מען שטארבט פאר שרעק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מען שטארבט פאר שרעק!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין צווישן תקצ”ה און תרס”ג האט געבושעוועט די כאָלערע אונטערגאנג איבער די גאנצע וועלט, מענטשען זענען געשטארבן אין די מאסן, ס'איז געווען א גרויסע צרה. און ווי היינט האבן די עפּידעמעאָלאָגן דאן פארארדענט, אז יעדער זאל זיך פארשפארן אין שטוב, אפצוהאלטן די פארשפרייטונג פון די אונטערגאנג.
אין יענע צייט האט געדינט אלס רב אין באגדאד דער הייליגער בן איש חי – רבינו יוסף חיים זי''ע. ער האט דאן געזאגט אז מ'זאל אויסדרוקליך נישט פארבלייבן איינגעשפארט אינדערהיים, נאר אז מ'זאל אינגאנצן פארלאזן די שטעט וואו דער אונטערגאנג בושעוועט. דער שרעק פון טויט, הרג'עט מער מענטשן ווי דער אונטערגאנג זעלבסט האט ער געזאגט, און ער האט דאס עקלערקט מיט א פאסיגע משל:
א איד האט אמאל געטראפן דעם מלאך המוות אין שטאט. פרעגט אים דער איד, וויפול מענטשן פלאנט איר אזוי אפצונעמען היינט? ענטפערט אים דער מלאך המוות, נישט קיין סאך, בלויז צוואנציג טויזענט מענטשן! דער איד גייט זיך ווייטער זיין וועג. אין יענעם טאג האט זיך גאנצע פיפציג טויזענט מענטשן אוועגעלייגט אין יענעם שטאט. דער איד האט אפגעווארט דעם מלאך המוות ביים עק שטאט, און ווען זיי האבן זיך געטראפן פרעגט אים דער איד מיט וואונדער, כ'פארשטיי נישט, האסט דאך מיר געזאגט בלויז צוואנציג טויזענט? זאגט אים דער מלאך המוות, ריכטיג! אבער דו האסט דאך אוועקגעלייגט פיפציג טויזענט? זאגט אים דער מלאך המוות, פארשטייסט נישט, צוואנציג טויזענט זענען געשטארבן פון די אונטערגאנג און די איבעריגע דרייסיג טויזענט זענען געשטארבן פאר שרעק!
ווי פרעזידענט פרענקלין דעלאַנאָ רוזעוועלט האט געזאגט ביי די גרויסע דיפרעסיע: דאס איינציגסטע זאך פון וואס מיר דארפן מורא האבן איז פון מורא זעלבסט!
די וועלט הייבט אן ביסעלכווייז ארויסצוקריכן פון די בונקערס, מ'מאכט זיך די ברכה פון מחיה המתים אין פריידן. געשעפטן ציען ארויף זייער אייזענע גראטעס, די עקאנאמיע הייבט ווידער אן אויפצולעבן. געוויסע ליבעראלע שרעק-אנווארפער שרייען און לארעמען אז מען איז נאך נישט ארויס פון וואלד, און אז מען דארף פארבלייבן אין איזאלאציע עד ביאת הגואל... דער איבערגעטריבענע שרעק וועט אונז נאך אלע אוועקלייגן... ס'איז שוין העכסט צייט ארויסצוקריכן פון די נארעס און צוריק גיין צום נארמאלן לעבנסשטייגער... זעלבספארשטענליך אז מ'דארף זיך צוהאלטן צו די רעגולאציעס פון די סי.די.סי.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר