מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך החוקר » מיטוואך מאי 06, 2020 12:59 pm

וועלכע חכם איז בייגעפאלן אריינצולייגן אן "S" אין די ווארט lisp?

פארוואס גייען מענטשן ארויף אויף הויכע פלעצער כדי צו לייגן געלט אין שפאקטיוון אויף צו קענען אראפקוקן?

פארוואס האט א פרידזשידער א לייט אבער נישט די פריזער(אלטמאדישע)?

קען א בלינדער זעהן וואס ער חלום'ט?

פארוואס גייט מען צו דאקטוירים וואס פראקטיצירן מעדעצין, ווי זענען די אלע וואס האבן זיך שוין אויסגעלערנט?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 857
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 662 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך מאי 27, 2020 2:30 pm

אן ערנסטע ווארט.

א איד קומט ארויף אין הימל, ער פרעגט דעם באשעפער, איך קען מאכן א ווערטעל וועגן די האלאקאוסט?
גאט איז מסכים, דער איד זאגט זיין ווערטעל.
גאט: איך כאפ נישט די דשאוק.
איד: איי געס מען האט געדארפט דארט זיין.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג מאי 28, 2020 3:24 pm

דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.
@כרם זית שארף און קלוג, תורה'דיג און ידענית'דיג, א סאציאלאג און א תלמיד חכם, שרייבט געשמאק און לעבעדיג. (מקור)
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג מאי 31, 2020 8:53 pm

כרם זית האט געשריבן:דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

אין אן אלטן אידישן וויצן ביכל, וואס איז עלטער פון בריסקער רב'ס טאכטער, איז שוין די אויבנדערמאנטע מעשה צוגעצייכנט.
די פרוי דארטן איז נישט קיין קלענערע רעביצין, זאגאר: "אדל", די טאכטער פונעם בעש"ט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 365
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1367 מאל

הודעהדורך כרם זית » זונטאג מאי 31, 2020 10:18 pm

ארי נוהם האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

אין אן אלטן אידישן וויצן ביכל, וואס איז עלטער פון בריסקער רב'ס טאכטער, איז שוין די אויבנדערמאנטע מעשה צוגעצייכנט.
די פרוי דארטן איז נישט קיין קלענערע רעביצין, זאגאר: "אדל", די טאכטער פונעם בעש"ט.

יישר כח פאר די ידועה. מדארף אבער גלייבן אז עס וואלט ''געקענט'' געשען...
בדרך אגב די באקנטע מעשה פונעם צאנזער רב און זיין רעבעצין ביים פגישה (בעשוי) בנוגע זיין הונקעדיגע פוס, האב איך געזען אראפברענגן אין אן אלטן יידישן ספר אויף משה מנדלסן (וואס כידוע איז אויך געווען א בעל מום).
@כרם זית שארף און קלוג, תורה'דיג און ידענית'דיג, א סאציאלאג און א תלמיד חכם, שרייבט געשמאק און לעבעדיג. (מקור)
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג יולי 10, 2020 3:18 am

ס'איז 'ידוע' אז די רבי ר' מיילעך ווען ער האט מתקן געווען די תפילה קודם התפילה האט ער בעצם געוואלט מבטל זיין די תפילה און עס איבערזעצן מיט זיין תפילה קודם התפילה, טענהדיג אז פאר אונזער (זיין) דור איז עס שוין צו שווער און זיין פיוט פארקערפערט אין זיך אלע בקשות פונעם דאווענען, אבער דאן זענען די אנשי כנסת הגדולה עם געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל עס לאזן, דעריבער האט ער עס נאר צוגעלייגט פארן דאווענען.

האב איך געטראכט אז היינטיגע צייטן איז געקומען א גברא רבה און מתקן געווען "ויתי לנא...לאמיר מאכן קידוש" במקום זמירות, און היות די אנשי כנסת הגדולה זענען עם נישט געקומען אין חלום קען עס טאקע בלייבן אזוי....
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 500
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 504 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט