וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָּדוֹ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָּדוֹ

שליחה דורך יהורם »

ברוקלין תש"פ.

די פרוכט פון די פארדארבענע חינוך וואס מען האט אריינגעגעבן אין די אומשולדיגע נפשות ישראל וועלכע זענען געגאנגען לערנען תורה און געפחטערט האט מען זיי צואה רותחת האט זיך אנגעזען אין די גאסן דעם וואך זונטאג ווען פאליציי אפיצירן זענען געקומען אינפארסירן א געזעץ און די כת הבחורים פון ברוקלין אינאיינעם מיט די אומערצויגענע אינגעלייט האבן זיי באשריגן מיט קולות וברקים מאכנדיג דאס ארט אויסקוקן ערגער ווי עס איז באמת און פארמירנדיג א אומבאגרייפליכער האס אויף דאס אידישער פאלק.

ניין, איר קענט ווייטער ליינען רואיג ווייל כ'גיי זיך נישט אננעמען פאר דעבלאזיא, אבער לאמיר גיבן א ניכטערע בליק אויף די שענדליכע פאסירונג און זען וואס עס איז דא צו פאררעכטן.

עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.

אבער עס קען זיך ווען קלערן אז ווי קענען שטיין אינגעלייט און שרייען אויף אפיצירן ווי כאילו זיי זענען ווען הינט, אין וועלכע גענעראציע האט זיך אזאנס אפגעשפילט?

נאר דער ענטפער דערצו איז אז דאס איז די פירות פון דעם פארסראכעטן חינוך וואס מען גיבט אריין פאר די תמימי לב אין ברוקלין, ווען דער מלמד האט מסביר געווען פאר זיינענאך דאן איידעלע תלמידים אז דער גוי איז עקלדיג און מיאוס און טמא און פעקי און ראציג, און דער ממזר וואס שיסט אייער אויף פאליציי אין מאה שערים איז דער העלד, פון אזא עדיוקאציע ווערט באשאפן אזוינע אומערצויגענע ברואים וואס ווייסן נישט בכלל צו מחלק זיין בין כלום לכלום.

ס'הארץ בלעזלט אין מיר פאר אויפברויז, כ'קען זיך צו מיר נישט קומען זעענדיג די גרוילהאפטיגע סצענעס, און אינאיינוועגס שריי איך שוין פון די טיפענישן פון מיין הארץ צו די ראשי המוסדות.

עפנט נישט אויף די מוסדות! בלייבט פארקנאקט אויף אייביג! לערנט נישט אויס אונזערע קינדער אז דאס איז אידישקייט! מיר ווילן נארמאלע ערליכע און עטישע דורות!

אינטערסאנט ווי די אלע סילי חסידישע טראמפיסטן דרייען זיך און פרייען זיך מיט דעם וואס דער פרעזידענט האט שוין ווידעראמאל געשטויסן זיינע גרעסטע שונאים די דעמאקראטן און אינאיינוועגס ארויסגעהאלפן די רעליגיעזע בירגער, און דאס איז דער אויסרייד מיט וואס מען פאראדירט צו די אפענע בתי מדרשים, ס'הייסט אונז האמער טרררררראמפ!

ברודער טייערער, טראמפ איז דער פרעזידענט אבער ער איז נישט קיין קעניג, וואוינסט אין ניו יארק און דו וועסט זיך צושטעלן ווי יעדער בירגער, האסט אן אישו גיי שתד'ל ביי די הויעכע פענסטער, גיי אפילו צו טרררררראמפ אליינס, אבער פירט זיך נישט אויף ווי די אנארכיסטן ווייל דאס וועט אייך אליין שיסן אין די פיס.

ראשי ומנהלי המוסדות, נאכן זייגן ס'געלט פון טויזענטע עלטערן וועלכע האבן פארלוירן די פרנסות אין דעם ביטערן קריזיס, ביטע גיבט צוריק דאס געלט און מיר וועלן שוין זען וואו מיר ווילן מחנך זיין די קינדער, דער עיקר איז נעמט אראפ אייערע הפקר'דיגע לאפעס פון אונזעגע קינדער.

צו די אויבער כמים וועלכע ציען זיך קיין אינדיאנא און אריזאנע מיט די אידעלאגיע פון וואוינען אין רעפובליקאנע שטאטן, קודם כל פרייט זיך מיר צו זען אז מיר וועלן שוין קענען טועם זיין פון די ליבעראלע ניו יארק ווערנדיג פטור פון די עקסטרעמע רעבעלן וועלכע קאנטראלירן אונזער לעבן, אבער גיבט מיר נאר א רוף ווען איר וועט זיך אנהויבן בענקען ערגעצוואו אינצווישן מעלקן אייערע קיען אויפן פארעם פארשוויצטערהייט צו די פראגראמען וואס די 'טריפהנע ליבעראלס' האבן אייך געשאנקען.

אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן!

(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט...)

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר