ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

מחשבה, השקפה ועיון

ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך כרם זית » פרייטאג יוני 05, 2020 1:34 pm

אינאמתן וואלט איך אפשר געדארפט מאכן אביסל מער ריסירדש אין די ספרי קודש איידער איך לאז הערן מיינע דריי גראשן. אבער אם לא עכשיו אימתי. די אשכל עפן איך אויף צי פארשטיין וואס איז די תורה'דיגע השקפה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די בני חם. צי איז גערעכט אז מען האט זיי אלע יארן דערנידערט. סוכ''ס שטייט דאך ארור כנען וגו'. אט ווארף איך אריין מיינע געדאנקן און דער חשובע עולם איז פארבעטן ממשך צו זיין.
א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
ב] מקען זאגן אז עבד עבדים יהיה לאחיו איז נישט קיין חיוב נאר אן הבטחה. אלזא האבן די בני שם נישט קיין רעכט אויסצופירן די הבטחה ווייל עס איז א געמיינע זאך און השי''ת האט עס נישט אריינגעלייגט אין זייערע הענט.
דער עולם איז געבעטן ממשך זיין מפי ספרים וסופרים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » פרייטאג יוני 05, 2020 1:55 pm

כרם זית האט געשריבן:
ב] מקען זאגן אז עבד עבדים יהיה לאחיו איז נישט קיין חיוב נאר אן הבטחה. אלזא האבן די בני שם נישט קיין רעכט אויסצופירן די הבטחה ווייל עס איז א געמיינע זאך און השי''ת האט עס נישט אריינגעלייגט אין זייערע הענט.
דער עולם איז געבעטן ממשך זיין מפי ספרים וסופרים.

כ'קען נישט צוהעלפן מיט ספרים וסופרים אבער לדעתי איז די דאזיגע סברא מוכרח, זייט ווען איז א קללה א מצוה? עס דערמאנט פון די מעשה מיט דעם יעניגן וואס די רבי האט איהם געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, איבער א יאר קומט ער צום רבי'ן "רבי איך לעב!" זאגט איהם די רבי "דאס איז ווייל דו האסט נישט קיין אמונת חכמים"!
נאכמער, ווער האט געשאלטן חם? נח! זייט ווען איז נח א מצוה (מיט א פתח)? איז דען נח מחייב עפעס?
און אפילו ווען דער אייבערשטער געט תוכחה, ווי למשל אין פרשת בחקתי, מיינט דאס יעצט אז ס'איז א מצווה צו עסן די פלייש פון די זוהן און טעכטער? אתמהה!
ובאמת, די זעלבע איז מיט דעם 'גזירת הגלות' וואס אין געוויסע קרייזן מאכט מען דערפון א תורה שלימה, האט עס בכלל מיט אונז? אויב דער אייבירשטער וויל קען ער זיך אליינ'ס אן עצה געבן מיט זיינע גזירות, אזוי ווי אונז האבן זיך שוין ליידער אליינס איבערצייגט.
לסיכום: קללה היא קללה. מצוה היא מצוה. חיוב היא חיוב. עבירה היא עבירה. און לאמיר נישט אויסמישן די יוצרות.
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 05, 2020 2:00 pm

שטייט נישט אז נח האט געשאלטן חם, ער האט געשאלטן זיין זוהן כנען, און ווי ווייט אונז ווייסן האבן די אידן שוין מקיים געווען דעם קללה מיט א שמוץ אריבער און ס'איז פון זיי כמעט גארנישט געבליבן. די ביסל וואס איז יא געבליבן ווייסן מיר נישט ווער זיי זענען וויבאלד סנחריב האט זיי פארשיקט ערגעץ צו אן אומבאקאנט לאנד.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4005
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3854 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3228 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » פרייטאג יוני 05, 2020 2:03 pm

ס'איז מיר א חידוש אז רביה"ק זי"ע איז דא מיט אונז און האט נישט אריינגעברענגט די "שלש שבועות"! הא!הא! :lol: :lol: :lol:
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 05, 2020 2:12 pm

רבינו הקדוש האט שוין צוריקגעצויגן פון זיין שיטה, קוק דא פאר נאך איבער דעם טויש.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4005
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3854 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3228 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » פרייטאג יוני 05, 2020 2:13 pm

דא קענט איהר זעהן די פונקטליכע אפטייטש/מיינונג פונעם ווארט קללה.
און ביי דע ווע"י, 'שגץ'/שקצים/שיקסע מיינט באגס.
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 05, 2020 2:57 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט נישט אז נח האט געשאלטן חם, ער האט געשאלטן זיין זוהן כנען, און ווי ווייט אונז ווייסן האבן די אידן שוין מקיים געווען דעם קללה מיט א שמוץ אריבער און ס'איז פון זיי כמעט גארנישט געבליבן. די ביסל וואס איז יא געבליבן ווייסן מיר נישט ווער זיי זענען וויבאלד סנחריב האט זיי פארשיקט ערגעץ צו אן אומבאקאנט לאנד.

רביה"ק זי"ע: וואס רעדסטו...?איך קען דיר געבן א פאר אדרעססן. זיי וואוינען אין הארלעם, בעדפארד סטייוועסענט, איסט ניו יארק, בראנקס, יאנקערס, וכו' וכו'. איך קען דיר געבן אפילו זייערע אלטע אדרעסן. די דזשאנגעלס פון אפריקע און אזיע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9200 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יוני 05, 2020 4:36 pm

דא רעדט הרב דר. נתן סליפקין דערפון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1985
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7767 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » פרייטאג יוני 05, 2020 4:39 pm

אפילו אויב מ'נעמט אן נח'ס קללה אויף למעשה איז עס נישט ראסיזם, ס'איז נישט צוליב ראסע נאר צוליב די שאנדפולע מעשים פון חם. מיר געפונען נישט אין גאנץ תנ"ך קיין זכר צו ראסיזם.
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

Re: ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך עוקר הרים » פרייטאג יוני 05, 2020 6:25 pm

לייבל שטילער האט געשריבן:אפילו אויב מ'נעמט אן נח'ס קללה אויף למעשה איז עס נישט ראסיזם, ס'איז נישט צוליב ראסע נאר צוליב די שאנדפולע מעשים פון חם. מיר געפונען נישט אין גאנץ תנ"ך קיין זכר צו ראסיזם.
מאכען א כלל אויף איין ראסע צוליב די שאנדפולע מעשים פון איינער אין דעם ראסע איז ראסיזים,
מענטשען האבן אויך פיינט שווארצע צוליב זייער מעשים אבער אויב מען מאכט א כלל אויף די גאנצע ראסע איז דאס ראסיזים בתוקפו,
אזוי ווי איינער זאל שעלטען די יודען צוליב די שאנדפולע מעשים פון די נטורי קרתא....
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » פרייטאג יוני 05, 2020 7:03 pm

ס'איז מער די אלטע קולטור פון שעלטען קינדער און ווייטערדיגע דורות צוליב די מעשים פון די טאטע ווי ראסיזם.
אויב איך שעלט אלע אידען פאר די זינד פון נטורי קרתא, איז עס ראסיזם ווייל ווי קומט מיך צו שעלטן? נאר ווייל איך באלאנג צו די זעלבע ראסע! אבער אויב שעלט איך א מענטש אז ער און אלע זיינע דורות זאלן זיין.... איז עס נישט ראסיזם, ס'איז א פרעזענליכע קללה אויף די מענטש (וואס באדערט אז זיינע קינדער/דורות ליידען) און כ'האב נישט אריינגענומען די 'לא יומתו בנים על אבות' אין חשבון, אן אפטע זאך אין די אלטע קולטור, און אגב, היינט אויך אין צפון קאריע, ווי משטראפט אפאר דורות צוליב א חטא פון א זיידע, ס'איז טאקע זייער נישט פעי"ר אבער נישט ראסיזם. כנלע"ד נכון.
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יוני 05, 2020 7:14 pm

ווען דער אויבערשטער האט געשאלטען די אידן זאלען זיין קנעכט פאר פיר הונדערט יאר, האט דער אויבערשטער שפעטער אבער מעניש געוועהן די מצריים.

דא אויך, האלט זיי פאר עבדים געזונטערהייט, אבער צום סוף באצאלט מען טייער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2922
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1518 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 05, 2020 7:36 pm

לויט דעם שטימט טאקע זייער גוט דעם פסוק "עבד עבדים יהיה לאחיו", וואס די דאפלטע לשון "עבד עבדים"? נאר פשט איז אז דער וואס וועט פארקנעכטן דעם כנעני וועט זיין שטראף זיין אז זיינע אייניקלעך אפאר הונדערט יאר שפעטער וועלן אויך ווערן פארקנעכטעט, מדה כנגד מדה, און דאס איז פשט אין פסוק "עבד עבדים יהיה" ער וועט זיין א פארקנעכטעט ביי מענטשן וואס זייערע אייניקלעך וועלן זיין קנעכט. לויט דעם שטימט אויך זייער גוט פארוואס די אפריקאנער זענען קנעכט, ווייל ווי באקאנט פלעגט מצרים, וואס איז אין אפריקע, געוועלטיגן איבער כנען, און מן הסתם האבן זיי אויך גענומען קנעכט פון דארט, כנלענ"ד.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4005
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3854 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3228 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 05, 2020 7:45 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: וואס רעדסטו...?איך קען דיר געבן א פאר אדרעססן. זיי וואוינען אין הארלעם, בעדפארד סטייוועסענט, איסט ניו יארק, בראנקס, יאנקערס, וכו' וכו'. איך קען דיר געבן אפילו זייערע אלטע אדרעסן. די דזשאנגעלס פון אפריקע און אזיע...!

אזעלכע דברי כפירה צו רעדן, אין די תורה שטייט אז מ'האט זיי כמעט אלע אויסגעהארגעט, ס'איז פשוט נישט מעגליך אז פון אפאר איינצעלנע איבערלעבער זאל ארויסוואקסן א גאנצע קאנטינענט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4005
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3854 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3228 מאל

Re: ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך עוקר הרים » זונטאג יוני 07, 2020 12:31 am

לייבל שטילער האט געשריבן:אפילו אויב מ'נעמט אן נח'ס קללה אויף למעשה איז עס נישט ראסיזם, ס'איז נישט צוליב ראסע נאר צוליב די שאנדפולע מעשים פון חם. מיר געפונען נישט אין גאנץ תנ"ך קיין זכר צו ראסיזם.
וואס איז מיט עמלק וואס אפילו די וואס האבען נישט געטוהן עפעס שלעכטס די פרויען און קינדער האט די תורה געהייסען הארגענען בלויז ווייל זיי באלאנגען צו די זעלבע פאלק/ראסע??
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » זונטאג יוני 07, 2020 12:38 am

אמאל פלעגט מען נישט מבחין זיין צווישן די מיליטער און ציווילע, גארנישט מיט ראסע איינגעלעגנהייטן.
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

Re: ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך עוקר הרים » זונטאג יוני 07, 2020 12:38 am

כרם זית האט געשריבן:א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
.


כמיין אז צו זאגען אז היינט איז די מציאות אנדערש קען מען זאגען אויף א רמב"ם אבער אויב זאגסטו עס אויף די תורה קען מען אזוי אויך ריפארמען די גאנצע תורה אז די מציאות'ן און מאראלען האבען זיך געטוישט, ווי למשל אז משכב זכר איז נאר געווען אסור אמאל ווען סאיז געוועהן א ביליגע זאך אבער אויב היינט איז עס שוין נישט ביליג אפשר מעג מען יא.... וכהנה רבות.....
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג יוני 07, 2020 1:35 am

עוקר הרים האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
.


כמיין אז צו זאגען אז היינט איז די מציאות אנדערש קען מען זאגען אויף א רמב"ם אבער אויב זאגסטו עס אויף די תורה קען מען אזוי אויך ריפארמען די גאנצע תורה אז די מציאות'ן און מאראלען האבען זיך געטוישט, ווי למשל אז משכב זכר איז נאר געווען אסור אמאל ווען סאיז געוועהן א ביליגע זאך אבער אויב היינט איז עס שוין נישט ביליג אפשר מעג מען יא.... וכהנה רבות.....
די משל וואס די כאפסט אן איז ביי די רוימער גארנישט געווען אזא ביליגע זאך.
די גרעסטע און חשוב'סטע האבן געהאלטן דערפון.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

הודעהדורך כרם זית » זונטאג יוני 07, 2020 2:01 am

אישתישבי האט געשריבן:ווען דער אויבערשטער האט געשאלטען די אידן זאלען זיין קנעכט פאר פיר הונדערט יאר, האט דער אויבערשטער שפעטער אבער מעניש געוועהן די מצריים.

דא אויך, האלט זיי פאר עבדים געזונטערהייט, אבער צום סוף באצאלט מען טייער.

עס איז אנדערש ווייל ביי שיעבוד מצרים שטייט סתם ''בארץ לא להם'', אן ארויסזאגן פאר וועלכע פאלק.איז וואס האבן זיך די מצריים אנגעטראגן. משא''כ ביי קללת חם שטייט קלאר אז ער וועט זיין א קנעכט ''לאחיו''.
עוקר הרים האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
.


כמיין אז צו זאגען אז היינט איז די מציאות אנדערש קען מען זאגען אויף א רמב"ם אבער אויב זאגסטו עס אויף די תורה קען מען אזוי אויך ריפארמען די גאנצע תורה אז די מציאות'ן און מאראלען האבען זיך געטוישט, ווי למשל אז משכב זכר איז נאר געווען אסור אמאל ווען סאיז געוועהן א ביליגע זאך אבער אויב היינט איז עס שוין נישט ביליג אפשר מעג מען יא.... וכהנה רבות.....

עס איז נישט דומה בכלל. די פרשיות אין בראשית איז די צייטן ווען די בריאה האט זיך אנטוויקלט. דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט פאר מענטשן וואס וועלן אים דינען. אלע איבריגע זאכן זענען באשאפן געווארן כדי די מענטשן זאלן אים קענען דינען כמש''כ הרמב''ם בפירש המשניות. יעצט ער האט שוין באשאפן די וועלט, ווער פון די מענטשן וועלן זיין די עיקר און ווער א טפל צו זיי. דאס שטעלט זיך אוועק לויט די מעשים פון זייערע אבות. איז חם געקומען און קלאר געמאכט מיט זיינע מעשים אז נישט ער איז דער גט דינער. איז אוועקגעשטעט געווארן אז ער און זיינע קינדער וועלן זיין די טפלים. דאס אלעס איז גוט אבער ווען די וועלט פארשטייט אז שם איז די עיקר און חם די טפל. אבער אויב די וועלט פארשטייט נישט דאן קומט אריין די חזו''א.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:א] עס איז באוויסט דער חזון איש האט געהאלטן אז היינט גייט נישט אן די דין פון מורידן ולא מעלין צוליב דעם וואס עס איז נישט אנגענוצען אין די וועלט אז ערליכקייט מיט אידישקייט איז די אמת. לפע''ד איז די זעלבע דא. ווען שם איז געווען אנערקענט אלס די מאראלישע מענטשן (כמש''כ הכוזרי) דאן האט געפאסט און געמאכט סענס אז די אוממאראלישע זאל באדינען די מאראלישע. היינט אבער וואס די בני שם זענען נישט ארויספגעקוקט פאסט נישט צונעמען א פאלק משעבד זיין צו א צווייטן פאלק. (ועוד אז היינט זענען אסאך פון די בני שם ליידער גארנישט בעסער)
.


כמיין אז צו זאגען אז היינט איז די מציאות אנדערש קען מען זאגען אויף א רמב"ם אבער אויב זאגסטו עס אויף די תורה קען מען אזוי אויך ריפארמען די גאנצע תורה אז די מציאות'ן און מאראלען האבען זיך געטוישט, ווי למשל אז משכב זכר איז נאר געווען אסור אמאל ווען סאיז געוועהן א ביליגע זאך אבער אויב היינט איז עס שוין נישט ביליג אפשר מעג מען יא.... וכהנה רבות.....
די משל וואס די כאפסט אן איז ביי די רוימער גארנישט געווען אזא ביליגע זאך.
די גרעסטע און חשוב'סטע האבן געהאלטן דערפון.

ווער?
אין אבן עזרא אחרי שטייט אז דאס איז אן ענין וואס אפילו פילוזאפן פארשטייען די הארבקייט, ע''ש.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

Re: ארור כנען. א חיוב צי א הבטחה?

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג יוני 07, 2020 3:02 am

כרם זית האט געשריבן:ווער?
אין אבן עזרא אחרי שטייט אז דאס איז אן ענין וואס אפילו פילוזאפן פארשטייען די הארבקייט, ע''ש.


בעיקר די גריכישע.
(און ס'איז אויך געווען מיט אינגערע / סטודענטן)
https://en.wikipedia.org/wiki/Pederasty ... ent_Greece
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 07, 2020 3:15 am

מ'ווייסט פון ווייניגסטנס צוויי רוימישע קייסער וועלכע האבן אפיציעל געהייראט מענער, Nero און Elagabalus.

פון די אבן עזרא איז נישט קיין קשיא, ער רעדט פון די פילאזאפן וואס ער האט געקענט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4005
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3854 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3228 מאל

הודעהדורך כרם זית » דינסטאג יולי 07, 2020 5:55 pm

יעצט געהערט א שמיעס אויף קול מבשר פון ר' שמואל פוקס (היסטאריע און ארכעלאגיע - 5 2 1 פון די מעין מעניו, קעסטל 202#), וואו ער ווייזט אויף אז די שווארצע אפריקאנער געמיינדע זענען בכלל נישט אפשטאמיגע פון חם. ולפי זה קשיא מעיקרא ליתא.
בדרך אגב, שמואל פוקס פארדינט זיך אן אשכול פאר זיך. ואי''ה עוד יבוא יומו, אם לא יקדמנו אחר.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

הודעהדורך מצפצף » מיטוואך יולי 08, 2020 1:34 am

צו די שאלה פונעם פותח האשכול קוק אין רש"י יואל ד ח
מָכַרְתִּ֞י אֶת־בְּנֵיכֶ֣ם וְאֶת־בְּנֽוֹתֵיכֶ֗ם בְּיַד֙ בְּנֵ֣י יְהוּדָ֔ה
וּמְכָר֥וּם לִשְׁבָאיִ֖ם אֶל־גּ֣וֹי רָח֑וֹק כִּ֥י יְהוָ֖ה דִּבֵּֽר׃
כי ה' דבר. והיכן דבר עבד עבדים יהיה לאחיו (בראשית ט׳:כ״ה) כן מפורש במכילתין:
(דיסקלעימער איך האלט אז די שווארצע זענען נישט די בני חם וכמ"ש במקו"א)
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט