רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
כרם זית האט געשריבן:וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
מבקר האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
איז דאס אויך לפי פשוטו של מקרא?
וויאוזי וועסטו מסביר זיין מי את בתי? האט נעמי געוויסט צו וועמען זי רעדט?
כרם זית האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
אזוי איז דער מלבי''ם מסביר אבער לויט דעם שטייט נישט קיין ענטפער פון רות צו נעמי. משא''כ ווי איך בין מסביר ליגט די ענטפער אין די ווערטער את כל אשר עשה לה האיש.
און וואס זאגסטו צום עצם פשט?
א. איך בין אביסל צומישט, דו פאנגסט אן אז נעמי האט נישט דערקענט רות ווייל זי איז געגאנגען אנעם קאפ צודעק, נאכדעם זאגסטו וועגן די גרויסע צניעות פון רות אז זי האט יא אנגעטון די קאפ צודעק אפילו מיט די גערשטלעך אינעווייניג.
ב. ס'נישט אזוי פשוט אז מטפחת דארט איז א קאפ צודעק, די תרגום השבעים טייטשט עס אויף שירצל.
ג. בנוגע די מיינונג פון די ווערטער "מי את בתי?", אנדערע זאגן אז ס'איז אזא מין פארצייטישן אויסדרוק אויף "וויאזוי איז עס געווען?" אדער עפעס אזוי. לויט דעם שטימט זייער גוט די המשך ווי רות פארציילט איר טאקע וויאזוי זי ס'איז געווען.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב געזעהן אין אן ענגלישע איבערזעצונג פון די מגילות שטיין “?How did it go, my daughter”, כ'בין נאר נישט געווען זיכער צו ס'איז ווייל זיי האבן אן אנדערן גירסא דארט צו זיי טייטשן סתם אזוי אזויווי די NIV בייבל טייטשט, כ'האב פרובירט נאכקוקן אין די מגילות אבער כ'האב עס נישט געקענט געפינען, אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי דו האסט עס געפינען?
פארשטאנד האט געשריבן:די מגילות קען מען אליין אויפקוקן דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארשטאנד האט געשריבן:די מגילות קען מען אליין אויפקוקן דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
די שאלה איז נאר וויאזוי מ'קוקט נאך דארט, זיי ברענגען דיר דארט א טוץ צופלויגענע שטיקלעך פאפיר און גיי טרעף וואס דו זוכסט, אפשר ביזטו טאקע געזעצן א האלבע שעה דערויף?
ישן מלא חדש האט געשריבן:הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש האט געשריבן:הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
מצפצף האט געשריבן:דער רמב"ם אליין אין מורה זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן אייזל איז געווען א חלום
מצפצף האט געשריבן:איך ווייס, איך האב נאר געוואלט ציצייכענען וואס דו ברענגסט בשם האברבנאל לתרץ
הרמב''ם, אז דער רמב"ם אליין זאגט עס.
ולעצם החידוש שלך נראין דבריך, וכמדומה לי שכבר קידמוך בזה, אבל איני זוכר כעת
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט