למעשה 16: וקנה לך חבר - מאכט אייער לעבן ליכטיגער מיט חברים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

למעשה 16: וקנה לך חבר - מאכט אייער לעבן ליכטיגער מיט חברים

שליחה דורך אבטולמוס »

א חבר איז איינע פון די בעסטע און זיסטע זאכן וואס א מענטש קען פארמאגן. א מענטש וואס האט חברים איז אן אנדערער סארט מענטש ווי א מענטש וואס האט נישט קיין חבר – וואס איינזאמקייט קען טון צו א מענטש קענען ווייניג מחלות. איינזאמקייט ברענגט צעבראכנקייט און דעפרעסיע, עס פירט אריין אין נידערגעשלאגנקייט און מרה שחורה. א מענטש וואס איז פארשווארצט, דערביטערט, אליין, פארלירט דעם מוט אין אלע אנדערע חלקים פון לעבן. זיין לערנען איז נישט קיין לערנען, זיין דאווענען האט יענער פנים, זיין שבת איז קאלעמוטנע, זיינע טעג און וואכן זענען מאנאטאן און קאלירלאז. זיינע באציאונגען מיט זיין ווייב און קינדער פארמאגן נישט קיין חיות, און זיינע ביזנעס אקטיוויטעטן זענען גייסטלאז.

ווען ער האט א פראבלעם ווערט זיין דאגה פארטאפלט, ווען ער האט א פראגע ווערט עס פילפאכיג שווערער, ווען ער איז דורך א שווערן טאג זעט דער יקום אויס פינסטערער.

דאס איז אלעס אמת פאר יעדן מענטש, נישט קיין חילוק ווי קלוג אדער נאריש, רייך אדער ארים. אבער דאס איז פיל שווערער פאר דעם בר הכי וועמענ'ס נשמה נאגט מיט עקזיסטענציאלע פראגעס, ווען די געזוך פאר די אמת'ן פון דער בריאה ווערט פארוואנדלט אין אינטעלעקטואלער אנגסט, און מ'זעט זיך מיט א געזעלשאפט וואס קען אפילו נישט אין טעאריע דערווארימען די הארץ און נשמה. א מענטש וואס דרייט זיך ארום צווישן טויזנטער מענטשן, אבער שפירט איינער אליין; עס איז נישט דא ווער ס'פארשטייט אים – אין גם אחד. זיין מוח ווירבלט מיט דברים העומדים ברומו של עולם, ער וויל פארשטיין, ער וויל וויסן, ער וויל טון, אבער מיט וועמען? פאר וועמען? מיט וועמען קען ער שמועסן? מיט וועמען קען ער דעבאטירן? איז דא נאך איינער וואס פארשטייט צו די דרוקענישן פון זיין הארץ? איז דא נאך איינער וואס שפאנט אויף דעם זעלבן וועג?

דאס לעבן איז שווער פאר יעדן אן קיינע חברים – אבער פילפאכיג שווערער איז עס פאר דעם וועלכער שפירט ווי אן אנאמאליע אין דער געזעלשאפט. ער קוקט און זעט גרופעס וואס לויפן נאך מאטעריאליסטישן מאטעריאליזם און מאטעריאליסטישן רוחניות; סטאדעס וועלכע לויפן מיט קעלבערנעם התפעלות נאך דעם אקס אין שפיץ. ער זעט ווי קאנפארמיזם דיקטירט דעם סדר החיים, מטרות דיקטירן דעם אמת, נגיעות דיקטירן רעליגיע, מוח-וואשונג דיקטירט ערכים, און קאנטראל דיקטירט עבודת ה'. ער פרובירט צו לייענען די פנימ'ער פון זיינע ארומיגע: פארשטייען זיי? זעען זיי? ווילן זיי? בין איך אליין אויף דער וועלט ווי אן איינזאמער פלאנעט אין דער גאלאקסיע?

אין כולל איבער דעם שולחן-ערוך וואנדערן זיינע מחשבות, על משכבו בלילה באנעצט ער דעם קישן. בלילות ביקשתי את שאהבה נפשי, בקשתיו ולא מצאתיו. אקומה נא ואסובבה בעיר, בשווקים וברחובות, אבקשה את שאהבה נפשי, ביקשתיו, ולא מצאתיו.


דאס ווייב איז האפנטליך זיין חבר'טע אויך, זיי ליבן זיך און פארשטייען זיך. אבער אפילו דער פשוט'ער מענטש דארף חברים בנוסף צו זיין ליבע. אפילו מ'איז זוכה צו אמת'ע ליבשאפט אין שטוב, איז אייביג וויכטיג צו האבן חברים מיט וועמען מ'האט נישט קיין שותפות אין פירן א לעבן, ערציען קינדער, און בויען א שטוב. א ווייב (אדער א לאנג-טערמיניגע ליבע אין דער סעקולערער וועלט) איז וויכטיגער ווי א חבר פונקט ווי טרונקען איז וויכטיגער ווי עסן – אבער כדי צו לעבן דארף מען סיי טרונקען און סיי עסן.

בפרט ביי אונז וואו דאס ווייב איז געווענליך געקליבן דורך די עלטערן, איז דער חבר דער וואס גיט דעם מענטש צו שפירן אז ער איז מקובל בין הבריות, אז מ'האט אים ליב פאר וואס ער איז. אז מ'איז אים מחשיב, מ'רעספעקטירט זיין דעה, מ'הערט אים אויס ווייל ער האט עפעס צוצוגעבן פאר אנדערע. אנדערש ווי זיין ווייב, האט דער חבר די גרינגע ברירה נישט צו זיין זיין חבר. אנדערש ווי זיין ווייב, האט דער חבר געמאכט א החלטה אז ער וויל זיין זיין חבר נאכ'ן זיך גוט באקענען מיט אים און קומען צו א מסקנא אז אזא חבר'שאפט וועט בארייכערן זיין לעבן. א חבר גיט לעגיטימאציע פאר זיין עקזיסטענץ, ער זאגט יא, דו ביסט עפעס ווערד אין די אויגן פון אנדערע מענטשן; אנדערע זעען אין דיר איינער וואס גיט עפעס צו צו דער וועלט.

די נקודה קען נאך זיין פיל שטערקער אין פאל פון דעם חכם, וועלכער פארמאגט ליידער גאנץ קליינע שאנסן אז זיינע עלטערן זאלן פונקט האבן געקליבן פאר אים א ווייב וואס פארשטייט אים און איז אויף זיין שטאפל. פאר אזא איינעם איז חברים גאר ווייט פון א לוקסוס – עס איז א שאלה פון פיקוח נפש! איינזאמקייט קען אראפפירן אזא איינעם פון זינען; עס קען אים טרייבן צו טיפער מרה שחורה און דערביטערניש.

וואס איז, אלזא, די עצה?

די גוטע נייעס איז אז מיר געפונען זיך יעצט ביים בעסטן פונקט אין היסטאריע זיך אויסצולייזן פון איינזאמקייט. אויב מ'נוצט שכל און פראקטיק איז דער אינטערנעט דא אונז צו העלפן טרעפן חברים און באלייכטן און בארייכערן אונזער לעבן.

שטעלט אייך פאר אז איר פארמאגט אייביג א פארמיטלער וועלכער ארבעט פאר אייך צו טרעפן מענטשן וועלכע פארמאגן אן ענליכן געדאנקענגאנג ווי אייך, און דינט ווי דער שדכן אייך צו באקענען. דער אינטערנעט ארבעט נאך פיל בעסער פון דעם. וויבאלד דער אינטערנעט שטייט ווי א פארמיטלער צווישן אונז און דער גאנצער וועלט, מאכט עס אזויפיל גרינגער צו קענען אנקומען צו פיל מער מענטשן – צו קענען נאכקוקן מענטשן פאר דעם צורך פון געפונען א ענליך-טראכטנדן מענטש. דער אינטערנעט ערלויבט צו קענען זיך ארויסשיילן פון די שיכטן בושה, און זיך צו פאטראניזירן פאר'ן ציבור אז אנדערע זאלן זען ווער דער מענטש איז.

טרעפן חברים איז אן אינוועסטמענט און נעמט א סך צייט און ארבעט, אבער עס איז אן אינוועסטמענט וואס צאלט זיך אויס פילפאכיג. מיר וועלן דא דורכגיין פיר וועבסייטס וואס איר קענט נוצן אויף צו בויען און פארברייטערן אייער סאציאלן ציקל, דורך זיך באקענען מיט מענטשן פונקט ווי אייך. מיר וועלן זען פראקטישע הדרכות וויאזוי צוצוקומען צו דעם ציל אויף קאווע שטיבל, אייוועלט, פעיסבוק און וואטסעפפ.


קאווע שטיבל
לאמיר א בליק טון אויף "קאווע שטיבל", און זען וויאזוי מ'קען עס נוצן פאר דעם "וקנה לך חבר". קאווע שטיבל איז אן ארט ווי הונדערטער היימישע אידן קומען יעדן טאג פארברענגען צוזאמען. ס'איז קלאר אז שרייבן און קאמוניקירן אויף קאווע שטיבל איז "פאן" – ס'איז זייער געשמאק, סיי ווייל עס איז א פלאץ וואו מ'קען אראפלאזן די מאסקעס און מ'קען מיטטיילן די אמת'ע מחשבות, און סיי ווייל שרייבן פאר א ציבור איז פיל גרינגער ווי רעדן פאר א ציבור. דער שעמעוודיגער יונגערמאן וועלכער האט מורא זיך אנצורופן א ווארט אין א קופקע פון פינף מענטשן, האט נישט קיין פראבלעם צו האלטן א לאנגע דרשה פאר די טויזנטער מענטשן וועלכע באזוכן קאווע שטיבל.

איז, אלזא, קאווע שטיבל אן ארט וואס קען ברענגען א געוואלד מיט הנאה און פילט אן א חלל וואס איז דא אין דעם טאג-טעגליכן לעבן. דאס איז אלעס פיין און וואויל. אבער אמאל קען די הנאה און שוואוילטאג ברענגען אז מ'כאפט נישט וואס מ'קען אויפטון אויף קאווע שטיבל, בפרט אין דעם ענין פון "וקנה לך חבר".

וואס איך שרייב דא איז נישט טעארעטיש, נאר ווי צענדליגער (אדער אפשר הונדערטער) חברים קענען עדות זאגן, איז זייער געזעלשאפטליכע סביבה אויפגעלאכטן געווארן נאכדעם וואס זיי האבן גענוצט קאווע שטיבל אויף א שכל'דיגן וועג זיך צו באקענען מיט פרישע מענטשן, און אנקניפן באציאונגען. בפרט אזעלכע וועלכע האבן געזעלשאפטליך געשפירט נאקעט און בארוועס, און האבן אין קאווע שטיבל געטראפן את שאהבה נפשם, חברים און ידידים וועלכע טראכטן ענליך ווי זיי, און זענען געוואויר געווארן אז זיי זענען נישט די איינציגסטע אין דער וועלט וועלכע האבן אט די אומקאנווענציעלע מחשבות. בלייבט אונז נאר אויסצושמועסן עטליכע שכל'דיגע כללים וויאזוי צו נוצן אט די וואונדערליכע כלים – דער אינטערנעט און קאווע שטיבל – אויף קונה צו זיין פרישע חברים און ידידים.

  • דער פאקט אז דער אינטערנעט שטעלט צו אנאנימיטעט ערמעגליכט דיר זיך צו פראמאטירן. דו דארפסט נישט פראווען פאלשע עניוות; דו קענסט ווייזן וואס דו ווייסט, וואס דו קענסט, און דו קענסט ארויסשטעלן דיין זאפטיגע פערזענליכקייט מיט אלע פארבן.

  • אבער דאס קען ברענגען אז מ'זאל אריינפאלן אין א פלאנטער פון גאוה, פון זיך פארשטעלן ווי אן אלצווייסער וואס קען נישט הערן און מקבל זיין פון אנדערע. דאס ארויסשטעלן די אייגענע כשרונות טאר נישט קומען אויפ'ן חשבון פון אן איידעלן, פריינטליכן כאראקטער.

  • אנאנימיטעט איז ווי א טאץ צוקערלעך פון וואס מ'קען נישט אויפהערן צו עסן. נוץ עס כדי איבערצוקומען די נאטירליכע שוועריגקייטן וואס מ'האט ביים פרובירן זיך צו באקענען מיט פרישע מענטשן, אבער נוץ עס נישט אראפצורייסן אנדערע אדער שרייבן אויף אן אופן וואס שטעלט דיך אין א נעגאטיוון ליכט. געדענק אז דיין ציל איז צו מאכן א גוטן רושם אויף אנדערע, און לאז זיך נישט פארפירן פון דעם געדאנק, "קיינער ווייסט עניוועי נישט ווער איך בין."

  • וואספארא סארט חברים זוכסטו? דו ווילסט שמועסן איבער פילאזאפיע? ביקורת המקרא? פילמס? סטאק מארקעט? ווייז וואס דו קענסט! שרייב איבער די נושאים, און ברענג א רוח וואס וועט אויפוועקן פאטענציעלע חברים אז זיי זאלן אנטיילנעמען אין די שמועסן. דאס וועט עווענטועל אייך נענטער ברענגען זיך צו באקענען.

  • אויב דו האסט נישט די וויסנשאפט, אבער די נושאים טוען דיר דאך אינטערעסירן, ווייז אז דו ווילסט לערנען. ווען א שמועס איבער דעם ענין גייט שוין אן, לייען בעיון, פרעג אינטעליגענטע פראגעס. אויב עס איז נאך נישט דא קיין שמועס איבער דעם ענין, וועט עס פארלאנגען מער כוח און צייט פון דיר. נעם איין נקודה פון דער נושא און פארש עס אויס כדי צו עפענען א פרישן שמועס. שרייב קלאר אז דו ביסט נישט אויסגעקאכט אין דעם ענין און דו ווילסט הערן און לערנען מער, אבער מאך זיכער אז דיין פתיחה פון דעם שמועס זאל ווייזן אז דו ביסט באמת אינטערעסירט צו וויסן און שמועסן, און דו ביסט גרייט צו אינוועסטירן צייט דערין. פרעג נישט א פראגע וואס האט דיר גענומען 10 סעקונדעס צו שרייבן. פרעג א פראגע וואס האט דיך גענומען א שעה צו פארמולירן, דורך לייענען וועגן דעם, און טיף אריינטראכטן.

  • נעם אנטייל אין דעבאטעס מיט חברים וועלכע געפעלן דיר. האב נישט מורא צו אויסדרוקן דיין מיינונג מיט א שטארקקייט, אבער גליטש זיך נישט אריין אין פערזענליכע אטאקעס.

  • דו וועסט קיינמאל נישט אנקניפן באציאונגען מיט א צווייטן אויב דיין שרייבן שרייט אז עס איז נאר אבי יוצא צו זיין. קיינער זאגט נישט אז עס איז גרינג אויסצופירן די אלע הדרכות, און "שארטקאטס" ארבעטן נישט. יא, טרעפן ענליך-טראכטנדע חברים איז אן אינוועסטמענט פון צייט און מוח. שרייב גוט, נארמאל, סאליד – זע אז אנדערע זאלן ליב האבן וואס דו זאגסט. דער אינטערנעט איז נישט קיין קופקע וואו מ'דארף איינעם איבערשרייען – מ'הערט יעדן אויס, אפילו אויב דו ביסט מאריך. אין דעם געשריבענעם ווארט איז דא אן ערווארטונג פון א געוויסן קוואליטעט וואס איז העכער ווי א שנעלע מיינונג וואס מ'שרייט אריין אינמיטן א העפטיגער מקוה-דעבאטע.

  • אלע טריקס פון צווישנמענטשליכע באציאונגען ארבעטן אויך אויף דעם אינטערנעט. מענטשן האבן נגיעות צו אנדערע מיט וועמען זיי האבן א פערזענליכן שייכות. נוץ דעם אישית-קעסטל צו פרעגן פראגעס און ווייזן אינטערעסע. דער מענטשליכער מענטאליטעט איז צו שפירן א געוויסע נאנטקייט צו א מענטש מיט וועמען מ'האט געהאט א פערזענליכן שייכות. אן אישית-שמועס איז א וועג וויאזוי זיך צו מאכן זעבאר, אז יענער זאל וויסן אז דו עקזיסטירסט און אז דו טיילסט געוויסע פון די זעלבע אינטערעסן.

  • עס איז זייער וויכטיג צו ווייזן אז דו ביסט א "מענטש" – קאמפלימענטיר, ווארף צו א "לייק", דרוק אויס הכרת הטוב ברבים און אין אישית.

  • שעם דיך נישט צו פרעגן הערות ברבים אדער אין אישית. אפילו אויב יענער זעט אויס ווי "משה גרויס", ווער נישט "אינטימידעיטעד" – האב נישט מורא אים צו שיקן אן אישית-בריוול מיט א פראגע אדער קאמפלימענט.

  • נוץ דעם "טעג" אפציע. ווען דו טעגסט איינעם ווייזטו אז יענער ליגט ביי דיר אין מוח. עס גיט יענעם א גוטן געפיל, און ברענגט אייך נענטער.

  • שעדיג נישט דיינע שאנסן: בעט נישט זיך צו באקענען מיט איינעם פאר דו האסט געהאט א נארמאלן שייכות מיט אים, צי אין ברבימ'דיגע דעבאטעס, אדער אין אישית.

  • ווען דו ווילסט זיך באקענען מיט איינעם, גרובל נישט און ווייז נישט אז דו "ווייסט" עפעס וועגן אים. דאס וועט אים נאר אפשרעקן און ברענגען אז ער זאל זיך אפטרייסלען פון דיר. חוץ מזה איז עס גרויליג און אוממאראליש.

  • רעספעקטיר ווען איינער זאגט אז ער וויל זיך נישט טרעפן. מיט'ן נאכלויפן און פגע'ן וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען. מיט'ן שרייבן אז דו רעספעקטירסט זיין ווילן, האסטו נאך א שאנס אז אין דער צוקונפט וועט ער זיך יא וועלן טרעפן.


אייוועלט
קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר יעדן, און פאר די וועלכע זענען באקוועמער אין אן ענגערער אטמאספערע איז פאראן דער וועבסייט "אייוועלט". אייוועלט איז אויך א פלאץ וואו מ'קען זיך באקענען מיט פרישע חברים, הגם בעיקר פון איין געוויסן סארט. אייוועלט האט אויך די מעלה פון אינטערנעט-אנאנימיטעט (כאטש דארטן איז מער פארשפרייט דאס גרובלען אין דער אידענטיטעט פון מענטשן), וואס נעמט אוועק די בושה זיך צו לאזן הערן. אבער פון דער אנדערער זייט איז פיל שווערער דארטן צו טרעפן אייגנארטיגע מענטשן מיט אינדיווידואליסטישע כאראקטערס.

אז איר ווילט זיך באקענען מיט איינעם פון אייוועלט וועט דער פראצעס געווענליך זיין גרינגער, ווייל די דארטיגע שרייבער שרייבן נאר קאנווענציעלע געדאנקען, און דארפן נישט מורא האבן צו ווערן אנטדעקט. פאקטיש, עס איז כמעט נישט קיין סוד ווער די גרעסערע אייוועלט-שרייבער זענען.

אין קאווע שטיבל זענען די שרייבער אין אלגעמיין מער פאראנאיד זיך ארויסצוגעבן, וויבאלד זיי האבן די פרייהייט צו לאזן הערן זייערע אמת'ע מיינונגען וועלכע זענען לאו דווקא מקובל דורך דעם עסטעבלישמענט. אבער לפום צערא אגרא, אין קאווע שטיבל קען מען געפונען א פיל מער קאלירפולער אויסוואל פון חברים פון יעדן סארט, ווידעראום אין אייוועלט איז דער אויסוואל פלאך, מאנאטאן, און פון זעלבן קאליבער ווי די שמועסן אין מקוה.


פעיסבוק
פעיסבוק איז די וועלט'ס גרעסטער סאציאלע מידיא וועבסייט מיט 1.5 ביליאן באנוצער. מיליאנען מענטשן האבן געבויט זייער געזעלשאפטליכע סביבה דורך פעיסבוק, און אויך איר קענט דאס אויסנוצן צום גוטן. פעיסבוק פארמאגט גאר סאפיסטיקירטע אלגאריטמען וועלן העלפן אייך טרעפן פרישע חברים לויט אינטערעסן, געגנטער, און לויט די חברים וועלכע איר פארמאגט שוין.

  • אז איר קענט זיך איינשרייבן אויף פעיסבוק מיט אייער ריכטיגן נאמען און בילד איז אוודאי גוט. דאס גיט אייך תיכף לעגיטימיטעט און דורך שרייבן און קאמוניקירן לויט די פריערדיגע הדרכות וועט איר אנקומען צו פרישע חברים. אויב איר האט א פראבלעם זיך איינצושרייבן אויף פעיסבוק מיט אייער ריכטיגן נאמען איז עס קאמפליצירטער, אבער דאך אויספירבאר.

  • פעיסבוק האט נישט ליב קיין פאלשע נעמען, אבער זיי קוקן נישט נאך אויב דער נאמען איז עכט נאר אויב עס קומט אריין א טענה דערקעגן. דערפאר, נוצט א נאמען וואס זעט אויס ווי עכט, צום ביישפיל "שלום פערל", און נישט א נאמען וואס שרייט אז עס איז פאלש, ווי "יאנקל פאדראטשיק", "שהכל נהיה", "לב נשבר", וכדומה.

  • עס איז שווער אריינצופאלן אין פעיסבוק איינער אליינס. אויב קענט איר אפילו נאר איין מענטש אויף פעיסבוק מאכט עס דעם פראצעס פיל גרינגער. באפריינד יענעם מענטש, קוק וואס יענער שרייבט, קאמענטיר דערויף. קאמענטיר אויף די קאמענטארן פון זיינע אנדערע חברים, און צוביסלעך וועלן אנדערע זען אז דו ביסט א מענטש וואס גיט צו צום שמועס.

  • אבער אפילו אויב איר קענט קיינעם נישט אויף פעיסבוק, קענט איר אנפאנגען קאמענטירן אויף די פעידזשעס פון באקאנטע מענטשן וועלכע אינטערעסירן אייך, ווי ליפא שמעלצער, מוטה פראנק, שלום דין, וכדומה, און דארטן שרייבן עלאקוואנט און אינטעליגענט, און אזוי זיך באקענען מיט נאך מענטשן.

  • שיק נישט קיין "פרענד ריקוועסטס" אין דער וועלט אריין. פעיסבוק קען אייך באשטראפן דערפאר, און מענטשן האבן נישט ליב צו באקומען די ריקוועסטס פון פרעמדע. גיי דעם שטאטערן אבער זיכערן וועג פון שרייבן און קאמענטירן, און צוביסלעך זיך דערנענטערן צו אנדערע.

  • נוץ לייקס, טעגס, סמייליס, און אלע מיטלען צו קאמוניקירן אנערקענונג, הנאה און געפילן וועגן אנדערע מענטש. דאס מאכט עס פערזענליך, און ברענגט אייך נענטער.

  • אפילו נאך פאר איר באקענט זיך נאנט מיט מענטשן, וועט איר זיך טרעפן איינגעלאדנט צו פארשידענע גרופעס מיט אייערע אינטערעסן, און דארטן וועט איר האבן נאך גוטע געלעגנהייטן צו טרעפן און קענענלערנען אנדערע.

  • (כאטש אונזער שמועס איז דא לגבי טרעפן חברים און נישט אויף טרעפן מענטשן פון אנדערן מין פאר'ן צורך פון שמוץ און תאוות, איז דאך וויכטיג אונטערצושטרייכן אז דער לעכערליכער מיטל צוצושלעפן אנדערע דורך אהערשטעלן א פאלשן פרוי-פראפיל מיט א בילד פון א ציענדער פרוי ארבעט נישט! עס גיט נאר א שלעכטן נאמען פאר חסידים, וועלכע זענען צום באדויערן די וואס ווערן שנעל דערקענט ווען זיי באשעפטיגן זיך מיט דעם.)


וואטסעפפ
עס זענען פאראן טויזנטער וואטסעפפ גרופעס ביי היימישע אידן. יעדע אזא גרופע קען פארמאגן ביז הונדערט מעמבערס, און איז א גוטער מיטל צו באקענען אנדערע. עס איז נישט דא קיין וועג זיך אליין אריינצובאקומען אין א וואטסעפפ גרופע, אבער אויב איר קענט איינעם וואס איז א מעמבער אין א גרופע וואס פאראינטערעסירט אייך קענט איר אים בעטן, שנארן, אז ער זאל דיר אריינשטופן דערין.

וואטסעפפ איז נישט אזוי אנאנים ווי קאווע שטיבל (מ'נוצט דאך דעם טעלעפאן נומער), און די שמועסן זענען געווענליך נישט פון דעם קאליבער פון א פארום. ס'האט אבער א מעלה אז מ'קען ספאנטאן שרייבן און זיך אויסגעבן דורך קול-מעסעדזשעס, און דורך דעם שנעל אנקניפן א שייכות מיט די אנדערע מעמבערס.

  • ווען איר ווערט אנגענומען אין א וואטסעפפ גרופע געב עס עטליכע מינוט אדער שעה (געוואנדן ווי פארנומען די גרופע איז) צו לאזן א שמועס אין גאנג דורך די וועטעראן מעמבערס, און איינמאל א שמועס האלט העפטיג אינדערמיט טאנץ אריין דערין בשתי ידיים. שטיי נישט אין דער זייט ווי א גולם צו קוקן וואס אנדערע רעדן – נוץ די געלעגנהייט צו ווייזן אז דו ביסט א מענטש צום טיש, דו האסט א מיינונג, און דו לאזסט עס הערן.

  • מענטשן זענען אומבאקוועם מיט "לורקערס" – די וואס שטייען אין א זייט און "קוקן". וואס קוקסטו דארטן אזויפיל? זאג עפעס!

  • צו באקומען אנערקענונג אין א גרופע שרייב דיינע געדאנקען און דעות בטוב טעם ודעת. פארמוליר דיינע ווערטער מיט שכל אז זיי זאלן מאכן א גוטן רושם. טייל מיט בילדער וואס דו האט געכאפט, שיק ווייטער אינפארמאציע וואס דו האסט באקומען. לייג ארויף א לינק צו אן אינטערעסאנטן ארטיקל וואס דו האסט געזען ערגעץ וואו, אויף קאווע שטיבל אדער ערגעץ אנדערש.

  • ווי געשמועסט איז וואטסעפפ ווייניגער אנאנים ווי קאווע שטיבל וכדומה, און עס איז דעריבער ערווארטעט אז דו זאלסט אביסל מיטטיילן וועגן זיך. דערצייל אן אינטערעסאנטע מעשה וואס דו האסט היינט געהאט אין דער ארבעט, אויף דעם טרעין, מיט א קינד, מיט דיין ווייב, אד"ג.


דער ארטיקל איז אוודאי נישט קיין דבר השלם, אבער וועט האפנטליך דינען ווי א שפרינגברעט פאר א ברייטער דיסקוסיע. איך האף אז די אנווייזונגען וועלן ארויסהעלפן אונזערע חברים מקיים זיין דעם "וקנה לך חבר", און איך האף אז אנדערע וועלן צולייגן כיד ה' הטובה עליהם מיט נאך הדרכות, רעקאמענדאציעס, און אפילו פערזענליכע ערפארונגען.

זאל די וועלט ליכטיגער ווערן מיט פרישע באקאנטשאפטן און ידידות!

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר