רעוואלוציע? עוואלוציע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

רעוואלוציע? עוואלוציע!

שליחה דורך פארשטאנד »

אויף מערערע אשכולות און תגובות אין די לעצטע עטליכע יאהר זינט דער שטיבל איז געגרינדעד געווארן, איז ארויפגעברענגט, איבערגעשמועסט און איבערגעקייעט געווארן די רעוואלוציע וואס גייט אט-אט קומען, מאנכע זענען גאר זיכער אז עס קען נישט אנגיין ווייטער מיט די סטאטוסקווא, פולווער פיהלט זיך אין די לופט, די גרויסע רעוואלוציע איז אונטער די טיהר, עס פעהלט נאר די פינק עס אונטערצוצינדן און עס פלאמט אויף א אייביגע פלאם פון פרייהייט, פריי פון חרדי'שע דיקטאטורישאפט.

אבער… קיין רעוואלוציע גייט נישט זיין, נישט יעצט און נישט אין די נאנטע צוקומפט.

איך ווייס נישט צו עס איז געוועהן אין היסטאריע סיי ווען א אינטעלעקטואלע רעוואלוציע, א אויפוואכונג? יא, א רעוואלוציע? קיינמאל, די סיבה איז פשוט, א רעוואלוציע געשעהט מיט עטליכע תנאים, 1) א באדייטענדע טייל פון א ציבור איז אומצופרידן פון די פירערשאפט, 2) אויף אזאך וואס שטערט דעם טייל ציבור (געווענליך פאליטישע פאליסיס וואס איז נישט צום הארצן פאר דעם טייל ציבור.), 3) זיי האבן אלטענאטיוו צום מצב, צו וואס זיי ווילן טוישן.

ביי אונזער מציאות פעהלן אלע דריי - אדער לכל הפחות צוויי - תנאים, יא, ס'דא א ציבור אומצופרידן אבער למעשה איז עס נישט - דערווייל - א באדייטענדע טייל. וואס שטערט דעם ציבור בדרך-כלל איז נישט ממשית'דיג, עס איז רוחנית און אינטענדזיבל. עס איז נישטא קיין למעשה'דיגע אלטענאטיוו לע"ע.

וואס יא? אידישקייט עוואלווד, אידישקייט גייט דורך אן עוואלוציע, איידעאס קומען און גייען, השקפות קומען און גייען געבויעט אויף השקפות און איידעאס פון יחידים וואס נעמען א טייל אין פארעמען דעם ציבור, אין פאקט - מיט א בליק אויף היסטאריע - האבן יחידים אלס געפארעמט דעם ציבור, יחידים שטעלן דעם טאן לקרב ולרחק, לאסור ולהתיר, און וועלכע השקפה די ציבור זאל זעהן און וועלכע נישט. אידישקייט האט עוואלווד אנדערש אין טוניזיע ווי אין מאגענצע, אנדערש אין די ליטע ווי אין אונגארן, אידן פון מאראקא זענען אנדערש ווי אידן אין רוסלאנד, אין באגדאד'ע אידן אנדערש ווי תימנ'ע אידן אין צנעא, אידישקייט האט עוואלווד אין אלע ערטער שטייטלעך און צוביסלעך לויט די דיעות און השקפות פון זיייערע פיהרער, כאריזמאטישע יחידים בעלי השפעה.

און א דערנעבענדע אשכול האט דער מייסטער שרייבער קטלא קניא פליסיג געשריבן וויאזוי די מצב יעצט איז א זמן מוכשר מער פון סיי ווען אין די לעצטע עטליכע צעהנדליגע יאהר, צו ברענגען א טויש, און ער איז כשר גערעכט, אין אזא זמן, א זמן פון אומזיכערקייט אין די עסטאבלישמענט, איז א זמן מוכשר צו ברענגען א אויפוואכונג. אבער די נקודה איז אז גארנישט גייט נישט געשעהן פונעם ציבור, פונעם כלל, עס איז יחידים - און נאר יחידים - וואס קענען שטיפן דעם וואגן פאראויס, יעדע זאך וואס א יחיד טוהט, קליין אדער גרויס, איז א גרויסע זאך פאר די 'ביג פיקטשער', וואס דו טוסט טוט למעשה פארעמען דעם כלל.

אין א בחינה פון מאובי תחכמנו וועל איך ברענגען עטליכע דוגמאות פון מעשי יחידים וואס האט א למעשה'דיגע השפעה אויפן כלל אין א געוויסע דירעקציע.

ווער עס האט נאר געעפענט א היימישע אויסגאבע די לעצטע עטליכע וואכן האט זיכער געזעהן אן עד מיט פיהלע באבסקע רפואות פאר קאראנע, אן אריינגיין אין די עצם עד, וואס ליגט אונטער די עד? אונטער די עד שטייט נישט קיין ארגעניזאציע, קיין שטאב, אדער איינער וואס מאכט געלט, אונטער דעם שטייט א יחיד וואס האט געהאלטן אז ער האט א גאנצע זאק מיט רפואות וואס ארבעטן באמת, ער האט געפיהלט אז ער מוז טוהן א חסד מיטן ציבור און מיטטיילן מיט זיי זיינע רפואות, ער האט אויף זיין אייגענע איניציאטיוו געפרינט און באצאהלט פאר די עדס לטובת הציבור, אדאנק זיין פריוואטע איניציאטיוו האבן למעשה צעהנדליגע צו גאר הונדערטער מענטשן פראבירט (און געגלייבט) די רפואות, האט האסטו א מעשה יחיד מיט א ווייטגרייכענדע השפעה, ווייל ער האט געטוהן למעשה צו אזאך וואס ער גלייבט דערין.

האסטו באקומען א ראבאקאל צו צינדן ליכט פריער לתועלת די חולי קאראנע? נאכאמאל, אן אריינגיין אין די עצם זאך. וואס שטייט אונטער דעם? אונטער דעם שטייט אויך נישט קיין ארגעניזאציע, אונטער דעם שטייט א יחיד וואס גלייבט דערין, אדאנק אים האבן ווארשיינליך א מוספר עצים פון תמימות'דיגע פרויען געצינדן ליכט פריער לטובת חולי ישראל, ווייל א יחיד האט געטוהן למעשה צו אזאך וואס ער גלייבט דערין.

האט איר געזעהן עדס זיך צו פארבעסערן אין צניעות? שומרים קארטלעך? דארף איך דערמאנען 'כח היחיד' קאמפיין אויף חתונה פארשווענדונגען? הצד השווה פון די אלע זאכן, אונטער יעדע פראיעקט ליגט א יחיד וואס האט געטוהן דערין, אפילו אזאך וואס קוקט אויס ווי עס קומט פון א ארגעניזירטע סיסטעם קומט ס'רוב מאל אויך דורך די איניציאטיוו פון א יחיד, ווי למשל די דרשת חיזוק וואס דיין קהילה האט ארגעניזירט, עס איז נישט פשט אז עס איז געוועהן קהל'ס מיטונג אז דער ציבור זיכט חיזוק, ע"פ רוב איז עס די ארבעט פון א יחיד וואס גייט פארשלאגן פאר איינע פון די באערדע אז עס וואלט געוועהן פאסיג צו האבן א דרשה אויף די נושא וואס ער באדערט אים, און זאכן הייבן אן פארן.

אויף די אנדערע זייט, נעם א דוגמא קאווע שטיבל, 'דער וועקער', שטייט דען אן ארגעניזאציע אונטער דעם? אויך נישט, אונטער דעם שטייט א יחיד וואס האט גענומען קוראזש אונטערצומען די גרויסע אונטערנעמונג וואס האט למעשה א גאר גאר ווייטגרייכענדע ווירקונג.

כלפי מה דברים אמורים? עס טוט זיך אויף טישן און בענק און די טויש וואס קאראנע גייט ברענגען. די מציאות איז, גארנישט גייט נישט געשעהן אויב דו גייסט נישט טוהן דיין חלק אין די זאך, עס איז די פליכט פון יעדן יחיד צו טוהן זיין טייל, עס גייט נישט געשעהן קיין רעוואלוציע… פארגעס דערפון, אבער דיין חלק איז אזאך וואס קען געשעהן, און דיינע מעשים זענען וואס גייט טוישן די סטאטוסקווא, דיין חלק גייט העלפן עוואלוון דעם כלל.

אלזא, למעשה, וואס זאל איך טוהן? וואס זענען 'מיינע מעשים' וואס גייט טוישן די סטאטוסקווא? די ענטפער איז: אלעס! שאץ נישט גארנישט אונטער, קליין צו גרויס, אפילו מיטטיילן (שערן) אן ארטיקל אויף קאווע שטיבל איז א קליינע זאך וואס קען האבן א ווייטגרייכענדע השפעה, האסט א מיינונג אנדערש ווי די עסטאבלישמענט? לאז דיר הערן! געפעלט דיר א בוך וואס דו האסט געליינט? עס ווערט נישט פארקויפט אין דיין לאקאלע ספרים סטאר? לאז דיר הערן, שער די לינק מיט דיינע חברים.

שוין פראבירט צו שרייבן? נעם א פענע און לאז דיר הערן! קענסט נישט שרייבן אייגנס? האסט געזעהן א פאסיגע ארטיקל אויף אן אנדערע שפראך? א שטיקל מחקר וואס קלאהרט אויס אן ענין? טייטש עס איבער אויף מאמע לשון לטובת הכלל. האסט אן איידעא? א פראיעקט וואס ליגט פארשטויבט אין א ווינקל אין דיין מח? יעצט איז די צייט! טאנץ אריין דערין!

די נקודה איז, גארנישט גייט נישט ברענגען קיין דראסטישע טויש, אבער עס איז די קליינע (און אוודאי גרויסע) מעשה יחידים וואס העלפן עוואלוון דעם ציבור, עס זענען די יחידים וואס דרייוון דעם דעת הכלל. דו ברענגסט טויש! נישט דיין חבר, נישט קיין ארגעניזירטע ארגעניזאציע. דו און נאר דו.

דו קענסט נישט ברענגען קיין רעוואלוציע, אבער דו ביסט א חלק אין די עוואלוציע, דו קענסט העלפן עוואלוון דעם ציבור.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר