פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך סדרן »

טייערע חברים,
לעצטענס האבן מיר געשמועסט ווי אזוי מ'קען געבן בעסערע כלים פאר די וואס לייגן אריין גרויס מיה און פלאג אין שרייבן און קאנטריביוטען פאר קאווע שטיבל. אלס אן ערשטער שריט האבן מיר צוגעלייגט דעם "נייע אשכולות" קנעפל, וואס גיט פראמינענץ פאר אלע לעצטיגע נייע אשכולות, אפילו אויב מערערע עלטערע אשכולות זענען ארויפגעברענגט געווארן. אונזער געטרייער טעכניקער ידידינו [tag]לאשיצער[/tag] האט געטוהן די ארבייט לטובת הכלל.

לאור קריאת חברינו [tag]פארוואס?[/tag] מיט פארשידענע הצעות האבן מיר צוזאמען מיט לאשיצער אויסגעארבייט פרישע כלים וואס וועלן באדינען די וואס געבן אסאך צו צו קאווע שטיבל און עפענען זאכליכע אשכולות.

צו ערשט ווילן מיר אנמערקן אז עטליכע באדינונגען וואס זענען דערמאנט געווארן דארטן, זענען צוטריטליך פאראן אינעם טעפעטאלק עפפ – צום ביישפיל, באקומען א מעלדונג ווען איינער ציטירט איינעמ'ס ווערטער.

בנוגע אנדערע הצעות, פאנגען מיר אן א ''פילאט פראגראם" אז חברים וואס געבן צו חשוב'ע בייטראגעס צו קאווע שטיבל קענען פון יעצט און ווייטער בעטן צו באקומען די מעגליכקייט אליין צו פארשפארן אשכולות וואס זיי האבן געשריבן און עפענען באזונדערע אשכולות פאר קאמענטארן, אזוי אויך וועלן זיי קענען אליין "פינען" די אשכולות אויב זיי שפירן אז ס'איז וויכטיג, און זיי וועלן אויך דינען אלס גבאי אויף זייער אייגענעם אשכול צו מאדערעיטן די וואס האלטן זיך נישט צו די פרינציפן פון קאווע שטיבל אדער פארדרייט דעם שמועס פון דעם אשכול.

מיר האפן אז די נייע מעגליכקייטן וועט נאך מער פארגרינגערן און פארשענערן אייער קאווע שטיבל עקספיריענס.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אז זיי האבן די מעגליכקייט צו מאדערעיטן זייער אייגענע אשכול, וועלן זיי אויך קענען מעקן תגובות מיט א פשטות?
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

יא, א ניק וועט האבן בעלות צו דינען ווי א גבאי אין זיין אייגענעם אשכול, אריינגערעכנט פארמעקן תגובות וואס פארדרייען דעם שמועס אדער קומען נישט נאך די קאווע שטיבל סטאנדארטן.
דאס איז דער ציל דא, צו געבן מער בעלות פאר רעספעקטפולע ניקים אין זייערע אייגענע אשכולות, אז זיי זאלן קענען טון כאדם העושה בתוך שלו. ער איז בעל בית. עס איז זיין אשכול, עס קומט זיך אים די רעכטן.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

Wow. ייש"כ.

איך האף אז די פיטשער צו קענען מעקן אנדערע תגובות וועט נישט ברענגען קיין איבעריגע נעגיטיוויטי דא אין שטיבל.

אבער עס מאכט סענס, כל זמן עס ווערט נישט אביוזד, און ווערט גענוצט בחכמה ובמידה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 443
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1614 מאל

שליחה דורך מנהל »

פארוואס? האט געשריבן:Wow. ייש"כ.

איך האף אז די פיטשער צו קענען מעקן אנדערע תגובות וועט נישט ברענגען קיין איבעריגע נעגיטיוויטי דא אין שטיבל.
אבער עס מאכט סענס, כל זמן עס ווערט נישט אביוזד, און ווערט גענוצט בחכמה ובמידה.

יעדער ווייסט אז דא אין ק"ש מעקט מען כמעט נישט, נאר ממש בשעת הדחק בבחינת אחת לשבעים שנה. דער חשבון און האפענונג איז אז די וואס וועלן באקומען די כלים - און דווקא אזעלכע וואס זענען באמת קאנטריביוטערס צו ק"ש און שטעלן צו שיינע ארטיקלען ווי ס'דערקענט זיך ארבייט - וועלן נאכגיין דעם זעלבן מהלך און נישט ח"ו אביוזן.

איין נקודה וואס מיר האבן פארפעלט צו שרייבן פריער, אז דער פותח האשכול האט נאר פיר טעג צו מאדערעיטן די הודעות אין זיין אשכול. דאס הייסט 4 טעג פון ווען איטליכע הודעה איז געשריבן געווארן. אזוי אויך דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז אלעס וואס מ'מעקט אדער טוישט, קען צוריקגעשטעלט ווערן דורך א מנהל.

דער אמת איז אז געבן די מאדערעיטן כלים אין די האנט פון חברי השטיבל איז נישט אינגאנצן א נייע געדאנק. יארן צוריק האבן מיר פארמאגט דא דעם "גבאים פראגראם" ווי יעדער רעספעקטפולער מעמבער האט געקענט זיין א גבאי פאר א חודש, און האט געקענט מעקן, פירן און טוהן כדרך האחראים. דער נייער פראגראם וואס מיר פירן דא איין שטעלט רעספעקטפולע מעמבערס אלס גבאים אויף זייערע אייגענע אשכולות.

מיר רופן דאס א "פילאט" פראגראם, ווייל דערווייל איז עס אויף פראבע, און מיר האפן אז ס'וועט זיך אויסארבייטן בע"ה.

דערווייל האב מיר געגעבן די נייע כלים פאר [tag]פארוואס?[/tag], לאור קריאתו, און מיר וועלן עס ווייטער געבן פאר וועם מיר האלטן ס'איז פאסיג. ווער עס שפירט אז ער קומט נאך די קאטעגאריע, דהיינו, ער איז א קאנטריביוטאר צו ק"ש מיט ערנסטע ווערק, און קען נוצן די כלים, קען שיקן א אישי צו מיר צו בעטן.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

גוט, כ'האב עס נישט געבעטן דוקא פאר מיר.

יעצט וועל איך שוין זיין מחוייב צו מאכן נוץ דערפון...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

יישר כח פאר די הנהלה מיט די סדרנים פאר'ן שטענדיגע ארבעט לעמוד על המשמר, ובפרט לעת כזאת וואס ענק גייען ארויס פין ענקער וועג צו פארבעסערן און פארשענערן די שטיבל לטובת הכלל.

איך מיין אז עס וואלט געווען פאסיג דער עולם זאל זיי אפלאדירן, וגם לרבות לאשיצער פאר די טעקניקעל ארבעט.

כ'זעה עס איז דא א נייע טיטל 'שריפשטעלער', אפשר קען מען מער אויסברייטערען וואס די פלענער זענען ותשוייה ברוב יועץ?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

איך האב היינט געהאט א געלעגנהייט צו נוצן מיינע נייע רעכטן, אבער איך האב געפיהלט זייער אומבאקוועם עס צו טוהן, איך האב געציטערט אז עס וועט ברענגען איבעריגע נעגיטיוויטי אין די לופט דא.

צומאל קען איינער שרייבן זייער א רייכע און אינהאלטסרייכע תגובה, אבער עס איז שלא מן הענין און צושטערט די פלאו פונעם אשכול, איך האלט אז עס איז אן עוולה עס צו פשוט אויסמעקן. (בנידון דידי, האב איך פראבירט רעדן מיט דעם כותב אין אישי).

איך בין מציע כדי נישט צו פארשוועכן די הייליגע ווירד פון "פרידעם אוו ספיטש", אז מ'זאל עפענען אן אשכול, ווי שריפט-שטעלער זאלן דארפן/קענען רעפארטן ווען זיי מעקן אדער רעדאגירן תגובות. (אויב איז די תגובה שלא מן הענין אבער נישט קעגן חוקי המקום, וואלט געווען מן הראוי צו פעיסטן די תגובה אין דעם אשכול, אז דער כותב זאל עס קענען שטעלן אין א בעסערע פלאץ). אזוי אויך געבן א קליינע דין-וחשבון פארוואס עס האט זיך אויסגעפעלט צו מעקן אדער רעדאגירן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מעקן א תגובה מאכט זייער אפסעט, איך זעה נאר אז עס וועט אוועק שטופען די פאר שרייבערס וואס זענען נאך דא.

דא איז אפשר נישט דער ריכטיגע פלאץ, אבער אונז זייגן קעגן אייועלט, נישטא דא קיין שרייבערס פשוט. דורך מעקען ווערט מען נישט גרעסער נאר קלענער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

אישתישבי האט געשריבן:מעקן א תגובה מאכט זייער אפסעט, איך זעה נאר אז עס וועט אוועק שטופען די פאר שרייבערס וואס זענען נאך דא.

דא איז אפשר נישט דער ריכטיגע פלאץ, אבער אונז זייגן קעגן אייועלט, נישטא דא קיין שרייבערס פשוט. דורך מעקען ווערט מען נישט גרעסער נאר קלענער.

הונדערט פראצענט, איך בין מסכים מיט דיר, דאס איז בעצם מיין דילעמא. (איך האב נישט געבעטן מ'זאל קענען מעקן, איך האב געבעטן מ'זאל קענען פארשפארן).

מצד אחד, פרידעם אוו ספיטש איז איינע פון די יסודות פון קאווע שטיבל, מצד שני, צומאל זענען דא תגובות וואס פארפיהרן אן אשכול לגמרי.

איך האב ביזדערווייל נישט געמעקט ווייל איך בין חושש פון די סליפערי סלאפ. איך פיהל אז אויב לייגט מען אריבער צו א טעמפערארי אשכול ווי דער שרייבער קען עס ריפלעיסן אין די ריכטיגע פלאץ, איז עס ווייניגער שעדליך, אבער איך ווארט צו הערן וואס אנדערע זאגן דערצו.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

@מנהל @לאשיצער אפשר קען מען מאכן אז די עורך פונעם אשכול זאל קענען באהאלטן א תגובה מיט אזא דראפדאון אז אויבנאויף זאל זיך עס נישט אנזען, אבער ווען מען קליקט די דראפדאון זאל מען עס יא זען, מ'קען אויך מאכן אז מ'זאל נישט קענען רעאגירן צום תגובה (אזא שטיקל חרם)???

אזוי וועט מען נישט דארפן מעקן, די פרייהייט וועט בלייבן, און די תגובה וועט נישט פארדרייען דעם שמועס!

(איך קען מיך נישט אויס אין PHP איך לייג צו א בילד פון די דראפדאון געדאַנק)בילד
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פארוואס? האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מעקן א תגובה מאכט זייער אפסעט, איך זעה נאר אז עס וועט אוועק שטופען די פאר שרייבערס וואס זענען נאך דא.

דא איז אפשר נישט דער ריכטיגע פלאץ, אבער אונז זייגן קעגן אייועלט, נישטא דא קיין שרייבערס פשוט. דורך מעקען ווערט מען נישט גרעסער נאר קלענער.

הונדערט פראצענט, איך בין מסכים מיט דיר, דאס איז בעצם מיין דילעמא. (איך האב נישט געבעטן מ'זאל קענען מעקן, איך האב געבעטן מ'זאל קענען פארשפארן).

מצד אחד, פרידעם אוו ספיטש איז איינע פון די יסודות פון קאווע שטיבל, מצד שני, צומאל זענען דא תגובות וואס פארפיהרן אן אשכול לגמרי.

איך האב ביזדערווייל נישט געמעקט ווייל איך בין חושש פון די סליפערי סלאפ. איך פיהל אז אויב לייגט מען אריבער צו א טעמפערארי אשכול ווי דער שרייבער קען עס ריפלעיסן אין די ריכטיגע פלאץ, איז עס ווייניגער שעדליך, אבער איך ווארט צו הערן וואס אנדערע זאגן דערצו.


איך מיין אז אנדערע כאפען נישט אז מען גייט זיי מעקען.

איך קען דיר זאגן יעצט, אז טאמער גייט זיך מאכן א סומאטוכע און איינער גייט מיר מעקען פאר א סיבה וואס איך גיי האלטען אז עס איז נישט ריכטיג (און מן הסתם גייט עס נישט זיין פאר ריכטיגע סיבות....) גיי איך מיר אריבער קיין אייוועלט און איך בלאק דער גאנצע קאווע שטיבל ארויס פין מיין סיסטעם. אויף א חשש מעקען קען איך שרייבן דארט פאר פיל מער ליינערס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 443
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1614 מאל

שליחה דורך מנהל »

מיר ערווארטן נישט קיין שום מעקערייען מער ווי ביז היינט. ווי איך האב געשריבן, ממש נאר בבחינת אחת לשבעים שנה. גארנישט טוישט זיך ווי ביז היינט, נאר די טעכנאלאגיע. מיר האבן אמאל אויך געהאט גבאים, מיר האבן אמאל אויך געגעבן פאר פותחי האשכול געוויסע רעכטן אין זייערע אשכולות (זעה דא אות ל''ג). נאר יעצט קענען רעגלמעסיגע קאנטריביוטארס אליין זיין די גבאים אויף זייערע אשכולות. אויב איינער וועט אביוזן זיינע רעכטן וועלן מיר 1: צוריקשטעלן וואס ער האט פארמעקט, און 2: אוועקנעמען די מאדערעישן כלים.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

שליחה דורך הקטן »

סדרן האט געשריבן:בנוגע אנדערע הצעות, פאנגען מיר אן א ''פילאט פראגראם" אז חברים וואס געבן צו חשוב'ע בייטראגעס צו קאווע שטיבל קענען פון יעצט און ווייטער בעטן צו באקומען די מעגליכקייט אליין צו פארשפארן אשכולות וואס זיי האבן געשריבן און עפענען באזונדערע אשכולות פאר קאמענטארן, אזוי אויך וועלן זיי קענען אליין "פינען" די אשכולות אויב זיי שפירן אז ס'איז וויכטיג, און זיי וועלן אויך דינען אלס גבאי אויף זייער אייגענעם אשכול צו מאדערעיטן די וואס האלטן זיך נישט צו די פרינציפן פון קאווע שטיבל אדער פארדרייט דעם שמועס פון דעם אשכול.

לדעתי וועט דאס טוישן די כאראקטער פין ק"ש צי א מקום וואס געהערט צי א געקליבענע "עליט"

"אליין מעקן" איז שטעלן די קאטץ אלס שומר אויף די מילך
רעגלמעסיגע קאנטריביוטארס זיין די גבאים? פארוואס נישט. אבער נישט אויף זייער אשכול

מנהל האט געשריבן: 1: צוריקשטעלן וואס ער האט פארמעקט, און 2: אוועקנעמען די מאדערעישן כלים.

קיינער גייט נישט אוועקנעמען די מאדערעישן כלים פין א סא-קאלד עליט שריפט שטעלער ווייל ער האט גמעקט עפעס וואס מען קען זיך דינגען אויב ער האט געהאט די רעכט.
און די שרייבער איז well aware אז פראקטיש האט ער א פרייע האנט.

איך (אסך מאל א דיסענדיג וואויס, און פין די מענארעטי) קען זיך זען פשוט נישט מגיב זיין אויב בין איך אויסגעשטעלט צי ווערן געמעקט דארך די שרייבער
איך גיי זיך נישט בעטען מען זאל צוריקשטעלן וואס ער האט פארמעקט!
פין די אנדערע זייט אויב זאל מיך א אימפארטייאישע גבאי מעקן, וועלן איך מקבל זיין את הדין

וואס הייסט פארדרייען אן אשכול, איז נישט אייביג קלער-קאט
אמאל ווערט אן אשכול געשריבען מיט א געוויסע הנחה אלס פאקט, א presupposition
קוועשטענען די presupposition הייסט פארדרייט?!?
אין די אויגן פין די שרייבער, זיכער יא!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך פארוואס? »

הקטן האט געשריבן:
סדרן האט געשריבן:בנוגע אנדערע הצעות, פאנגען מיר אן א ''פילאט פראגראם" אז חברים וואס געבן צו חשוב'ע בייטראגעס צו קאווע שטיבל קענען פון יעצט און ווייטער בעטן צו באקומען די מעגליכקייט אליין צו פארשפארן אשכולות וואס זיי האבן געשריבן און עפענען באזונדערע אשכולות פאר קאמענטארן, אזוי אויך וועלן זיי קענען אליין "פינען" די אשכולות אויב זיי שפירן אז ס'איז וויכטיג, און זיי וועלן אויך דינען אלס גבאי אויף זייער אייגענעם אשכול צו מאדערעיטן די וואס האלטן זיך נישט צו די פרינציפן פון קאווע שטיבל אדער פארדרייט דעם שמועס פון דעם אשכול.

לדעתי וועט דאס טוישן די כאראקטער פין ק"ש צי א מקום וואס געהערט צי א געקליבענע "עליט"

"אליין מעקן" איז שטעלן די קאטץ אלס שומר אויף די מילך
רעגלמעסיגע קאנטריביוטארס זיין די גבאים? פארוואס נישט. אבער נישט אויף זייער אשכול
די איידיע פון מעקן אין די אייגענע אשכול, איז לדעתי בעסער.
אזוי ווי אין פייסבוק ווען איינער שרייבט א פאוסט און אנדערע קאמענטירן, קען דער פותח האשכול עס אויסמעקן.
אבער ווי געשריבן אין אנדערן אשכול, די מאדעל פון ק"ש איז אביסל אנדערש, א תגובה איז לאו דוקא אויף די ערשטע תגובה.

אויב וואלט מען געקענט אריבערפירן צו אן אנדער אשכול וואלסטו אויך געווען אקעגן אדער נאר מיט מעקן האסטו א פראבלעם?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

שליחה דורך הקטן »

למען האמת איך בין נישט אזוי באקאנט מיט פעסבאק, לויט וואו איך פארשטיי איז דאס "מיין פעדש" ע"כ מעק איך, אויב עפעס וועלן די ליינער וואטען מיט זייער Mouse און מיך נישט פאלאען

די שאלה איז ווער איז די קלייענטעל פין ק"ש. און פאר וועם קעטער'ט עס. ס'דא פיל פיל מער ליינערס וואו שרייבערס, איך רעדט פין ליינערס וואס זענען בכלל נישט איינגעשריבן - קעטערט ק"ש פאר זיי אויך
איך מיין די אויסשטעל פין געבן עליט רעכטען פאר א "שריפטשטעלר" טוישט די דיינעמיקס פין א "נחלת הכלל" צי אן "עליט גראפ"

אויב פעלט אויס מער גבאים, זאל מען מאכן אן אפיל



(איך האב ציגעשריבן, און שרייב נאך צי, צי מיין פריערדיגע תגובה)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

הקטן האט געשריבן:למען האמת איך בין נישט אזוי באקאנט מיט פעסבאק, לויט וואו איך פארשטיי איז דאס "מיין פעדש" ע"כ מעק איך, אויב עפעס וועלן די ליינער וואטען מיט זייער Mouse און מיך נישט פאלאען

די שאלה איז ווער איז די קלייענטעל פין ק"ש. און פאר וועם קעטער'ט עס. ס'דא פיל פיל מער ליינערס וואו שרייבערס, איך רעדט פין ליינערס וואס זענען בכלל נישט איינגעשריבן - קעטערט ק"ש פאר זיי אויך
איך מיין די אויסשטעל פין געבן עליט רעכטען פאר א "שריפטשטעלר" טוישט די דיינעמיקס פין א "נחלת הכלל" צי אן "עליט גראפ"

אויב פעלט אויס מער גבאים, זאל מען מאכן אן אפיל



(איך האב ציגעשריבן צי מיין פריערדיגע תגובה)


איך פארשטיי וואס דו שרייבסט וועגן די עליט, איך האב אויך געטראכט דערפון.
עס איז דא צוויי עצות, איינס, אז מזאל געבן פאר יעדן פןתח האשכול דעם זכות. אפגעזעהן וואס זיין סטאטוס איז, אבער מעגליך אז דאס וועט גורם זיין אן איבערפלוס פון דזשאנק אשכולות.

א צווייטע עצה, מ'זאל קובע זיין אן אייניגע כלל וואס מאכט איינעם בארעכטיגט צו זיין א שריפט-שטעלער. (נומער פון תגובות אדער לייקס אדער ביידע, וכדומה).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס? האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מעקן א תגובה מאכט זייער אפסעט, איך זעה נאר אז עס וועט אוועק שטופען די פאר שרייבערס וואס זענען נאך דא.

דא איז אפשר נישט דער ריכטיגע פלאץ, אבער אונז זייגן קעגן אייועלט, נישטא דא קיין שרייבערס פשוט. דורך מעקען ווערט מען נישט גרעסער נאר קלענער.

הונדערט פראצענט, איך בין מסכים מיט דיר, דאס איז בעצם מיין דילעמא. (איך האב נישט געבעטן מ'זאל קענען מעקן, איך האב געבעטן מ'זאל קענען פארשפארן).

מצד אחד, פרידעם אוו ספיטש איז איינע פון די יסודות פון קאווע שטיבל, מצד שני, צומאל זענען דא תגובות וואס פארפיהרן אן אשכול לגמרי.

איך האב ביזדערווייל נישט געמעקט ווייל איך בין חושש פון די סליפערי סלאפ. איך פיהל אז אויב לייגט מען אריבער צו א טעמפערארי אשכול ווי דער שרייבער קען עס ריפלעיסן אין די ריכטיגע פלאץ, איז עס ווייניגער שעדליך, אבער איך ווארט צו הערן וואס אנדערע זאגן דערצו.

פארוואס: אריבערלייגן א תגובה צו א נייטראלן אשכול (און נישט דווקא מעקן. אויב ס'איז נישט קיין אפענסיווע תגובה מיט פערזענליכע באליידיגונגען)איז לפענ"ד די ריכטיגע סאלושן. נאר אין די זעלבע צייט. אויב א תגובה אנטהאלט פערזענליכע אטאקעס אדער אפן ניבל פה אדער כפירה האט דער פותח האשכול די פולע רעכט דאס צו מעקן. מיט א נתינת טעם... ייש"כ.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פארוואס? האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:למען האמת איך בין נישט אזוי באקאנט מיט פעסבאק, לויט וואו איך פארשטיי איז דאס "מיין פעדש" ע"כ מעק איך, אויב עפעס וועלן די ליינער וואטען מיט זייער Mouse און מיך נישט פאלאען

די שאלה איז ווער איז די קלייענטעל פין ק"ש. און פאר וועם קעטער'ט עס. ס'דא פיל פיל מער ליינערס וואו שרייבערס, איך רעדט פין ליינערס וואס זענען בכלל נישט איינגעשריבן - קעטערט ק"ש פאר זיי אויך
איך מיין די אויסשטעל פין געבן עליט רעכטען פאר א "שריפטשטעלר" טוישט די דיינעמיקס פין א "נחלת הכלל" צי אן "עליט גראפ"

אויב פעלט אויס מער גבאים, זאל מען מאכן אן אפיל



(איך האב ציגעשריבן צי מיין פריערדיגע תגובה)


איך פארשטיי וואס דו שרייבסט וועגן די עליט, איך האב אויך געטראכט דערפון.
עס איז דא צוויי עצות, איינס, אז מזאל געבן פאר יעדן פןתח האשכול דעם זכות. אפגעזעהן וואס זיין סטאטוס איז, אבער מעגליך אז דאס וועט גורם זיין אן איבערפלוס פון דזשאנק אשכולות.

א צווייטע עצה, מ'זאל קובע זיין אן אייניגע כלל וואס מאכט איינעם בארעכטיגט צו זיין א שריפט-שטעלער. (נומער פון תגובות אדער לייקס אדער ביידע, וכדומה).


געבן פאר יעדע פותח וועט מאכן די אשכול פאר א פלאטפארמע צו שטופן אגענדעס (אדער ענליכס) ווי נאר עפעס שמעקט נישט פאר פותח, קען ער מעקן......

קובע זיין דאס קען ארבעטן, אבער נישט מיט לייקס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פאליטיקאנט האט געשריבן:@מנהל @לאשיצער אפשר קען מען מאכן אז די עורך פונעם אשכול זאל קענען באהאלטן א תגובה מיט אזא דראפדאון אז אויבנאויף זאל זיך עס נישט אנזען, אבער ווען מען קליקט די דראפדאון זאל מען עס יא זען, מ'קען אויך מאכן אז מ'זאל נישט קענען רעאגירן צום תגובה (אזא שטיקל חרם)???

אזוי וועט מען נישט דארפן מעקן, די פרייהייט וועט בלייבן, און די תגובה וועט נישט פארדרייען דעם שמועס!

(איך קען מיך נישט אויס אין PHP איך לייג צו א בילד פון די דראפדאון געדאַנק)בילד
איך זע אז רעדיט ארבעט אויך אזוי......

און רעדנדיג פון רעדיט איז דא אסאך זיך צו לערנען פון זיי, און ביז אפאר יאר צוריק איז זייער קאוד געווען פריי צו ניצן (נישט אז ס'איז פראקטיש אריבער צופירן די גאנצע סייט, נאר אפשר קען מען אימפלימענטירן געוויסע געדאנקען).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

שליחה דורך הקטן »

פארוואס? האט געשריבן:איך האב ביזדערווייל נישט געמעקט ווייל איך בין חושש פון די סליפערי סלאפ. איך פיהל אז אויב לייגט מען אריבער צו א טעמפערארי אשכול ווי דער שרייבער קען עס ריפלעיסן אין די ריכטיגע פלאץ, איז עס ווייניגער שעדליך, אבער איך ווארט צו הערן וואס אנדערע זאגן דערצו.

נעמען יענמס תגיבה און ריקן אין א פארשטיפטע ווינקעל הייסט געמעגט
The medium is the message

אויב שטערט דיך דאס צי די flow פין ליינען אדער יענער נערווירט, זאל זיין די אפשען צי איגנארען א ניק (א. בכלל ב. נאר אויף די אשכול ג. העמק דבר ...)


[tag]berlbalaguleh[/tag]
זיי נישט אזא א אויבער חכם!!! - דו רעדסט וואו א שוטה! שנייט די קרעפליך!!!
האב איך דיך יעצט פערסענעל אטאקירט מיט ניבל פה?
(מעק מיך אויב דו קענסט)

בנוגע כפירה איז די זעלבע...
נישט גלייבן אין הרב בצרי דיבוק איז כפירה ממש
ווער רעדט נאך פין חוזק מאכן פין סענדער די דייטש, וואס!! די רבי האט דאס נישט געוויס?!? קעפירעע!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1386
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

אויב איינער נערווירט איז אויך דא די אפציע פון לייגן אויפן נודניק ליסטע, און מען זעהט מער נישט יענעם׳ס תגובות אזוי גרינג.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

שליחה דורך הדסים »

בת קול האט געשריבן:אויב איינער נערווירט איז אויך דא די אפציע פון לייגן אויפן נודניק ליסטע, און מען זעהט מער נישט יענעם׳ס תגובות אזוי גרינג.

וואס הייסט? יענעמ'ס תגובות ווערן באהאלטן?
רעאגיר