ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיין עקספיריענס מיט כתבי חב"ד, איז עס זייער לייכט ארויס צו נעמן די ווערטער פון קאנטעקסט און מאכן דערפון כפירה. דא אבער איז עס סתם אזוי זינלאז, ווייל די ווערטער וואס מ'ברענגט פון דער רש"ב איז גארנישט קיין כפירה, נאר א פילאזאפישע רעטעניש ותו לא.
ברענג א מראה מקום און מיר וועלן זען. ווען איך האב זיך פערזענליך געטענה'ט מיט מאסקאוויטש אויף ענייני קבלה, האט ער זיך נישט מתייחס געווען צו די טענות, נאר צוריק ארום געלאפן צום 'ספיקא דאורייתא לחומרא'. זיין רבי איז נאך ערגער ווי אים, און ער רעדט מיט א גרעסערע קאנפידענס, אראגאנץ, און איגנאראנץ. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען די נייע דף היומי שיעור אויף די זעכצענסטע גאס האט געשיקט א באנדע טראללס קיין קאוועשטיבעל צו פארדרייען דער עולם א קאפ.
זעט דא:
https://yi.m.wikipedia.org/wiki/נמנע_הנמנעות
נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד, וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערלעכע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי וועלן זיין פינעף.
דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז זייער קאנטראווערסיאל אין דער יידישע מחשבה, און ס'איז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון, רמב"ם[1], רשב"א[2], און די אלע ראשונים.
ס'זיינען דא חב"דצקער וואס טענען, אז פון נמנע הנמנעות קומט ארויס אז גאט קען אפילו באשאפן אן אנדער גאט ווי אים, אדער טוט זיך אן אין א מענטשלעכע קערפער, רחמנא ליצלן.[3] דאס האט אויך א שייכות מיט די באוווסטע שאלה, אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן.
ר' ישראל נתנאל רובין באווייזט אין זיינע מאנאמענטאלער ספר "מה שאלוהים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט") אז דער חב"דישער באגריף פון נמנע הנמנעות ברענגט צו א טאטאלע כפירה און אפיקורסות. די חב"דישע קראנקער קאפ, וואס מיינט אז א חלק פון גאטס' אלעס-מעגליכקייט איז אויך מאכן זאכן וואס זיינען היפך כבודו, ברענגט צו פאראדאקסאלע רעזולטאטן. למשל, לויט זיי, אויב גאט קען מאכן אלעס, ער מוז קענען אויכעט באגייען א זעלבסט מארד. אויב גאט קען באגייען א זעלבסט מארד, ס'קומט ארויס אז ער האט שוין באגייט זעלבסט מארד, ווייל אז מ'רעדט וועגן דער אייביקייט, אלעס וואס קען ווערן, איז שוין געווארן.[4] די רעזולטאט איז אז די ליובאוויטשערס האבן א טויטער גאט, פונקט ווי זייער רבי.
רעפערענצן
↑1. מורה נבוכים ג, טו.↑
2. שו"ת ד, רלד.
↑3. זעט אין ר' ישראל נתנאל רובין העברעישער בוך "מה שאלוהים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט"), קאפיטל י"ט, "די נמנעות אין דער טעאלאגיע פון חב"ד", זייט 390-363. זעט אויך אין "ספר המאמרים" פון רש"ב, תרמ"ו-תר"ן (קה"ת, ניו יארק תשס"ז), זייט רע"ד.
↑4. http://whatgodcannot.blogspot.com/2018/ ... 9.html?m=1