די מערכה פאר א מדינה עפ"י תורה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
נקדימון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:18 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

די מערכה פאר א מדינה עפ"י תורה

שליחה דורך נקדימון »

די ארטיקל איז לעצטנ'ס געווען אויף אייוועלט אבער איז געפלויגן פון דארט נאך א שטיק צייט

די מערכה פאר א מדינה עפ"י תורה

צ. למדן

ווען עס איז געגרינדעט געווארן די ציוניס'טישע באוועגונג האבן זיך רוב גדולי ישראל אקעגן געשטעלט. די סיבות פאר די התנגדות פאר די רעיון איז געווען פארשידענע. רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז די עצם רעיון אז אידן זאלן האבן א זעלבסטשטענדיג לאנד איז קעגן די תורה און כפירה בה'. עס זענען אבער געווען גדולי ישראל וואס זייער התנגדות איז פשוט געווען וויבאלד די באוועגונג איז באשטאנען בעיקר פון כופרים ואפיקורסים און די גדולי ישראל האבן געהאלטן אז אויב גרינדעט מען א אידישע מדינה מוז זיך עס פירן עפ"י תורה.

אין די יארן הארט פאר די מדינה איז געגרינדעט געווארן און ספעציעל אין די יארן נאך וואס די מדינה איז געגרינדעט געווארן האבן טאקע אסאך פון די גדולי ישראל געפירט א העפטיגע מערכה אז די מדינה זאל זיך פירן, עכ"פ ווי מער, עפ"י תורה.

פארשטייט זיך אז אסאך פון די רבנים זענען געווען זייער ווייט פון היימיש און אסאך פון זיי קען מען בכלל נישט אנרופן מיט די נאמען רבנים מיט דעם אלעם זענען געווען פארשידענע גאר ערנסטע תלמידי חכמים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די מערכה א שטייגער ווי הג"ר אליעזר יהודה וואלדנבערג זצ"ל בע"מ שו"ת ציץ אליעזר.

אויך סאטמאר רב זצ"ל מיט דעם וואס ער האט שולל געווען די מדינה מכל וכל איז ער אבער עטליכע מאל מאריך אין ויואל משה איבער דעם וואס די מדינה פירט זיך נישט עפ"י תורה ווי למשל דאס אז די מדינה איז נישט מאבד די עבודה זרות אין ארץ ישראל.

סאטמאר רב זצ"ל שרייבט אין ויואל משה אין די הקדמה "והנה עיקר היסוד של איסור השלש שבועות לא מבואר כ"כ היטב בפוסקים כשאר הלכות אחרות המצויין בכל יום ויום בכל הדורות וכו' וענין זה של התעוררות תנועה לעבור על השבועות הללו לא מצינו מימי בן כוזיבא עד זמנו של הרמב"ם שהוא לערך אלף שנים וכן מזמנו של הרמב"ם עד השבתי צבי וכן אחר זמנו של השבתי צבי עד עכשיו בדורותינו אלה, עכ"פ חלפו ועברו הרבה מאות שנים שלא עלה על לב שום אדם לעבור על זה ולא חשבו כלל על כך, ממילא היה דבר שאינו מצוי כלל ועל כן לא נתבאר זה כ"כ בפוסקים וכו' ולכן נחתי אל לבי להעלות על הגליון ביאור סוגיא זו בכל פרטיה וכל המסתעף בעניני מדינה זו וההתחברות אליה וגם לקחת חלק בהבחירות שלהם ומה שיוצא בכ"ז הלכה ברורה לאמיתה של תורה".

דאס זעלבע זאך קען מען זאגן אויף די רבנים וואס האבן געפירט א מערכה פאר א מדינה עפ"י תורה. זיי האבן זיך אנגעשטויסן דא אין א מציאות וואס כלל ישראל איז נישט געווען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר כמעט און האבן געדארפט דא דן זיין שאלות וואס ווערט כמעט נישט אדער בכלל נישט דערמאנט אין שו"ע און אין די פוסקים.

הגם פילע פון די הלכות פון די תורה וואס איז נוגע לגבי ווי אזוי די אידישע מלוכה האט זיך געדארפט פירן בזמן שביהמ"ק היה קיים איז תלוי אין סמיכה אדער נבואה און דאס איז נאך אלץ ליידער נישט דא. מיט דעם אלעם איז געווען פארשידענע גאר אינטערסאנטע שאלות אין וואס זיי האבן געדארפט דן זיין. ערשטנס בכלל ווי אזוי דארף א ממשלה זיין אויסגעשטעלט עפ"י תורה? איז דא בכלל א מהלך עפ״י תורה ווי אזוי א ממשלה דארף זיין אויסגעשטעלט? וואס טוט זיך למשל מיט די מצוות פון מינוי מלך? וואס דארף זיין די יחס פון די ממשלה לגבי פרויען צו וועלן אדער צו ווערן ערוועלט פאר רעגירונגס פאסטנס? וואס דארף זיין די יחס פון די ממשלה לגבי די נישט אידן, מוסלעמענער און נוצרים, וואס וואוינען אין ארץ ישראל און זייער שמייליגע פלעצער? און וואס איז לגבי די יחס פון די ממשלה צו כופרים ואפיקורסים? איז בכלל די פליכט פון די ממשלה צו זעהן אז אלע אידן זאלן מקיים זיין די תורה? וואס טוט זיך לע"ע ווען ליידער רוב אידן זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות און אזוי אויך די ממשלה באשטייט פון חילונים איז דא בכלל אן ענין צו פויעלן ביי זיי אז די ממשלה זאל זיין אויסגעשטעלט עפ"י תורה?

משפט עברי

א חוץ פון די מערכה אז די מדינה זאל זיך פירן עפ"י תורה גייט אן אין ארץ ישראל נאך מערכה און דאס איז אז די געזעץ פון די מדינה זאל זיין די "משפט עברי". משפט עברי איז א מאדערענע טערמין פאר די הלכות פון די תורה וואס איז נוגע בין אדם לחבירו.

אנדערש ווי די מערכה פאר א מדינה עפ"י תורה וואס לעת עתה ווען רוב כלל ישראל זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות איז עס נישט מער ווי א חלום האבן זיך אין די מערכה איינצופירן אין מדנ"י די משפט עברי דוקא אנגעשלאסן אפילו פרייע חברה.

פונקט ווי די חברה פארשטייען אז היות די מדינה איז א אידישע מדינה ממילא דארף די פאן האבן א אידישע סימבאל (די מגן דוד), און ווי אויך די נאציאנאלע ענטעם דארף זיין אידיש אזוי אויך איז דא וואס האלטן אז די געזעץ פון די מדינה דארף זיין אידיש.

אין שו"ע חו"מ סי' א' ס"א ווערט גע'פסק'ענט "בזמן הזה דנים הדיינים דיני הודאות והלוואות וכתובות אשה וירושות ומתנות ומזיק ממון חבירו שהם הדברים המצויים תמיד ויש בהם חסרון כיס אבל דברים שאינם מצויים אע"פ שיש בהם חסרון כיס כגון בהמה שחבלה בחבירתה או דברים שאין בהם חסרון כיס אע"פ שהם מצויים כגון תשלומי כפל וכן כל הקנסות שקנסו חכמים כתוקע לחבירו וכסוטר את חבירו וכן כל המשלם יותר ממה שהזיק או שמשלם חצי נזק אין דנין אותו אלא מומחים הסמוכים בא"י". און אין שו"ע חו"מ סי' ב' ווערט גע'פסק'ענט "כל ב"ד אפילו אינם סמוכים בא"י אם רואים שהעם פרוצים בעבירות (ושהוא צורך שעה) דנין בין מיתה בין ממון בין כל דיני עונש".

אין אנדערע ווערטער היינט ווען ס'איז נישט דא קיין סמיכה קען בית דין נישט מעניש זיין נישט קיין עונשי הגוף און אפי' נישט פסק'ענען קיין דיני קנסות נאר ווען ס'איז צורך השעה קען בי"ד לפי ראות עיניהם פסק'ענען די סארט דינים. אלזא וואס די חברה ווילן איז אז ביי זאכן וואס וואס איז נישט נוגע דיני קנסות ועונשין (מער ווייניגער ציווילע ענינים) זאלן די בתי משפט אין מדנ"י פסק'ענען די זעלבע ווי עס פסק'ענען היינט להבדיל די בתי דינים פון די חרד'ישע אידן. און ביי זאכן וואס איז יא נוגע דיני קנסות ועונשין (מער ווייניגער קרימינאלע ענינים) איז עפ"י הלכה מעג דאך בי"ד דן זיין לפי ראות עיניהם ממילא קען דאך בלייבן מער ווייניגער די זעלבע ווי ביז היינט אבער עכ"פ זאל עס זיין ווי מער געבויעט אויף אידישע מקורות.

די לעגאלע סיסטעמען פון די וועלט

אין די וועלט היינט איז בעיקר פארשפרייט דריי לעגאלע סיסטעמען, די "ענגלישע געזעץ" אויך באקאנט אלס Common Law, די "רוימישע געזעץ" אויך באקאנט אלס Continental Law אדער Civil law (נישט אויסמישן מיט די קאטעגאריע פון געזעץ וואס האנדלט מיט ציווילע ענינים און נישט מיט קרימינאלע ענינים), און די שאריא געזעץ וואס איז איינגעפירט, טיילווייז אדער אינגאנצן, אין אסאך מוסלימענע לענדער.

די ענגלישע געזעץ שטאמט פון פסקים פון ריכטער פון ענגלאנד פון א משך פון כמעט טויזנט יאר און איז איינגעפירט אין כמעט אלע לענדער ווי די ענגלענדער האבן אמאל געהערשט, צווישן זיי אין אלע שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן חוץ לוזיאנא. למשל אין די קאנסטיטוציע פון נוא יארק פון יאר תקל”ז ווערט דעקלערט (סעיף 35):
“And this convention doth further, in the name and by the authority of the good people of this State, ordain, determine, and declare that such parts of the common law of England, and of the statute law of England and Great Britain, and of the acts of the legislature of the colony of New York, as together did form the law of the said colony on the 19th day of April, in the year of our Lord one thousand seven hundred and seventy-five, shall be and continue the law of this State”.

די רוימישע געזעץ שטאמט פון ביכער פון די אלטע רוימישע און יווני’שע פילאזאפן און איז איינגעפירט אין כמעט אלע אייראפעאישע לענדער און אין אלע לענדער אין דרום אמעריקע און ווי אויך אין קיובעק אין קאנאדע (אין אלע אנדערע פראווינצן אין קאנאדע איז איינגעפירט די ענגלישע געזעץ).

די היסטאריע פון די געזעץ אין מדנ"י

אין ארץ ישראל פאר די ערשטע וועלט מלחמה ווען די טערקן האבן נאך געהערשט דארט איז געווען איינגעפירט די טערקישע געזעץ אויך באקאנט אלס די Mecelle. די טערקן האבן אויך געגעבן גאר א שטארקע סמכות פאר די אידישע בתי דינים ווי עס איז געווען איינגעפירט פארצייטנס אין כמעט אלע לענדער ווי אידן האבן געוואוינט.

נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די ענגלענדער האבן איינגענומען ארץ ישראל האבן זיי, לויט ווי עס פאדערט זיך פון די אינטערנאציאנאלע געזעץ ווען איין לאנד נעמט איין א צווייטע לאנד, איבערגעלאזט די אלטע געזעצליכע סיסטעם.

די דבר המלך במועצה על ארץ ישראל, 1922

אין יאר תרפ"ב האבן די ענגלענדער ארויסגעגעבן א געזעץ באקאנט אלס די "דבר המלך במועצה על ארץ ישראל, 1922” (יעדע געזעץ וואס איז דורך געפירט געווארן אין ענגלאנד אין יענע צייטן האט געטראגן די נאמען "דבר המלך במועצה King's Order-in-Council”) די געזעץ האט פעסטגעשטעלט די סדר פון די פירערשאפט אין ארץ ישראל. סעיף 46 פון די דבר המלך במועצה על ארץ ישראל לויטעט: “בתי המשפט האזרחיים ישפטו בהתאם לחוק העותומני שהיה נוהג בארץ ישראל ביום 1 בנובמבר, 1914, ובהתאם לאותם החוקים העותומנים המאוחרים יותר שהוכרז עליהם או שיוכרז עליהם במודעה רשמית בעל חוקים בני תקף, ובהתאם לאותם דברי מלך במועצה ולפקודות ולתקנות הנוהגים בארץ־ישראל בתאריך דבר מלך זה או אשר ינהגו או יוחקו בעתיד; ובהתחשב עם החוקים, דברי המלך, הפקודות והתקנות האלה. ובמקרים שאלה לא יהיו נוהגים לגבם, ישפטו בתי המשפט האזרחיים בהתאם ליסודות החוק המקובל ולעיקרי הצדק הנוהגים באנגליה". אין אנדערע ווערטער האבן זיי טאקע איבערגעלאזט די אלטע טערקישע געזעץ אבער האבן דערקלערט אז במקום ווען ס’נישטא קיין קלארע געזעץ זאל מען פסק’ענען לויט די ענגלישע געזעץ.

למעשה אזוי ווי נאך וואס די ענגלענדער האבן איינגענומען ארץ ישראל איז כמעט נישט געבליבן דארט קיין טערקישע ריכטער און כמעט אלע שטעלעס אין די געריכטן זענען איבערגענומען געווארן דורך ענגלענדער אדער פרייע אידן וואס האבן נישט געהאט קיין מושג אין די טערקישע געזעץ פלעגן זיי כמעט אלעמאל פסק’ענען לויט די ענגלישע געזעץ אזוי איז די ענגלישע געזעץ למעשה אומעמטליך פארוואנדעלט געווארן אלס די געזעץ אין ארץ ישראל.

די אויבן דערמאנטע דבר המלך במועצה האט אויך פעסטגעשטעלט די סמכות פון די אידישע בתי דינים און להבדיל די אנדערע רעליגיעזע געריכטן (די מוסלימענע און קריסטליכע). סעיף 51 פון די דבר המלך לויטעט: “השיפוט בעניני המצב האישי, בהתאם להוראות חלק זה, מסור לבתי דין העדות הדתיות. לצורך הוראות אלה, עניני המצב האישי פירושם משפטים בענין נישואין או גטין, מזונות, כלכלה, אפוטרופסות, כשרות יוחסין של קטינים, איסור השימוש ברכושם של אנשים שהחוק פסל אותם, והנהלת נכסי אנשים נעדרים”.

[center]***[/center]
אין די עטליכע יאר פאר די הקמת המדינה האט זיך אנגעהויבן העפטיגע פריוון פון פארשידענע גרופעס אויסצושטעלן א קאנסטיטוציע פאר די נייע בעפארשטייענדע מדינה. פון די וואס האבן געארבעט העפטיג אויסצושטעלן א קאנסטיטוציע איז געווען דער דעמאלטסדיגער רב הראשי הרב הערצאג ז"ל וואס איז געווען פון די ראשי הלוחמים פאר א מדינה עפ"י תורה. הרב הערצאג האט זיך איבער די נושא מתייעץ געווען מיט פארשידענע רבנים און אפילו לעגאלע עקספערטן.

שפעטער האט ער אפילו אויפגעשטעלט א ועד פון רבנים וואס זאלן אדורך טון און דן זיין אין די הלכות וואס זענען נוגע אין די נושא. ער האט אפילו געפלאנט צו עפענען א ביהמ"ד פון תלמידי חכמים וואס זאלן צאמשטעלן א "קאדעקס" (געזעץ בוך) געבויעט אויף די תורה און דאס זאל עווענטועל זיין די געזעץ בוך פון די מדינה.

לגבי די מצווה פון מינוי מלך האבן רוב געהאלטן אז בזמן הזה איז נישטא קיין חיוב וויבאלד מיר האבן נישט קיין סמיכה אדער ווייל א מלך דארף דוקא זיין מבית דוד. אנדערע האבן געהאלטן אז די מדינה זאל שטעלן א סימבאלישע קעניג רק לשם קיום המצוה און זיין סמכות זאל נאר זיין בערך אזוי ווי דער קעניג פון ענגלאנד.

גאר אסאך האבן צוגעצייכנט די ווערטער פונעם הייליגן ר"ן אין זיינע דרשות (דרוש י"א) וז"ל שם: “ידוע הוא כי המין האנושי צריך לשופט שישפוט בין פרטיו, שאם לא כן איש את רעהו חיים בלעו ויהיה העולם נשחת, וכל אומה צריכה לזה ישוב מדיני וכו’ וישראל צריכין זה כיתר האומות, ומלבד זה צריכין אליהם עוד לסבה אחרת והוא להעמיד חוקי התורה על תלם, ולהעמיד חייבי מלקיות וחייבי מיתות ב"ד העוברים על חוקי התורה, עם היות שאין באותה עבירה הפסד ישוב מדיני כלל. ואין ספק כי בכל אחד מהצדדים יזדמנו שני ענינים, האחד יחייב להעניש איזה איש כפי משפט אמיתי. והשני שאין ראוי להענישו כפי משפט צודק אמיתי אבל יחוייב להענישו כפי תקון סדר מדיני וכפי צורך השעה, וה' ית' ייחד כל אחד מהענינים האלו לכת מיוחדת, וצוה שיתמנו השופטים לשפוט המשפט הצודק האמיתית, והוא אמרו ושפטו את העם וגו', כלומר בא לבאר השופטים האלה לאיזה דבר יתמנו ובמה כחם גדול, ואמר שתכלית מנויים הוא כדי לשפוט את העם במשפט צדק אמיתי בעצמו ואין יכלתם עובר ביותר מזה. ומפני שהסדור המדיני לא ישלם בזה לבדו השלים האל תיקונו במצות המלך.

ונבאר עוד כשנניח צד אחד מהצדדים הרי שנינו בפרק היו בודקין (סנהדרין מ) תנו רבנן מכירים אתם אותו כו' התרתם בו וקבל התראה התיר עצמו למיתה וכו' המית בתוך כדי דבור וכו'. ואין ספק כי כל זה ראוי כפי משפט צדק, כי למה יומת איש אם לא שידע שהכניס עצמו בדבר שיש בו חיוב מיתה ועבר עליו, ולזה יצטרך שיקבל עליו התראה וכל יתר הדברים השנויים באותה ברייתא, וזהו משפט צדק אמתי בעצמו הנמסר לדיינים. אבל אם לא יענש העובר כי אם על זה הדרך יפסד הסדור המדיני לגמרי שיתרבו שופכי דמים ולא יגורו מן העונש, ולכן צוה הש"י לצורך ישובו של עולם במינוי המלך כמו שכתוב בפרשה זו וכי תבא אל הארץ וגו' שום תשים עליך מלך וגו' שהיא מצוה שנצטוינו בה למנות עלינו מלך כמו שבא בקבלת רז"ל (סנהדרין כ) והמלך יכול לדון שלא בהתראה כפי מה שיראה שהוא צריך לקבוץ המדיני, נמצא שמנוי המלך שוה בישראל וביתר אומות שצריכים סדור מדיני וכו’. ואל תקשה עלי מה ששנינו בפרק נגמר הדין (סנהדרין דף מו) תניא ר' אליעזר אומר שמעתי שב"ד מכין ועונשין שלא מן התורה ולא לעבור על דברי תורה אלא לעשות סייג לתורה וכו', שנראה ממנו שמנוי הב"ד הוא לשפוט כפי תקון העת והזמן, ואינו כן, אבל בזמן שיהיו בישראל סנהדרין ומלך, הסנהדרין לשפוט את העם במשפט צדק לבד לא לתקון ענינם ביותר מזה, אם לא שיתן המלך להם כחו אבל כאשר לא יהיה מלך בישראל, השופט יכלול שני הכחות, כח השופט וכח המלך", עכלה"ק.

זעהט מען פון דעם ר"ן אז שוין בזמן הבית איז געווען צוויי ממשלות ביי די אידן, די סנהדרין וואס זייער פליכט איז געווען צו משפט’ן ריין לויט די משפטי התורה, און דערנאך דער קעניג וואס זיין פליכט איז געווען אז עס זאל הערשן סדר אין לאנד. די וואס האבן צוגעצייכנט דעם ר"ן האבן גע’טענה’ט אז אזוי אויך דארף זיין אין די מדינה, ס’זאל זיין די בתי דינים וואס עס איז די פריוואטע פליכט פון יעדן איד עפ"י תורה זיך צו שטעלן זיך מתדיין זיין פאר זיי ווען ער האט א די"ת מיט איינעם און ווי אויך דארף זיין זייער פליכט צו מעמיד זיין הדת על תילה וויפיל עס איז שייך. און דערנאך דארף זיין די אלגעמיינע דעמאקראטישע ממשלה וואס זאל גארנישט האבן צו טון מיט עניני הדת און זייער פליכט דארף נאר זיין צו זעהן אז עס זאל הערשן סדר אין לאנד און ס’זאל נישט זיין א מצב פון איש את רעהו חיים בלעהו.

פון די וואס האבן צוגעצייכנט צו די ווערטער פונעם ר"ן איז געווען צווישן אנדערע דער גרויסער גאון הג"ר חיים עוזר גראדזינסקי זצ"ל. אין יאר תרצ"ח האט הרב הערצאג געשיקט א בריוו צו ר’ חיים עוזר איבער די נושא פון אויסשטעלן א קאנסטיטוציע פאר די מדינה, ר’ חיים עוזר האט אים צוריק געשיקט א בריוו ווי ער שרייבט אים דארט צווישן אנדערע: "ע"ד עיבוד החוקה של שלטון התורה במדינה העברית בנוגע להמשפטים זהו באמת ענין קשה שראוי להתישב הרבה בזה, לפי משכל ראשון חשבתי אולי אפשר לסדר באופן זה שהשופטים בדיני ממונות בין ישראל לחבירו יהיו הרבנים שיוכלו להזמין ולהוציא פס"ד שכחו יפה ע"פ החוק ובנוגע למשפטים בין יהודי וא"י יהי’ ע"פ משפט כללי, בנוגע לגנבות וגזלות ושאר עונשין כפי הנראה מתשו’ הר"ן הי’ משפט המלוכה מיוחד לבד הב"ד הדנים ע"פ ד"ת, כי באמת קשה הדבר לתקנת המדינה שהגנב יפטור א"ע בכפל ומודה בקנס יהי’ פטור לגמרי, וע"כ שבכגון זה צריך לתקן תקנות המדינה כענין מכין ועונשין וכו’”.

פון די אנדערע זייט האט דער דעמאלטסדיגער ציוני’סטישע סוכנות בראשות בן גריון שר"י אויך אויפגעשטעלט א ועד וואס זאל צאמשטעלן א קאנסטיטוציע. די ראש פון די ועד איז דוקא געווען א רעליגיעזער איד מיט’ן נאמען זרח ווערהאפטיג פון די פירער פון די מזרחי ער האט זיך אויך מתייעץ געווען מיט רבנים און מיט די רב הראשי בשעת ער האט געארבעט צו צאמשטעלן א קאנסטיטוציע. פארשטייט זיך פון א קאנסטיטוציע כולו עפ"י תורה איז נישט געווען קיין רעדע מיט דעם אלעם אלס רעליגיעזער איד האט ער אריינגעשטעלט פארשידענע לשונות גענומען פון אידישע מקורות ווי למשל "אין עונשין אלא א"כ מזהירין" און נאך. לגבי וואס עס זאל זיין די געזעץ פון די מדינה האט ער געשריבן (סעיף 77): “המשפט הקיים בישראל ביום מתן החוקה יעמוד בתקפו… תחוקת המדינה תהא משותתת על עקרוני יסוד של המשפט העברי ועקרונות אלה ידריכו את בתי המשפט בבואם למלא את החסר בחוקים הקיימים".

די מכתב הסטאטוסקווא

פון די וואס האבן פארגעשלאגן א קאנסטיטוציע פאר די מדינה איז אויך געווען די ראשי האגודה הרב משה בלוי ז"ל און הרב ברויאר ז"ל. אין די קאנסטיטוציע וואס זיי האבן פארגעשלאגן האבן זיי געפאדערט א מדינה וואס זאל זיך גענצליך פירן עפ"י תורה. למשל אז ס’זאל זיין א געזעץ אז יעדע איד מוז זיך מל’ען, חילול שבת בפרהסיא זאל זיין פארבאטן, תלמידי חכמים זאלן זיין פטור פון באצאלן שטייערן וכו’ וכו’.

די ראשי האגודה האבן צוגעשיקט זייער פארשלאגן פאר די סוכנות. די סוכנות האט זיי צוריק געשיקט א בריוו ווי זיי זענען מסביר אז אזא זאך איז נישט מעגליך וויבאלד די יו. ען. גייט קיינמאל נישט באשטעטיגן אזא מדינה. אין די בריוו האבן זיי אבער פארזיכערט פאר די אגודה די זאכן: “1) שבת - ברור שיום המנוחה החוקי במדינה היהודית יהיה יום השבת, כמובן מתוך מתן רשות לנוצרים ובעלי דת אחרת לשבות ביום החג השבועי שלהם. 2) כשרות - יש לאחוז בכל האמצעים הדרושים למען הבטיח, שבכל מטבח ממלכתי המכוון ליהודים יהיה מזון כשר. 3) אישות- כל חברי ההנהלה מעריכים את רצינות הבעיה וקשייה הגדולים, ומצד כל הגופים שהנהלת הסוכנות מייצגת, ייעשה כל מה שאפשר למען ספק בנידון זה את הצורך העמוק של שלומי הדת למנוע חלילה חלוקת בית ישראל לשניים. 4) חינוך - תובטח אוטונומיה מלאה של כל זרם בחינוך ולא תהיה שום פגיעה מצד השלטון בהכרה הדתית ובמצפון הדתי של שום חלק בישראל. המדינה, כמובן, תקבע את המינימום של לימודי חובה, הלשון העברית, היסטוריה, מדעים וכדומה, ותפקח על מילוי מינימום זה, אבל תיתן חופש מלא לכל זרם לנהל את החינוך לפי הכרתו ותתרחק מכל פגיעה במצפון הדתי".

די בריוו איז ביז היינט באקאנט אלס די "מכתב הסטאטוסקווא" און כלומר’שט דארף עס צו הייסן אז אין עניני דת ומדינה גייט מען ביז היינט לויט די ליניע וואס איז געווארן אראפגעשטעלט אין די בריוו.

[center]***[/center]
למעשה איז פון די אלע פלענער פאר א קאנסטיטוציע גארנישט געווארן. דער ראש פון די סוכנות און דער שפעטערדיגער ראש הממשלה בן גריון שר"י האט צוליב פארשידענע סיבות בכלל זיך קעגן געשטעלט די געדאנק פון אדאפטירן א קאנסטיטוציע און ווי באקאנט איז מדנ"י ביז היינט פון די איינציגסטע לענדער אויף די וועלט וואס האט נישט קיין פארמאלע קאנסטיטוציע נאר אנשטאט דעם האבן זיי די חוקי היסוד וואס די כנסת פירט דורך פון צייט צו צייט ווי למשל די לעצטיגע קאנטראווערסיאלע חוק היסוד די חוק הלאום.

פקודת סדרי השלטון והמשפט - תש״ח

ווען מדנ"י איז געגרינדעט געווארן איז בעפאר עס איז אפיציעל געגרינדעט געווארן די כנסת האט מען געגרינדעט א צייטווייליגע רעגירונג וואס האט געהייסן די "מועצת המדינה הזמנית". עטליכע טעג נאך די הקמת המדינה האט די מועצת המדינה הזמנית דורך געפירט די ערשטע געזעץ מיט די נאמען "פקודת סדרי השלטון והמשפט". די געזעץ האט איינגעפירט די סיסטעם פון די רעגירונג אין די געזעץ פון די נייע געגרינדעטע מדינה.

סעיף 11 פון די געזעץ לויטעט: "המשפט שהיה קיים בארץ־ישראל ביום ה׳ באייר תש״ח (14 במאי 1948) יעמוד בתקפו, עד כמה שאין בו משום סתירה לפקודה זו או לחוקים האחרים שיינתנו על ידי מועצת המדינה הזמנית או על פיה, ובשינויים הנובעים מתוך הקמת המדינה ורשויותיה". אין אנדערע ווערטער די געזעץ וואס איז געווען ביז היינט אין ארץ ישראל בלייבט אין קראפט און ווי דערמאנט איז די געזעץ אין לאנד דאן געווען א געמיש פון די ענגלישע און טערקישע געזעץ.

חוק יסודות המשפט – תש"מ

אין יאר תש"מ האט די כנסת דורך געפירט א געזעץ מיט די נאמען "חוק יסודות המשפט". סעיף 1 לויטעט: "ראה בית המשפט שאלה משפטית הטעונה הכרעה, ולא מצא לה תשובה בדבר חקיקה, בהלכה פסוקה או בדרך של היקש, יכריע בה לאור עקרונות החירות, הצדק, היושר והשלום של מורשת ישראל".

אין יאר תשע"ח האט מען צו די געזעץ קלאר צוגעלייגט די ווערטער "ראה בית המשפט שאלה משפטית הטעונה הכרעה, ולא מצא לה תשובה בדבר חקיקה, בהלכה פסוקה או בדרך של היקש, יכריע בה לאור עקרונות החירות, הצדק, היושר והשלום של המשפט העברי ומורשת ישראל" מיט דעם איז די "משפט עברי" אפיציעל אנערקענט אין די געזעץ פון פון מדנ"י.

שוין פון פאר די געזעץ איז דורך געפירט געווארן פלעגן געוויסע שופטים אין מדנ"י פסק'ענען לויט די משפט עברי אבער פון ווען די געזעץ איז דורך געפירט געווארן פסק'ענען אסאך שופטים אין מדנ"י לויט די "משפט עברי".

חוק לביטול המג׳לה - התשמ״ד

אין יאר תשמ"ד האט די כנסת דורך געפירט א געזעץ ווי די טערקישע געזעץ איז אפיציעל גענצליך אנולירט געווארן פון די געזעצליכע סיסטעם פון מדנ"י. פון דאן איז נאר געבליבן די ענגלישע געזעץ און להבדיל די משפט עברי.

געריכטליכע פסקים און געזעצן אין מדנ"י געבויעט אויף משפט עברי

אן אינטערסאנטע דוגמא פון א פסק פון א ריכטער געבויעט אויף די הלכה איז געווען מיט א מענטש וואס איז זיך באגאנגען מיט מעשים אשר לא יעשו רח"ל מיט א מת. כדי אים צו קענען געבן די מאקסימום שטראף האט אים די לאקאלע בית המשפט נישט נאר באשולדיגט אין בזיון המת נאר אויף די עצם מעשה (כאילו ער וואלט עס געטון מיט א לעבעדיגע מענטש). זיינע לויער’ס האבן אפיעלט דעם פס"ד ביי די בית המשפט העליון, איינע פון די שופטים דארט איז אריין אין א גאנצע הלכה’דיגע דיון צו עפ"י הלכה גייט אריין א מת בגדר "אדם" און האט געברענגט פילע מקורות צו דעם פון די גמרא און די פוסקים. למעשה האבן זיי גע’פסק’ענט אז מ’קען אים נישט באשולדיגן אויף די עצם מעשה וויבאלד לויט רוב פוסקים איז א מת נישט בגדר אדם, דער שופט האט אויך צוגעצייכנט דעם רמב"ם איסורי ביאה פ"א הי"ב (עיי"ש) ווי ער פסק’ענט בפירוש אז מ’איז פטור.

א חוץ וואס ס'דא אסאך שופטים וואס פסק'ענען לויט משפט עברי איז אויך דא פארשידענע געזעצן וואס די כנסת האט אדורך געפירט במשך די יארן וואס די געזעצן זענען געבויעט אויף די הלכה.

איינע פון די געזעצן למשל איז די "חוק לא תעמוד על דם רעיך". נישט אין אלע לענדער אין די וועלט קען מען בכלל אנקלאגן א מענטש פארן נישט ראטעווען א צווייטע מענטש ווען ער האט געקענט. אין יאר תשנ"ח האט אבער די כנסת אדורך געפירט אזא געזעץ. סעיף 1 פון די געזעץ לויטעט "חובה על אדם להושיט עזרה לאדם הנמצא לנגד עיניו, עקב אירוע פתאומי, בסכנה חמורה ומיידית לחייו, לשלמות גופו או לבריאותו, כאשר לאל־ידו להושיט את העזרה, מבלי להסתכן או לסכן את זולתו... (סעיף 4) העובר על הוראות סעיף 1 לחוק זה, דינו – קנס".

עס דארף באמערקט ווערן אז עפ"י הלכה אפילו אין די צייט ווען ס'איז געווען די סנהדרין און סמיכה האט מען נישט באשטראפט איינער וואס האט עובר געווען אויף די לאו וויבאלד ס'איז א לאו שאין בו מעשה. די רמב"ם הל' רוצח ושמירת הנפש פ"א הט"ז שרייבט "אף על פי שאין לוקין על לאוין אלו מפני שאין מעשה בהן חמורים הם שכל המאבד נפש אחת מישראל כאלו אבד כל העולם כלו וכל המקים נפש אחת מישראל כאלו קים כל העולם כלו".

פון די אנדערע געזעצן אין מדנ"י געבויעט אויף משפט עברי איז די חוק השליחות - תשכ״ה, חוק איסור לשון הרע – תשכ״ה, חוק השומרים – תשכ״ז, חוק עשיית עושר ולא במשפט – תשל״ט, חוק החולה הנוטה למות – התשס״ו, און נאך.

חוץ פון די געזעצן אין מדנ"י וואס איז געבויעט אויף משפט עברי איז אויך דא אסאך געזעצן אין די מדינה וואס איז דירעקט פון א רעליגיעזן כאראקטער ווי די חוק שעות עבודה ומנוחה, חוק איסור גידול חזיר, חוק חג המצות, חוק בשר ומוצריו, די געזעצן זענען באקאנט מיט די נאמען "חקיקה דתית". און ווי אויך ווי דערמאנט די געזעצן איבער די סמכות פון די רבנות בעיקר אויף עניני גירושין ונישואין און נאך וואס איז נאך איבערגעבליבן פון די צייטן פון די טערקישע און ענגלישע הערשאפט אויף ארץ ישראל.

אין די משרד המשפטים פון מדנ"י איז אויך די אן אפטיילונג ספעציעל פאר משפט עברי ווי זיי געבן אן זייערע מיינונגען אויף פארשידענע קעיסעס אין די בתי משפט אין מדנ"י ווי אזוי די פסק דארף זיין לויט די הלכה.

אין די חוק הלאום וואס איז לעצטנס דורך געפירט געווארן האט קודם געהייסן אז מען וועט אריינלייגן א סעיף וועגן משפט עברי ווי עס גייט מער אפיציעל אנערקענט ווערן למעשה איז עס נישט אריין.

ביי די לעצטיגע וואלן פון די פארטייען וואס האבן געפרעדיגט פאר די משפט עברי איז געווען די זהות פארטיי וואס מיט דעם וואס די פארטיי האט א שטארקע ליבערטעריען אגענדע און האט געפרעדיגט פאר א גענצליכע הפרדת הדת מהמדינה און פאר די טאטאלע אויפלעזונג פון די רבנות האבן זיי פון די אנדערע זייט אויך שטארק געפרעדיגט אז די משפט עברי זאל מער אריינגיין אין געזעצליכע סיסטעם פון מדנ"י. דענאך זענען געווען פארשטייט זיך די עוצמה יהודית פארטיי און די אנדערע ראדיקאלע רעליגיעזע רעכטע פארטייען וואס האבן געפארדערט א גענצליכע מדינה עפ"י תורה.

זאל דער אויבערשטער העלפן ס’זאל שוין מקיום ווערן וואס אונז זענען מתפלל יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה וכו’" בב"א.

***

מען קען איבער די נושא אסאך מאריך זיין ווי למשל וואס פונקטליך איז געווען די פלאן פון די רבנים ווי אזוי אויסצושטעלן די ממשלה עפ"י תורה און ווי אויך איבער פארשידענע קעיסעס אין די בתי משפט אין מדנ"י ווי די שופטים האבן יא אדער נישט גע'פסק'ענט לויט די הלכה, ואי"ה עוד חזון למועד. פאלגענד איז א פי. די. עף. פון די ארטיקל מיט לינקס צו פארשידענע וועבזייטלעך, ארטיקלען, ספרים, מאמרים און מ"מ איבער די נושא.
בייגעלייגטע פיילס
די מערכה פאר א מדינה עפי תורה.pdf
(127.67 KiB) אראפגעלאדנט 129 מאל

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר