i love to read and write im very i love to watch tv shows and learn new things in life and get experience i wanna get out my feelings and talk to different peaple about different things and get femilier eith it
כהאב ליב צו עקספלאדירן פארישעדענע נושאים פארבארגענע וויסענשאפט איז מיין דראג פון די צייט וואס איך דריי זיך דא שפיר איך מיר די פלאץ צווישן די הויעכע קלאס פון אידינטום
איך בין נאך יונג, אין איך האב אין איך וויל זיך נאך לערנען אסאך! איך האב ליעב צי דיסקאסירן א טעמא מיט אלע איינצילהייטן,פארשטייט זיך מיט אן איידעלע אויפן איך האב ליעב היסטארי אין בפרט די חלקים וואס איז נישט באקאנט פאר רובא דרובא פינעם עולם. איך האף הנאה צו האבן אין אנדערע זאלן הנאה האבן!
איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
איך קען נאר דערציילן איבער מיר די איינפאכע דעטאלן, אז איך וויל לייענען היימישע נייעס און אישוס, און דאס איז פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, און דאס האט געברענגט מיינע אינטערעסן.
א תלמיד פון הוד כ"ק מרן שליט"א בעל המחבר (אויף העברעיש) "מה שאלוהים לא יכול". דער נושא פונעם ספר איז, אז גאט האט כוח נאר איבער פיזיקע, נישט איבער לאגיקע און מאטעמאטיקע, און ער קען נישט מאכען למשל אז 1+1=3.
Jeanne_Mance האט געשריבן:איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
דו געהערסט צו פאפא און דיין נאמען איז דשין מענס.....
לכאורה דארף שוין יעדע מאנטריאלער וויסן ווער די ביסט.......
כ'מיין סאיז שוין געקומען די צייט צו טון למעשה וואס כ'טראכט שוין יארן צו טון נאך יארן מיטהאלטן אלץ גאסט וויאזוי אידן טרינקען פיינע קאווע דא אין שטיבל, וויל איך אויך נהנה זיין....., אלע וויצן אידערזייט יעצט ביי די קאראנע (אנאימפלוימינט געלט) צייט איז דא גענוג צייט אפי' פאר פארשלעפטע קרענק זיך איינצושרייבן כ'האף אז נאך אידן וועלן הנאה האבן פון מיר אין די זעלבע אז איך זאל הנאה האבן פון יעדער בעזהשי"ת
just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish writing is not so good but please accept me as a member i think i could add some good ideash
איך האב געליינט פשידענע באשרייבונגען וואס האט מיר אינטערסירט קום איך צום שורש אנצופילען מיין דלי בע"ה האף איך צו קענען משתתף זיין אויך, מיר איז אויך א פארגקניגען צו דיסקוטירען אידיש מיט ערקלערטע
איך בין א טראלל פון סקאנדינעוויע מיטאלאגיע, איך וואוין אין א הייל ווייט אוועק פון סיי וועלכע מענטשליכע יישוב. פון אלץ קליין קינד האב איך אלץ געהערט און געוואוסט פון דעם סארט באשעפעניש וואס רופט זיך "מענטש" און לעצטנס האב איך באקומען א נייגער זיך מער צו באקענען מיט זיי. אז מ'וויל זיך באקענען מיט מענטשן איז דאך נישט מער ווי רעכט זיך ערשט צו באקענען מיט'ן עם הנבחר, און די וויליאמסבורגע אידן זענען דאך די מובחר שבמובחר, קאווע שטיבל איז דאך די סמעטענע פון די סמעטענע פון ווילימסבורג, איז פארשטייט זיך האב איך גלייך אויסגעוועלט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל און שמועסן אביסל מיט'ן עולם דא איבער א גלעזל קאווע.