הרה"צ מיט זיין קינדער און אלע זייער גבאים) און גבאים פארקויפן די חמץ פאר'ן גוי, און דער גוי איז דער איינציגסטער מיט א מאסקע, ועוד כהנה וכהנה. באמת וואלט מען עס געקענט לאזן לויפן, קיינער ווערט סייווי נישט איבערגעצייגט פון גארנישט, מ'האט דאך סיי ווי הנחות קדומות אין דעם און מ'קען זיך נישט טוישן לויט די נייע ידיעות, וועט מען זיך מוזן פארדריין די קאפ. די ארגאניזירטע געמינעד, כולל אגודת ישראל וכדו', וועלן פלוצלונג לאזן הערן א מיינונג, און מ'וועט ווידער זען גודל חכמתם ועומק הבנתם.

אשר יצר פאפיער וועט זיין זייער ביליג, ואין קונה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר