קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפלאך.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפלאך.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די דעמאקראטן און די ליבעראַלע לינקע מידיא פראבירן מיט זייער לעצטע קרעפטן צו האלטן די רוסישע-קאנספיראציע ביים לעבן, די צוויי ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן נאדלער און שיף רייזן ווייטער אויפן קאנספיראציע ציג וואס גאלאפירט מיט א שנעלקייט צום ריכטונג פון לאלי-לאנד, און ס'זעט זיך נישט אויפן האריזאנט אז זיי פלאנירען אמאל אפצושטייגן. אצינד שיסן זיי זייער העסליכע פאלן צום ריכטונג פונעם יוסטיץ מיניסטער וויליאם בארר. זיי זענען אויסן אים צוהאלטן אלס א מסרב לקאנגרעס, צוליב דעם וואס בארר האלט זיך צו צום געזעץ, און אנטזאגט זיך קאטאגאריש צו פארעפענטליכען געהיימע מאטריאל פונעם מוללער באריכט פארן ברייטן פובליקום. זיי פראבירן אונז צו פארטושן די מוחות און ווילן אז מיר זאלן מיינען, אז אין די דאזיגע געהיימע מאטריאל ליגט גאר דער הונט באגראבן, און אז דארט שרייבט מוללער דייטליך אז דער פרעזידענט איז יא ווירקליך א רוסישער שפיאן און אז דער פרעזידענט האט יא געשטערט יוסטיץ. איי ווי אזוי קען דען זיין אז דער אויספיר פונעם באריכט איז קאפויער? נישט געזארגט די מידיא וועט שוין אויפקומען מיט עפעס א פרישע קאנספיראציע.

אייגענליך וואס ווילן טאקע די ליבעראַלע קאנספיראטארן? פארוואס קריכן זיי נישט אראפ פונעם פאלק, און נעמען זיך טאן זייער ארבייט אלס לעגיסלאַטאָרן? האבן די לצים טאקע נישט בעסער וואס צו טאן מיטן לאנגן גרויסן טאג?
גאנץ איינפאך. זיי זענען אויסן אז די רוסישע קאנספיראציע זאל בלייבן ביים לעבן, און אז די מידיא זאל פארזעצן מיט איר אויסנאמליכע דעקונג פון די אפגעפייגערטע ליבעראַלע קאנספיראציע גענוי ווי זיי האבן געטאן פאר עטוואס מער ווי צוויי יאר נאכאנאנד. זייער ציל איז אז דער פאלק זאל נישט אינאכט נעמען די גראנדיעזע אנטוויקלונגען וועלכע הייבן זיך אצינד אן צו אנטוויקלן אין וואשינגטאן. דער יוסטיץ מיניסטער בארר הייבט אן אויפצוגראבן די קאנספיראציע פונעם סאמען ווארצל, דער קאנספיראציע צוויבל שיילט זיך א שיכט נאך שיכט. דער אנגסט ביי די ליבעראַלע קאנספירירער איז אזוי גרויס, אזש מאנכע פון זיי דרייען זיך גאר ארום מיט נאסע מכנסיים... און זיי האבן ווירקליך פארוואס...

אט איז ווי אזוי די ליבעראַלע קאנספיראציע האט זיך אנטוויקלט:
ווען פרעזידענט אבאמא האט אנגעהויבן עטוואס צו שמעקן אז פרעזידענט טראמפ גייט אים ווארשיינליך ערזעצן אין ווייסן הויז, איז ער אריינגעפאלן אין אן אויסטערלישער פאניק. פרעזידענט אבאמא איז פון שטענדיג אן געווען אויסגעשפראכענער פיינט פון פרעזידענט טראמפ, און דאס לעצטע זאך וואס ער האט געוואלט איז געווען אז דער טראמפ זאל זיין זיין נאכפאלגער. אבאמא האט זייער גוט געוויסט אז פרעזידענט טראמפ גייט צינישט מאכן זיין גאנצע האראוואניע און לעגענדע, סיי נאציאנאל און סיי אונטערנאציאנאל. דערפאר איז דער אבאמא געווען גאר אויסן אז פרעזידענט טראמפ זאל פארלירן די וואלן צו די סקאנדאל-געפלאגטע פרוי קלינטאן. אבאמא און קלינטאן האבן מער ווייניגער די זעלבע ראדיקאלע לינקע אנטשויאונגען. פרעזידענט אבאמא האט דאן אין א פרעצעדענטלאזע שריט באשלאסן צו פארוואנדלן די אמעריקאנע מאכטפולע שפיאנאש אגענטורן אלס זיין פערזענליכע וואפן צו פארניכטן זיין ארכי-פיינט פרעזידענט טראמפ. אבאמא האט אין געהיים באפוילן פאר זיין יוסטיץ מיניסטארישע לאָרעטאַ לינטש, אנצוהייבן מיט א געהיימע אויספארשונג אינעם קאמפיין פון פרעזידענט טראמפ. און אזוי האט זיך די ליבעראַלע רוסישע קאנספיראציע ביסלעכווייז אנהויבן צו שפינען שטאפל נאך שטאפל...

א טעקע פון פאלשע שפיאנאזש אינפארמאציע ווערט פארגעשעטלט אין פייסע געריכט:
די ערשטע זאך וואס די ליבעראַלע קאנספירירער האבן זיך גענויטיגט איז געווען, א געריכטליכער ערלויבעניש פון א פעדעראלע ריכטער צו שפיאנירן אויף איינגעשטעלטע אינעם טראמפ קאמפיין. ווארום געזעצליך, איז אומלעגאל פאר די רעגירונג צו שפיאנירן אויף פריוואטע מענטשען אן קיין גריכטליכע ערלויבעניש. בלויז א פעדעראלע ריכטער איז באפולמעכטיגט צו אויטארעזירן שפיאנאזש קעגן אן אינווידואלע אמעריקאנער בירגער. און צו באקומען אזא ערלויבעניש דארף ערשט פארשטעלן פארן ריכטער זאכליכע און פארלעסליכע באווייזן פארוואס די רעגירונג איז אויסן צו שפיאנירן אויף דעם באטרעפענדן.

די ליבעראַלע קאנספירירער אויף די גוטהייסונג פונעם קלינטאן קאמפיין, האבן זיך אין געהיים פארבינדן מיט א צווייפלהאפטיגער פארשוין מיטן נאמען קריסטאפער סטיל. דער סטיל איז געווען א געוועזענער בריטישער שפיאן וואס האט פארמאגט ברייטפארצווייגטע שפיאנאזש פארבינדונגן איבער די וועלט. זיי האבן פון אים פארלאנגט אז ער זאל אויסנוצן זיינע פארבינדונגן צו שאפן שמוץ אויף טראמפ. דער סטיל האט טאקע באוויזן אהערצושטעלן א גאנצע טעקע פון שמוץ אויף טראמפ. מערסטייל פון די שמוץ האט ער דערהאלטן פונעם רוסישען קרעמלין אין מאָסקווע. דער סטיל האט זיך געלאזט באצאהלן די נישטיגע סומע פון א אנדערהאלב מיליאן דאללאר! פאר די אינפארמאציע און פאר זיינע אויסגאבן. און דאס אלעס איז באצאלט געווארן דירעקט פון די קאמפיין קאסע פונעם סקאנדאל-געפלאגטע פרוי קלינטאן! די טעקע רוסישע שמוץ האט זיך טאקע דערארבען דעם נאמען אלס די רוסישע טעקע.

די דאזיגע רוסישע שמוץ טעקע האט אויף עפעס א מיסטיריעזע וועג געלאנדעט אויפן שרייב טיש פון סענעטאר זשאן מעקעין. מעקעין אלס א געטרייער אמעריקאנער בירגער האט דאס באלד אפגעשיקט צום עף-בי-איי הויפטקוואטיר אין וואשינגטאן. ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט דאס מעקעין געטאן אויפן איניציאטיוו פון סענעטאר לינדזי גראַם. סענעטאר גראַם איז היינט צו טאג פון די אקטיווסטע מיטגלידער פונעם סענאט, וועלכע ארבייטן נאכאנאנד אויפצודעקן די ליבעראַלע קאנספיראציע און ברענגן די הויפט קאנספירער צו יוסטיץ.

די עף-בי-איי האט גרינטליך אניליזירט די אינהאלט פונעם טעקע, און זיי זענען באלד געקומען צום אויספיר אז די אינהאלט פונעם טעקע איז בלויז א הויפן מיסט וואס פארמאגט נישט קיין שום האפט. עס איז באשטאנען פון א הויפן פון רוסישע פראפעגאנדע, פריש געבאקן אין די קרעמלין אויוונס. פארט האט זיך דער געוועזענער דירעקטאר פון די עף-בי-איי, זשעימס קאומי, נישט אפגעהאלטן דאס פאָרשטעלן פארן געהיימע פייסע געריכט אלס העכסט-קראנטע שפיאנאזש אינפארמאציע. זשעימס קאומי האט קיינמאל נישט קלארגעשטעלט פארן געריכט אז די אינפארמאציע איז נישט פארלעסליך, אפגעזען פונעם פאקט אז ער זעלבסט האט גוט געוויסט אז דאס איז בלויז פאלטשע און פארפירישע אינפארמאציע. ווי אויך האט ער בייזוויליג פארהוילן פונעם געריכט אז די קלינטאן קאמפיין האט באצאלט פאר די טעקע, און ווארשיינליך צוליב פאליטישע מאטיווען. ווען דער קאראפטירטער קאומי אנטפלעקט ווען פארן געריכט דעם גאנצען ווארהייט, וואלט ווען דער ריכטער קיינמאל ווען נישט אקצעפטירט די אינפארמאציע, און זיכער ווען נישט אויטארעזירט קיין שום שפיאנאזש. קאומי האט צום גרויס שאנדע געטריי געדינט די אינטערעסן פון זיינע אויבערהארן די ליבעראַלע קאנספירירער וועלכע האבן אלע געשטינקן פון קאפ, גראד פונעם אבאמא ווייסן הויז.

קאומי האט שוין דאן געוויסט אז דאס ערשיינונג פונעם טעקע איז נישט געווען קיין בלויזער צופאל. ווארום די סטעיט דעפארטמענט האט אויך געהאט אניליזירט די טעקע. א הויכראנגיגע באאמטע אין די סטעיט דעפארטמענט האט זיך פארבינדן מיט סטיל צו דיסקאסירן די טעקע אינהאלט, און זי האט באלד געזען אז דער סטיל איז גאר א צווייפלהאפטיגער פארשוין. סטיל האט דאן איר אויך געזאגט, אז ס'איז קריטיש אז די אינפארמאציע פונעם טעקע זאל פארעפנטליך ווערן נאך איידער די וואלן. און די עף-בי-איי האט ערהאלטן די געהיימע נאטיצן פונעם זיצונג צווישן סטיל און די סטעיט דעפארטמענט באאמטע. קאומי איז דייטליך געווען גענוי אינפארמירט איבער דעם, פארט האט דאס אים נישט צוריק געהאלטן פון צו אקטיוויזירן א פולשטענדיגער קאנטאר-שפיאנאזש אויספארשונג מיטן גאנצן קנאק קעגן פרעזידענט טראמפ. דער אפאראציע איז גערופן געווארן מיטן נאמען "קראספייער האריקעין". אינעם שפיץ פונעם אויספארשונג האט קאומי געשטעלט דעם גרעסטן טראמפ האסער פונעם גאנצן ערד קוגל, הער פוטער סטראק.

אפראראציע קראספייער האריקעין:
סטראק האט באלד צוגעטרעטן צו די ארבייט מיטן גאנצן אייפער. ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פאר גארנישט אויף דער וועלט – ער האט אפילו אפילו אונטערגעשיקט א פארשטעלטע אגענטקע וועלכע זאל פראבירן אונטער צושטעלן א פאסקע פאר דזשארזש פּאַפּאַדאָפּאָולאָס, וועלכער האט דאן געדינט אלס א פאליטישער סטראטעגיסט אינעם טראמפ קאמפיין. דער סטראק מיט זיין אויבערהאר קאומי האבן געארבייט גאר כיטרע, זיי האבן דירעקט געלאזט ארויסגערינען שטיקלעך געהיימע אינפארמאציע צו די פרעסע, און דאן האבן זיי זיך באנוצט מיט די פרעסע רעפארטאזשן געבויעט אויף די אינפארמאציע, צו באקומען נאך ערלויבענישן פונעם פייסע געריכט צו שפיאנירן אויף נאך איינגעשטעלטע אינעם טראמפ קאמפיין. אין רעזולטאט זענען די נאנסטע מענטשען צו טראמפ, א שטייגער ווי פּאַפּאַדאָפּאָולאָס, מייקל פלין, פאולוס מאַנפאָרט, קאַרטער פעידזש, ראַדזשער סטאָון, און נאך, געווען אונטער די פולשטענדיגע אבזערוואציע פון די קאנטער-שפיאנאזש איינהייטן פון די עף-בי-איי, און זענען ענווענטועל אויסגעשטאנען קרימענאלע קלאגעס פון ליגנד זאגן פאר די עף-בי-איי א.ד.ג.

עס איז ממש אומגלויבליך. די העכסטע שישקעס פון די עף-בי-איי וועלכע זענען געווען געשוואוירענע טראמפ-האסער, האבן פארגעשטעלט פארן געהיימען פייסע געריכט אינפארמאציע וואס זיי זעלבסט האבן געוויסט אז ס'איז גענצליך פארפירעריש און פאלטש, און אז ס'איז בלויז אונטערגעשטעלט געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין מיטן ציל צו סאבאטשירן די קאמפיין פון פרעזידענט טראמפ. דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די העכסטע שישקעס פון די עף-בי-איי האבן אויסגענוצט זייער מאכטפולע פאזיציעס, און אומלעגאל שפיאנירט און זיך איזדעקעוועט אויף אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער, בלויז פארן זינד פון האבן אנדערע אנטשויאונגען ווי זיי. דאס איז ממש א הימל געשריי אז דאס האט ווירקליך געקענט פאסירן אינעם פרייער אמעריקע.

די צוויי פאסקודניאקעס קאומי און סטראק געהאלטן דאס אויספארשונג אין גרעסטן געהיימעניס, אויס זארג אז אין פאל טראמפ פארלירט די וואלן, זאל ער נישט קענען אנצייגן אז דאס איז געווען צוליב זייערע אויספארשונגן... נישט בלויז האט דער אלגעמיינע פובליקום האט נישט געוויסט פון אנגייענדע אויספארשונגען, נאר טראמפ זעלבסט האט אויך גאר נישט געוויסט. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ווען די עף-בי-איי אינפארמירט טראמפ אז די רוסן זוכען צו קאלאבארירן מיט זיינע מענטשען, אזוי אז ער זאל זיך קענען אויסהיטן פון זיי. אבער דער סטראק האט דאך דאס זיכער נישט געוואלט, ווארום ער האט דאך געהאפט אז טראמפ וועט ענווענטועל אריינפאלן אין א פאסקע...
אבער פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט ביידען האבן יא געוויסט איבער דעם אויספארשונג, זיי האבן באקומען רעגלמעסיגע פארשריט באריכטען איבער די דעטאלן פון די געהיימע אויספארשונג.
אצינד ארבייט דער יוסטיץ מיניסטער בארר געוואור צו ווערן וויפול דער אבאמא האט טאקע געוויסט איבער די קרימענאלע אקטן וואס שפילט זיך אפ הארט אונטער זיין נאז. דאס איז איינס פון אורזאכן פארוואס די ליבעראַלען גייען אצינד באנאנעס...

דער אנגייענדע געהיימע אויספארשונג ווערט פארעפענטליך דורך קאומי:
דאס אומגלויבליכס האט ווירקליך פאסירט אפגעזען פון אלע ערווארטונגען. דאס ערגססטע קאשמאר פון די ליבעראַלען איז פארווירקליכט געווארן. פרעזידענט דאנאלד זשעי. טראמפ איז אריינגעוועלט געווארן אלס דער 45-טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. די ליבעראַלען זענען געווען שאקירט צום טויט, און א שווארצער גייסט פון אומבאהאלפנקייט האט זיי ארומגענומען. זיי האבן זייער גוט געוויסט אז אנדערע ווינטן גייען אנהייבן בלאזן אין וואשינגטאן, די לאנג איינגעזעצענע פאליטישער זומפ אין וואשינגטאן גייט ענדליך נאך לאנגע יארן אנהייבן עטוואס אפצוטרוקענען. א פארצווייפלטער זענדונג איז באלד ארויס פון העכסטע ליבעראַלע שישקעס, אז די ליבעראַלע קאנספיראציע מוז שוין פארוואנדלט ווערן צו א ווירקליכער פאקט. דער באפעל האט געלויטעט אז יעדער איז פארפליטעט צו גלייבן אז פרעזידענט טראמפ האט קאלאבארירט מיט די רוסן, ווער ס'וועט נישט גלייבן אז דער פרעזידענט איז ווירקליך א רוסישער אגענט דארף ספאנטאניש אראפגעריסן ווערן אויפן ארגסטן און דעקלערט ווערן אלס א אומפאטריאט און אלס ארכי פיינט פון די קאנסטאטוציע. די לינקע מידיא האט זיך גענומען צו דער ארבייט מיטן גאנצן קנאק. נאכט נאך נאכט זענען די מידיא נעצען פארפלייצט געווארן מיט שוידערליכע אנטדעקונגען איבער אנגעבליכע קאלאבאראציע צווישן די רוסן מיט טראמפ. די ליבעראַלע קאנספיראציע איז געווען אין פולן קראפט. די אנדערע ווערטער די העכסטע ליבעראַלע שישקעס האבן געשלאסן א געהיימער בונד מיט די לינקע מידיא בייזוויליג צו פארפירן די אמעריקאנע מאסן מיט פארפירערישע אינפארמאציע... סארא שאנדע...

דירעקטער קאומי האט דאן ענדליך אינפארמירט פרעזידענט טראמפ איבערן עקזיסטענץ פונעם רוסישען שמוץ טעקע איבער אים. ער האט אבער גלייכצייטיג בארואיגט דעם צושטורעמטן טראמפ אז די עף-בי-איי האט אלעמאל געוויסט אז די אינהאלט פונעם טעקע איז הוילע שטירן אפפאל. און ער האט האט אויך דאן געזאגט פארן פרעזידענט אז ער זעלבסט איז נישט אונטער אויספארשונג. ווי ס'איז היינט צו טאג באוויסט איז דאס געווען פאלש און פארפירעריש...

די העכסטע קעפ פון די עף-בי-איי פליען פון אמט, און דער ספעציעלער קאנסול קומט צו שטאנד:
די רעפובליקאנער לעגיסלאַטאָרן אינעם רעפרעזאנטן הויז האבן אנגעהויבן צו פארדעכטיגען אז עפעס איז נישט אין דער ארדענונג מיט דעם קאומי און סטראק. דער אויספארשונג איז געלאפן צו שטארק איינזייטיג. זיי האבן אנגעהויבן צו פארפירן אז דער אינפעקטאר-גענעראל זאל אריינקוקן אינעם אויספארשונג, און אהערשטעלן פאר זיי פארשידענע דאקאמענטאציעס איבערן אנגייענדען אויספארשונג. ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט זענען די רעפובליקאנער לעגיסלאַטאָרן געווען הונדרעט פראצענט גערעכט. פון די טעקסט זענדונגן צווישן די צוויי ליבע-פייגלעך סטראק און א עף-בי-איי אדוואקטקע ליסא פעידזש מיט וועם דער פארהייראטער סטראק האט דאן אנגעהאלטן געשלעכטליכע באציאונגען, האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט דאס אויסטערלישע האס וואס דער סטראק טראגט אויף פרעזידענט טראמפ, און ווי שטארק ער איז געווען אויסן צו סאבאטאזשירן דאס פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ. אין רעזולטאט פון די אנטדעקונג איז דער טראמפ-האסער סטראק געווען געצווינגן צו רעזיגנירן פון אמט מיט שאנדע.

נישט לאנג דעראויף האט פרעזידענט טראמפ געדאנקט קאומי פון זיין פאסטן אלס דער דירעקטאר פון די עף-בי-איי. אין רעאקציע צו זיין אויפזאגונג האט דער באבלאזענער שטאלצער קאומי אומלעגאל ארויסגערינען צו די פרעסע, העכסט-געהיימע נאטיצן פון זיצונגען צווישן אים אין טראמפ וועלכע האבן אנגעבליך געקענט אנדייטן אז דער פרעזידענט האט געזוכט צו שטערן יוסטיץ. אין רעזולטאט האט דער צייטווייליגער דירעקטאר פון די עף-בי-איי אנדרוי מאקעיב אינאיינעם מיט זיין וויצע ראד רויזענשטיין אסעמבעלירט דעם ספעציעלע קאנסול ראבער מוללער, וועלכע האט ענווענטועל נאך צוויי יאר גענצליך ריינגעוואשן דעם פרעזידענט פון סיי וועלכע רוסישע קאלאבאראציע, און דייטליך באשטעטיגט אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט יוסטיץ. און די ליבעראַלע קאנספיראציע האט געקראכט פון גאז באלאן...

דאס אלעס שווימט אצינד ארויף צום אויבערפלאך. די אויסגעשפילט ליבעראַלע מידיא זוכט דאס אראפצושפילן, ווייל דאס צייגט וואס פאר קעלבער זיי זענען, און לייגט זייער גאנצע באגלייבטקייט אונטער אן ערענסטער פראגע צייכן. און די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן נאדלער און שיף זענען אויסן אז די געמיינע און שאנדפולע ליבעראַלע קאנספיראציע זאל פארבלייבן אונטערן טעפיך אויף שטענדיג, דערפאר פראבירן זיי מיט זייער לעצטע קרעפטן ווייטער צו האלטן קאנספיראציע ביים לעבן, און גלייכצייטיג דערגיין די יארן פונעם יוסטיץ מיניסטער בארר, אז ער זאל נישט האבן דעם קאפ אנצופירן מיטן אויספארשונג. זאגאר נעכטען האט זיי באר אלע געווארפן איבערן דראנג, ער האט געלאזט ברענגן פון קאנעקטיקעט דעם בארימטער פעדעראלער פּראָקוראָר דזשאן דורהאַם צו מאכן ארדענונג אין די עף-בי-איי, און ברענגן אלע ליבעראַלע קאנספירער צו יוסטיץ...

ווי עס שיינט קומט פרייליכע טעג אין וואשינגטאן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר