זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 718 מאל

זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

שליחה דורך וכדומה.. »

די צוואנציג יאר וואס איך בין אויפגעוואקסען ביי מיינע עלטערן אינדערהיים האב איך קיינמאל נישט געזעהן מיין טאטע דערלאנגען א קיש אדער אפילו א האג פאר מיין מאמע, גראדע געשלאגן האבן זיי זיך אויך נישט אין פארנט פון די קינדער קיינמאל, אזויפיל מענטשליכקייט האבן זיי נאך יא געהאט,

אבער איך פרעג בכלליות אויף אונזער היימישע קולטור, פארוואס זאל א קינד נישט זעהן ווי אזוי זיינע עלטערן ווייזען ארויס ליבשאפט און שעצע איינער פארן אנדערען און געבן זיך א קיש. דאס אז א קיש איז איינע פון די שטערקסטע וועגן ארויסצווייזען אהבה און חיבה דארף איך נישט מחדש זיין, פילע פסוקים אין תנ"ך ווייזען דאס, און יעדע נארמאלע מענטש וואקסט אויף מיט דעם אינסטינקט.

די שטערקסטע געפיל פון סעקיורעטי און רואיגקייט פאר א קינד איז ווען ער זעהט זיינע עלטערען זיך ליב האבן און שעצן איינער דעם אנדערען. דאס איז זייער געזונט פאר קינדער ס'געט זיי קאנפידענס און בכלל לערנט זיי דאס אויס וואס געבן ליבשאפט מיינט, און ווען זיי ווערן עלטער וועלן זיי אטאמאטיש אויך אזוי טוהן און וויסן וויזוי דאס צו טוהן מיט די אייגענע ווייבער/מענער, און סוועט נישט זיין עפעס א ווילד פרעמדע זאך וואס די כלה טיטשער לערנט אויס און מען רילעיט בכלל נישט דערצו.

פארשטייט זיך איך רעד נישט פון קיין אינטימישע פראנצויזישע קישעריי וואס שמעקט שוין יא פון אנדערע זאכן ווי איידער ליבשאפט. אבער סתם א קיש אויפן פנים צו אפילו אויפן מויל אדער א האג פונקט אזוי ווי מגעט פאר די קינדער, פארוואס פאר די ווייב פלוצלינג האט מען מורא דאס צו טוהן??

ביי די גויים, אפילו ביי די גאר פרומע און קאנסערוועטיווע וואו מען היט אז די קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט און נישט קריגן קיין שום **** עדשוקעישן איז פארט א קיש פאר די ווייב פארנט פון די קינדער הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און פארוואס דען נישט? איך זעה נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.

בקיצור, אנשטאט סזאל זיין אז ווייזן ליבשאפט און געבן א קיש טוט מען פארנט פון די קינדער, און זיך קריגען קריגט מען זיך נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום, טוה מיר אונז פונקט פארקערט, שלאגען שלאגט מען זיך יא פאר זיי, אבער א קיש? נאאא.. דאס איז נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום.

רבותי, איז צייט צו טוישן און ארומדרייען די טיש די אנדערע זייט.

דער אשכול פארמאגט 77 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר