פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

שליחה דורך העניך »

ווי אסאך אנדערע בין איך ביי דער מיינונג אז פילע טעותים זענען געמאכט געווארן דורכאויס דעם קאראנא קריזיס וואס האבן ביישטייערט צו פילע טויטע. אין דעם זענען הויפטזעכליך אריינגערעכנט וואס איז פארגעקומען אין די שפיטעלער, די רעגירונג רעספאנס, און וויאזוי מיר ווי א געמיינדע האבן רעאגירט. יא, וויאזוי מיר ווי א געמיינדע האבן רעאגירט.

וואס מ'הערט אבער כסדר רעדן איז אונזער אויפברויז אויף די שפיטעלער און אויף טראמפ/קאומא/דעבלאזיא, אבער קיין פיפס הערט מען נישט וועגן דאס אז מיר האבן זיך אויסגעלאכט פון די אריגינעלע ווארענונגען (וואס האט ליידער געקאסט קרבנות), און ווי מיר האבן זינט פסח זיך ווידער גענומען אויסלאכן (וואס האט ב"ה נישט געקאסט קיין קרבנות, ווי עס ווייזט אויס).

איך בין נישט דא נאכאמאל צו מוסר'ן, נאר איך וויל פארשטיין, אין א צייט ווען ס'איז באמת דא וואס מיר ווי א געמיינדע דארף אריינטראכטן און זיך אויסשמועסן כדי צו פארבעסערן אונזער אויפפירונג -- ווער קען אונז מוסר'ן?

אז ס'איז א דרויסנדיגער שרייען מיר באלד אז ער איז אן אנטיסעמיט און מ'טרעפט תיכף ביישפילן פון גוים וואס האבן געטון ענליך, און ממילא האט יענער נישט קיין רעכט אונז צו קריטיקירן. אז ס'איז אחינו ובשרינו, שרייט מען ביסט נעגאטיוו, סעיף העיטינג, פארוואס רעדסטו נישט וועגן פלאסמא, וכו' וכו'.

איז פרעג איך אייך טייערע אידן, ווער קען אונז מוסר'ן?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר