מי הוא אפיקורס

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

מי הוא אפיקורס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ר [tag]לעיקוואד[/tag] האט געשריבן אין אן אנדערן אשכול וועגן אנרופן עמעצען אן אפיקורס, ממילא האלט איך אז עס איז ווערט דאס אויסצושמועסן.

אונז ווייסען מיר אלע די משנה, היכי דמי אפיקורס, האומר אין תחיית המתים מן התורה וכו', און אן אפיקורס אין לו חלק לעולם הבא.

אבער מיר רעדן דא אידיש, נישט גריכיש, און מיר דארפן טייטשן אפיקורס לויט וואס עס מיינט צו אונז. למשל, איך בין א ליטוואק. איך בין אויפגעהאדעוועט אז אונזער מהלך גייט צוריק, בפנימיותו, ביז צו די ראשונים. אונז האט מען אויסגעלערנט אז דער מצוה פון תלמוד תורה איז מער ווי 'נאך א מצוה', עס איז די צענטראלע מצוה, און אלע מצוות קומן דערפון און בלאה בלאה בלאה. בקיצור, ווען איך טרעף איינער וואס איז נישט אזוי אויפגעהאדעוועט, איז ער נישט קיין אפיקורס אין מיין אויגן, נאר אומגערעכט. ווען יענער וויל קומן ווערן א מלמד פון מיין קינדער, וואלט איך אים נישט גענומן. ווייל ער גייט מחנך זיין אין אן אופן וואס איך וויל נישט.
הייסט דאס אן אפיקורס?

עס איז דא מוסכמות אין וואס חרדישע אידן גלויבן, ווי אין די חכמת הקבלה, אדער אז פסקי השוע זענען די מרכז פון פסקי הלכה, אדער די גאנצע היערארכיה פון הלכה וויאזוי צו מעסטן פריערדיגע דורות איינער כלפי דער צווייטן, און כלפי אונז. אז איינער וויל ביי אונז ווערן א רב, און ער גלויבט נישט די אלע זאכן, וואלט עס געווען ריכטיג אים נישט צו נעמן, ער קען דאך נישט טון די ארבעט.
הייסט דאס אן אפיקורס?

ארטאדאקסישע אידן בכללותם האבן געוויסע גלויבונגן, אין וואס מ'קען ארום שמועסן. למשל, די אלע י"ג עיקרים. דער רמב"ם האט זיי אוועק געשטעלט אלס א יסוד, אבער אנדערע דינגן זיך, און עס איז דא חולקים הן אויף די ווארהייט דערפון, הן אויף דעם אז זיי זענען עיקרים. ווען איינער זוכט א ספר צו לערנען וועגן ארטאדאקסישע גלויבונגן, וואלט איך אים נישט געראטן צו ליינען א בוך פון איינער וואס גלויבט אזוי.
הייסט דאס אן אפיקורס?

איך וואלט געזאגט אז אן אפיקורס איז איינער א הפקר יונג. דאס הייסט, איינער וואס קלערט און טראכט און מוטשעט זיך, ער זוכט אויף דער אמת און ער לערנט אפ די סוגיא, און קומט ארויס מיט א חידוש נישט ווי די אלגעמיינע חינוך, איז נישט קיין אפיקורס. איינער וואס האט פראבלעמן און קשיות, און ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צו ספראוון דערמיט, ער ווייסט ניטאמאל וועלכע ספרים צו לערנען, איז אויך נישט קיין אפיקורס. אן אפיקורס איז א הפקר יונג, איינער וואס לייכטזיניגעהייט טרעט אפ אלס וואס מיר גלויבן. ער קומט נישט מאכן קלוגער אדער דענקן טיפער, ער קומט דרייען א קאפ און מאכן פרייליך. ער נעמט ערנסטע זאכן און מאכט זיי פאר א געלעכטער.

איינער וואס זאגט אז דער זהר איז אין קעגענזאץ צו דער רמב"ם, און ער פארשטייט עס נישט און ער גייט נישט דערמיט, איז איין זאך. איינער וואס זאגט אז 'דער אריז"ל איז געועון ביזי מיט שטותים, די קעצעלעך און די דאגיס', איז א הפקר יונג. ער זוכט נישט קיין אמת, ער זוכט סתם צו שפילן.

ענייני אמונה זענען גאר וויכטיגע זאכן, עס קומט זיך זיי אז מ'זאל גוט אריין טראכטן איידער מ'זאגט א חידוש אין דעם. איינער וואס זאגט חידושים אן צו וויסן גארנישט, איז דער טייטש ער קוקט אן די גאנצע לעבן ווי א געלעכטער. און נישט נאר די צייטווייליגע לעבן פון עוה"ז, נאר די אייביגע לעבן פון עוה"ב אויך. ער מיינט די גאנצע זאך איז א וויץ. מיט אזא איינער איז טאקע א סכנה צו שטיין, ווייל מיט אים קען מען נישט האנדלן, ער ברענגט נאר א גייסט פון קאלטקייט און ליצנות צו די ענין.

און אפשר מיינן חז"ל דאס אויך. אן אפיקורס גלויבט נישט אין תחיית המתים, ממילא האט ער נישט קיין ערנסטקייט צו דער לעבן אויך נישט, און אזוי לעבט ער א הפקר לעבן.

קומט אויס אז אפיקורס איז נישט עפעס אן אינקוויזיציע נאכצוגיין די הערעס"י פון די פאלק, אריין צו גריבלן אין מענטשנ'ס פריוואטע גלויבונגן, עס האט מיט א כלליות'דיגע הנהגה פון הפקרות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר