ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 877
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1584 מאל

ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

שליחה דורך כרם זית »

אינאמתן וואלט איך אפשר געדארפט מאכן אביסל מער ריסירדש אין די ספרי קודש איידער איך לאז הערן מיינע דריי גראשן. אבער אם לא עכשיו אימתי. די אשכל עפן איך אויף צי פארשטיין וואס איז די תורה'דיגע השקפה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די בני חם. צי איז גערעכט אז מען האט זיי אלע יארן דערנידערט. סוכ''ס שטייט דאך ארור כנען וגו'. אט ווארף איך אריין מיינע געדאנקן און דער חשובע עולם איז פארבעטן ממשך צו זיין.
א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
ב] מקען זאגן אז עבד עבדים יהיה לאחיו איז נישט קיין חיוב נאר אן הבטחה. אלזא האבן די בני שם נישט קיין רעכט אויסצופירן די הבטחה ווייל עס איז א געמיינע זאך און השי''ת האט עס נישט אריינגעלייגט אין זייערע הענט.
דער עולם איז געבעטן ממשך זיין מפי ספרים וסופרים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר