פאסירט האט אמאל אז עטליכע סאטמארע בחורים האבן אנגעווירטשאפט אן אנגעבליכער מעשה קנאות אין קעמפ. דער רבי זי''ע האט דאס זייער זייער פארדראסן. ער האט באאויפטראגט רבי עזריאל גליק ע''ה ארויסצופארן אין קעמפ און אויספארשן גענוי וואס ס'האט זיך ווירקליך אפגעשפילט. איידער זריאל האט זיך געלאזט אין וועג אריין האט אים רבי צוגערופן און אים אנגעצייגט די ווערטער אין ספר תהילים: הלוא משנאיך השם אשנא ובתקוממיך אתקוטט: תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי: חקרני אל ודע לבבי בחנני ודע שרעפי: וראה אם דרך עצב בי ונחני בדרך עולם. האט די רבי געזאגט פשט אין פסוק ווי פאלגענד: דוד המלך זאגט פארן אויבישטן, דיינע פיינט באשעפער האב איך פיינט, און מיט דיינע אויפשטענדלער וועל איך מיך קריגן. כ'האב זיי פיינט מיט אן אייביגע פיינטשאפט, זיי זענען ווי מיינע פערזענליכע פיינט. דא קומט אבער דעם גרויסער אבער... דוד המלך זעצט פאר: אבער פארש מיך באשעפער און ווייס מיין הארץ און מיינע געדאנקן, און אנעליזיר צי איך פארמאג א ביטערער נאטור, און בלויז דאס וועט מיך פירן צום אייביגן וועג...
דער רבי דער ברך משה פלעגט ביי די פתיחה אלעמאל נאכזאגן פאר די בחורים, וואס ער האט געהערט פון זיין הייליגן פעטער: יהודה בן תימא אומר, הוי עז כנמר, וקל כנשר, ורץ כצבי, וגבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים – א מענטש דארף זיין פרעך ווי א לעמפערט ווען עס קומט צו טאן די ווילן פון באשעפער. און טאקע אט דער זעלבער יהודה בן תימא זאגט גלייכצייטיג אז עז פנים לגיהנם.
עס איז באוויסט האט דער הייליגער קדושת יו''ט געפירט א פייערדיגע מחלוקות מיטן הייליגן בני שילישים, דער קאסאנער רב זי''ע. זיי האבן ביידע זיך אמאל צוזאמגעטראפן אין די שטאט אוהעל, ביים יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע. האט די בני שילישים דאן געפרעגט דעם קדושת יו''ט: סיגוטער רב, זאגט מיר דעם אמת, איז אייער מחלוקה קעגן מיר ריין לשם שמים צי נישט? דער קדושת יו''ט האט זיך פאר א וויילע פארטראכט און זיך דערנאך אנגערופן: גלייבט מיר באמת אנהייב האב איך געמיינט לש''ש, אבער היינט ווייס איך שוין נישט...
רבי אברהם משה איז געווען א פייערדיגער קנאי וואס האט זיך נישט דערשראקן פאר גארנישט און פאר קיינעם אויף די וועלט. אנהייב מ' יארן האט ער געפירט א מלחמת קודש קעגן דער היינטיגער בעלזער רב זז''ג. וועם ער האט אים געהאלטן פאר א פאלנער אפיקורות רח''ל... צו זיין לויב קען מען זאגן אז ער האט דאס ווארשיינליך געמיינט לש''ש. ווארים ער איז אין אלגעמיין געווען א ווארימער צוגעלאזענער מענטש. זאל אים דאס אוודאי ביישטיין דארט אויבן אויפן עולם האמת...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
קאך_לעפל אום מאנטאג מאי 18, 2020 12:20 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.