א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן

שליחה דורך איש עברי »

״די כלים האבן אים נעבעך אראפגעפירט צום שאול תחתית״ האט דער אומגליקליכער פאטער געיאמערט ביים ארון פון זיין אומגעקומענער קינד. דאס קינד איז אומגעקומען אין יונגן עלטער פון 20 יאר הארט נאכ׳ן העלפן א צווייטן מיט זיין קאר. זיינע חברים געדענקן אים אלס ״א שטיק הארץ און דער בעסטער חבר וואס מען קען זיך וואונטשן״, אבער דער פאטער זעט אים אלס עמיציר וועלכער איז געווען אין די טיפענישן פון שאול תחתית.

עס איז א אומבאשרייבליכע טראגעדיע, איך קען נישט - און איך וויל נישט - פארשטיין וואס לויפט אריבער ביי א טאטן אין קאפ ווען ער גייט אריבער אזא גרויליגע טראגעדיע, און איך בין נישט אויסן אים צו דן זיין, איך קען אפילו נישט אריינגיין אין זיין פערזענליכע איבערלעבענישן, און מיר ווייסן אז ״אין אדם נתפס על צערו״.

אבער אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך וואס גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

א מענטש איז נישט קיין פלעשל מילך און קען נישט פארדארבן ווערן, ער איז נישט קיין שעפעלע און קען נישט אראפקריכן פון וועג. דאס קינד געהערט נישט צום טאטן, ער איז אן אויטאנאמישער יחיד, א חלק אלוקי ממעל וואס האט די רעכט און די חיוב צו פירן זיין לעבן לויט ווי דער רבוש״ע האט אים געגעבן שכל און וויאזוי זיינע נטיות הלב פירן אים.

אבער ליידער לעבן מיר אין א געזעלשאפט וואס האט אויפגעשטעלט א ״סיסטעם״ וואו יעדער מוז אריינפאסן ווי אין א סדום בעטל, די וועלט ארום אונז טוישט זיך מיט א בליץ שנעלקייט, אבער די וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם ׳פאנזי פיראמידע׳ וואס רופט זיך דאס יהדות החרדית זענען פארעקשנ׳ט צום אזוי-גערופענעם ׳חדש אסור מן התורה׳ דאקטארין, און אינעם נאמען פון דעם האלב-געבאקענעם ווערטל האלט מען אן אן אומפונקציאנירדע סיסטעם פון וועלכע עס פאלט קרבנות טעגליך.

אין א וועלט פון אויסטערלישע פארשריט אינעם געביט פון חינוך און פארשטאנד צום יוגנט האלטן מיר אן חדרים וואו עס זיצן די סאמע אונטערשטע פונעם סאציאלן שטייסל און פארוויסטעוועט די קינדער מיט לאנגווייליגע לימודים און געבן איבער די טויזנט-יעריגע מסורה פון משפטים הויזן. אונזערע חדרים זענען אינסטיטוציעס פון ׳טשיילד אביוז׳ אין יעדן הינזיכט.

די קינדער וואס קומען ארויס פון די חדרים האבן פארדזשאוועטע מוחות און צוקריצטע נפשות, זיי גייען ארויס אין א וועלט וועלכע זיי קענען נישט און האבן נישט באקומען די מינדעסטע יסודות וויאזוי מען ספראוועט זיך דערמיט, און זיי ווערן פארביטערט און מאראליש-קאמפראמיזירט ווען זיי פרובירן צו מאכן א דאלער, אבער אנשטאט קוקן אויפ׳ן סיסטעם וואס האט זיי אזוי מיאוס פארראטן זענען זיי שוין נעבעך אליין פארכאפט אין א צירקל פון דיספונקציע, א ענדלאזע שדים-טאנץ פון באשולדיגן די גאנצע וועלט אין זייערע פראבלעמען, אבער חס ושלום נישט כאפן א בליק אינעם קאלעקטיוון שפיגל און פרעגן ׳בשל מי הרע הזאת׳.

און דער תוצאה איז אז מיר לעבן אין א געזעלשאפט פון פראדוקטן, יעדער איינער איז א פראדוקט פונעם סיסטעם, א געזונטע קאלעקטיוו איז פרא-אקטיוו, זי קוקט זיך אין שפיגל, זי קאכט זיך אין זעלבסט-קריטיק, זי וויל זיך פארבעסערן, אבער אין א קאלעקטיוו פון פראדוקטן האבן מיר מיטאמאל דעם יכולת פון ׳אינראספעקטיווע קריטיק׳ -- מיר זענען בארויבט נישט נאר פון די רעכט צו זאגן אונזער מיינונג, מיר האבן אפילו נישט דעם ווערטער-בוך צו אויסדרוקן ווי ווייט מיר זענען פארקראכן פון נארמאלקייט און ציוויליזאציע.

אט אזוי האבן מיר אויפגעשטעלט א קולטור פון קרבנות, און אנשטאט זיך צו קוקן אין שפיגל און זוכן קאסנטרוקטיווע מיטלן צו פארריכטן אונזערע פראבלעמען זוכן מיר אויסערליכע פיינט צו בארעכטיגן אונזער עקזיסטענץ, אמאל זענען עס די שרעקעדיגע גויים, אמאל זענען עס פלאסטישע סמארטפאונ׳ס, און אמאל זענען דאס גאר די דאקטוירים אין שפיטעלער וואס רצח׳נן אונז, אבער קיינמאל איז עס נישט אונזער אחריות אלס א ציבור.

מיר זענען א קולטור וואו די וועלכע זאגן אז מיר דארפן זיך מער היטן אויפ׳ן לעבן זענען סעלף-העיטינג אידן, אבער די וועלכע מאכן רציחה-מניינים אין טונקעלע בעיסמענטס זענען די העלדן, די וועלכע פירן מערכות קעגן די סמארטפאונס זענען די ׳יראי ה׳ וחושבי שמו׳ אבער די וועלכע זענען נהנה מיגיע כפיהם און זוכן צו מאכן א כשר׳ן דאלער זענען די מחבלים בכרם ה׳ צבא-ות.

לאמיר צוריקגיין צום אומגליקליכן פאטער, איך בין זיכער אז ער איז א גוטער איד, איך בין זיכער אז ער איז א טאטע וואס וואלט זיך אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר זיינע קינדער, אבער ליידער איז ער בלויז א פראדוקט, א פראדוקט פון א רשעות׳דיגע און אכזריות׳דיגע סיסטעם וועלכע זעט בלויז דעם קאלעקטיוו און האט אויפגעבויט א ׳תורה שלמה׳ בלויז צו פרעזערווירן א וואקלדיגע און אבסורדאלע סיסטעם וועלכע האט נישט קיין זכות קיום.

דער פאטער האט נישט די געקריגן די מינימום מעגליכקייט צו קוקן אויפ׳ן לעבן מיט א געזונטן און נארמאלן בליק, צו ליב האבן זיין זון אזוי ווי א טאטע עלעפאנט אדער טאטע מאלפע האט ליב די אייגענע בלוט און פלייש, ער האט נישט די עמאציאנאלע שטארקייט צו אקצעפטירן די פאקט אז וואס האט געארבעט פאר אים ארבעט נישט פאר זיין קינד, אבער אנשטאט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און אחריות.

אט אזוי האט מען אים פאר׳סמ׳ט די מח מיט האס און אידיאטישע איינרעדענישן אז עס איז דער סמארטפאון, שלעכטע חברים, אלעס אין די וועלט איז שולדיג, אבער די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען, ווייל דאס ציווארפט דעם גאנצן פיראמידע פון אנגעוויזנקייט אויף וואס אונזער לעבנסשטייגער איז געבויט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איש עברי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר