ביידע מעגעזינס (צווישן מערערע אנדערע וועכנטליכע צייטשריפטן) זענען אויסגעצייכנטע און אינפארמאטיווע זשורנאלן. ספעציעל די זייטיגע ביילאגעס פון פאר א יו"ט אדער אנדערע געלעגנהייטן.
דער חילוק איז, אז בשעת ..."דער מאמענט"...איז געשריבן מער ווייניגער לויט די כללים פון אידיש גראמאטיק, דארף ..."די וואך"... נאך א השלמה אויף דעם חלק.
איך האב יעצט געענדיגט ליינען אן אינטרעסאנטן ארטיקל אין די ..."שריפט"...ביילאגע. נאר די אחראים ( שרייבער, עדיטארס, וכו') האבן נישט מדייק געווען צווישן די מושגים ..."אין"... און..."און"...! אויך לשון יחיד אדער לשון רבים. לשון זכר און לשון נקיבה. א סאך מאל זענען די הפיכים אין די זעלבע סענטענס. לשון עבר אדער לשון עתיד. און דער מאמענט איז יא מדייק.
נישט א יעדער ווערט געשטערט פון דעם. מחמת חיסרון ידיעה.
דער איד בימי ר' סענדער דייטש איז געווען געשריבן אויפ'ן העכסטן גראמאטישן סטענדערד. לעומת דער בלאט בראשית ימי ממלכתו האט געהאט א משוגעת איבערצודרייען אלעס אויף לשון זכר...למשל אזעלכע פשוט'ע אידיש ווערטער ווי ..."די תורה"...האבן זיי געשריבן ..."דער תורה"...! "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
נאך א תיקון גדול וואס דער/ די וואך וואלט געמעגט אדורכגיין. און איך וועלל זיי שטארק מכיר טובה זיין. ווען זיי לייגן אריין בילדער פון א שמחה אדער אן הכנה צו א מצווה בחצרות האדמורי"ם שליט"א זאללן זיי לייגן א ביסל גרעסערע בילדער. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן. נישט די גאנץ קליינע "טהאמב נעילס" וואס זיי לייגן יעצט אריין...!
דער מאמענט און די וואך...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19774
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24897 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15074 מאל
- קאנטאקט:
דער אשכול פארמאגט 19 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן