חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!

שליחה דורך פארוואס? »

עס יעצט ארויפגעקומען א העציגע קאמפיין מיטן נאמען "הצלת הילדים", ראטעווען קינדער פון די הענט פון זייער טאטע וואס וויל זיי געבן ליבשאפט. איך וויל אביסל ארומרעדן איבער די נושא, לאו דוקא איבער די ספעציפישע קאמפיין, וויבאלד די נאטור פון אזעלכע קאמפיינען זענען ליידער אן אפטע ערשיינונג. איך שרייב דאס מדם לבבי, היות דער דאזיגער נושא איז קרוב ללבי.

במה דברים אמורים? א פאר פאלק האט חתונה, דאס איז מעשים בכל לילה, אונז - אלס א קאמיוניטי - טראסטן יעדער 17 יעריגער בחור און 18 יעריגער מיידל צו לעבן צוזאמען און ברענגען קינדער אויף דעם וועלט, מיר מישן זיך נישט אריין אין זייער פריוואטן לעבן, און מיר לאזן זיי אויסשטעלן זייער פריוואטן לעבן לויט זייער אייגענע פאשטאנד.

מאכט זיך אמאל אז עס ארבעט זיך נישט אויס, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג - עס איז קיינמאל נישט קיין באטעמ'טע אדורכגאנג, בפרט אין א געזעלשאפט וואס אזא זאך ווערט זייער שלעכט געדזאדשזט און אראפגעקוקט. אויב עס איז דא קינדער, דארף מען אויסארבעטן א פלאן אז די קינדער זאלן קענען זעהן ביידע עלטערן. צומאל איז עס גרינג צו אויסארבעטן און צומאל דארף מען גיין אין קאורט, עס איז נישט קיין באטעמ'טע עקספיריענס פאר קיינעם, אבער ההכרח לא יגונה, פאמיליע געריכט איז געמאכט געווארן פאר קעיסעס וואס איז שווער אליינס צו אויסארבעטן.

דאס איז אלעס גוט ביז עס ווערט אריינגעמישט א זעלבסט געקרוינטער עסקן, און געווענליך פון די סארטן עשקנים וואס זענען ספעציעל פארנומען נאר מיט אזעלכע קעיסעס, זיי וועלן נישט קומען צו הילף פאר פשוט'ע חסד פון פשוט'ע לאו-פראופייל נצרכים, די עשקנים קומען געווענליך אריין אין בילד ווי א מלאך המושיע, זיי קומען צו איינע פון די צדדים און נעמען איבער קאנטראל אויף יענעמ'ס מוח און געפיהלן (כידוע, איז עס זייער גרינג צו טוהן ווען א מענטש איז אין א שווערע זמן), זיי פאנגען אן צו מישן א טאפ, און פאבליצירן א פריוואטע פראבלעם.

ווער רעדט נאך ווען מ'קען אריינמישן דעם באשעפער אין בילד? דעמאלס וואקסן ארויף עסקנים ווי שוואמען נאך א רעגן, זה אמר בכה וזה אמר בכה. א קלייניגקייט? מ'דארף דאך ראטעווען קינדער פון די נעגל פון שמד! מ'גייט אריבער צו אפאר תמימות'דיגע רבנים מ'דרייט זיי אראפ דאס קאפ, און מ'קערט איבער א שטאט.

איך וויל מיטטיילן מיט אייך איין אזא סארט קעיס וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט, ווי עסקנים האבן זיך אריינגעמישט אין א פארפאלק'ס לעבן, ווען דער יונגערמאן האט ביי די צוואנציג געטוישט זיין אכצן-יעריגע מיינונג און דאס פרוי האט עס שווער אנגענומען. נאך בעפאר עס איז געווען א טשאנס צו זיך צוזאמרעדן ווי נארמאלע מענטשן האבן די אזעלכע כלל-טוהער זיכער געמאכט אז די חבילה זאל נפרד ווערן, און דערנאך אנגעפאנגען א שמוציגע מערכה קעגן דער יונגערמאן. ארומגעלאפן צו יעדן איינעם וואס איז געווען אינטרעסירט צו אריינקריכן אין א צווייטנ'ס אונטערוועש, (און ב"ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל פארמאגט אסאך אזעלכע). אלעס מיטן בלויזן ציהל צו ראטעווען די קינדער פון זייער טאטנ'ס נעגל.

דער טאטע האט געוואלט באקומען צוטריט צו זיינע קינדער און ער איז געווארן בלאקירט דורך אזא אויבנדערמאנטער עשקן, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער וויל נישט האנדלען מיט איהם בטענת "לאו בעל דברים דידי את" (וויסנדיג אז ער איז די מקור פון דעם פראבלעם), אבער דער עשקן האט באוויזן צו איבערנעמען פול קאנטראל אויף די מאמע'ס מוח (דורך איהר געבן פאלשע האפענונג וכדומה), דער טאטע האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט נאר צו קאמיוניקירן דורך איהם. דער עסקן האט זיך געפריידט צו דעם געלעגנהייט, געשלעפט די צייט און אויסגענוצט געלט פון ביידע צדדים, האלטנדיג האסטעדזש צוויי עלטערן מיט זייערע קינדער.

דער טאטע האט פראבירט צו בייפעסן דעם עשקן, אבער ער האט איהם בלאקירט פון אלע זייטן. עס איז גאנץ שנעל נתברר געווארן, אז ער האט פשוט מורא אז אויב וועט ער ארויסגיין פון בילד וועט זיין ח"ו שלום, מ'וועט קענען אויסארבעטן א הסכם בדרך השלום רח"ל, און די גאנצע מערכה און הצלת השמד וועט גיין לטמיון. אזוי האט ער געצויגן צייט, צוזאמגענומען געלט פון תמימות'דיגע אידן, אוועקגעווארפן טויזנטער דאלארן ביי אבנארמאל טייערע לויער קאמפאניס וואס האבן גארנישט געקענט טוהן חוץ פון אינטימידעיטן דעם טאטן, בשעת די מאמע פון די קינדער האט זיך געמוטשעט צו ברענגען ברויט אין שטוב. לא עברו ימים מועטים און דער טאטע האט מצליח געווען צו בייפעסן די עסקנים, און זעלבסט-פארשטענדליך אז א נארמאלע הסכם איז אויסגעארבעט געווארן תיכף מיד בדרכי נועם ושלום.

אט די עשקנים, קומען געווענליך צו לויפן ביי היי-פראפייל קעיסעס, (וואס מער מענטשן רעדן פון די קעיס, אלס מער קרעדיט באקומען זיי), זייער אינטערעסע איז צו שלעפן צייט און שפענדן געלט. דאס איז פאר זיי א געווינס, ווייל וואס מער צייט די קעיס שלעפט זיך אלס מער כבוד המדומה באקומען זיי דערפאר, ביזדערווייל, אומשולדיגע קינדער ליידן אומזינסט ווען זיי קענען נישט זעהן זייער טאטע אדער מאמע. דאס הארץ בלוטיגט צו קוקן ווי אלע באטייליגטע אין די מערכה שפייען בלוט, אריינגערעכנט די צד וואס די עסקנים מיינען מ'כלומר'שט זייער טובה.

יעדער רעכטזיניגער טאטע אדער מאמע וויל דאס בעסטע פאר זייער קינד, און אפילו נאך די כעס און שלעכטע געפיהלן וואס מ’קען צומאל האבן קעגן דער אנדערע פארטנער, צום סוף וועגט איבער די טובה פון די קינדער, א נארמאלע מאמע וויל אז איהרע קינדער זאלן האבן א טאטע, און א נארמאלער טאטע וויל אז זיינע קינדער זאלן האבן א מאמע.

ווען די עסקנים מישן זיך אריין אין אזעלכע קעיס, איז זייער סטראטעגיע זייער נידריג און שמוציג. ווייל אויב האנדלט מען פון געזונטע עלטערן, איז נישטא כמעט קיין לעגאלע האפענונג צו צונעמען די רעכטן פון די עלטערן. סא וואס טוהט מען? זייער פשוט. מ'פראבירט צו איהם/איהר אויסמוטשען און מיהד מאכן. מ'נעמט צוזאם געלט פון נדיבי ישראל און מ'שפענדט עס אויס פאר לויערס נאר צו שלעפן צייט. וואס מער א טייערע פירמע - וועט עס האבן א שטערקערע פסיכאלאגישע עפעקט אויפן וויקטים.

צומאל ווען דער וויקטים קען שוין מער נישט, ער איז שוין דערשטיקט פסיכאלאגיש און פינאנציעל, וועט ער זיך בייגן און אויפגעבן אויף אלע אדער רוב פון זיינע רעכטן, אדער חתמנ'ען אויף אן אגרימענט וואס האט אונטערגעשטעלטע לעכער וואס וועט געבן שפעטער פלאץ פאר נאך מריבות און געלט-שפענדעריי. א געווינס פאר דער עשקן! ער וועט קענען צוזאמנעמען נאך געלט פון נדיבי ישראל פאר רשעות'דיגע צוועקן און דערמיט צולייגן נאך פוינטס צו זיין רעזומעי.

דאס איז די מטרה פון די יעצטיגע מערכה, די אלע געלט וואס ווערט געגעבן גייט ווערן אויסגענוצט פאר לויערס צו פארשלאגן שטרויענע אגרימענטס און שלעפן צייט אין קאורט, ווען אין די זעלבע צייט וועלן זיי פראבירן צו אויסלעשן יעדע ביסל האפענונג אין דעם וויקטים. דאס איז בכלל נישט קיין לעגאלע פראנט, ווייל עס איז כמעט נישטא וואס צו טוהן אויף די לעגאלע פראנט אין אזעלכע פשוט'ע קעיסעס. עס איז א פסיכאלאגישע מלחמה באגלייט מיט אלערליי סטראשונגען, ווען אלע מיטלען הייליגן דעם ציהל, אריינגערעכנט אויסנוצן אומשולדיגע קינדער און זיי אריינלייגן אין א קאנפליקט וואס זיי קענען נישט דערהייבן.

עס איז יעצט אזעלכע שווערע זמנים אין די וועלט, אזויפיל אידן קענען נוצן הילף, לאמיר מאכן זיכער אז די צדקות גייען צו די ריכטיגע מקומות, לאמיר העלפן סטאפן די אכזריות'דיגע טעראר און לאמיר ווייזן אונזערע סימנים פון רחמנים בני רחמנים, להציל עשוק מיד עושקו.

לסיום, איך וויל קלארשטעלן, איך נעם נישט קיין שום מיינונג און קיין צד, איך האלט נישט אז איינע פון די צדדים דארף אויפגעבן אויף זייערע רעכטן, און איך רעד נישט אריין אין פריוואטע געפעכטן. איך רעד נאר פון אזעלכע פעלער ווי עס איז נישט קיין פריוואטע פראבלעם נאר א כלל-פראבלעם. און מיין מיינונג איז, לאז דאס פארפאלק זיך אליינס אויסקומען, אויב האט מען זיי געקענט טראסטן צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט זייענדיג צוזאמען, קען מען זיי טראסטן זיך צו אויסקומען צווישן זיך, און אויב קענען זיי נישט, איז דא א קאורט סיסטעם.

אזוי אויך, איך רעד נישט פון עקסטרעמע קעיסעס, ווען איינע פון די עלטערן איז מסוכן פאר די קינדער, אין אזעלכע פעלער דארף מען נישט צוזאמנעמען קיין איינציגע פעני עס צו מסדר זיין, עס איז דא ב"ה א לעגאלע סיסטעם אין יעדע מאדערנע לאנד און עס זענען דא נארמאלע כללים ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר