דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר וומ"ס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר וומ"ס

שליחה דורך יהורם »

דער סיסטעם אין וויליאמסבורג בכלל און אין די זאלי'ס קרייזן בפרט האט שוין מער ווייניגער נישט געהאט קיין פלאץ צו ענטהאלטן סיי וואס מיט אידישקייט דארט.

עס איז שוין געווארן צו גרויס און גלאבאל דאס ארט און מענטשן האסן שוין אנגעהויבן פארגעסן אז דאס איז נישט קיין גרויסער פאבריק וואו מענטשן האבן זיך געוועלט אריינצוגיין אהין ארבעטן, נאר דאס איז בעצם א קהילה'לע פונדערהיים מיט עטליכע געפילישע מענטשן דערין.

צוליב וואס קלער איך אזוי?

היינט האב איך געקריגן שענדליכע בילדער פון פארשעמונג און דיסקרימינאציע אינערהאלב די סאטמארע זאלוינישע פראקציע, אנשטאט פארשטיין אז זיי זענעו א קהילה וואס איז מחויב צוצושטעלן פאר יעדער איינער וואס פאררופט זיך מעמבער אין די קהילה, האבן זיי אנגעהויבן קלערן אז עס איז א ביזנעס וואו נאר עשירים זענען אקצעפטירט און די ארימעלייט זאלן זיך גיין אויפזוכן דאס פעלד פון די שווארצע פעפער.

די סאטמארע מוסדות זענען די רייכסטע אידישע קינדער אנשטאלטן אין ניו יארק, זייערע הונדערטע פראגראמען פון וועלכע זיי געניסן, די אלע דריידלעך און אויסגעשפילטע וויצן וואס זיי מאכן מיט די רעגירונג האט זיי שוין געגעבן גענוג געלט אויף נאך פופצן הונגער יארן און אויף נאך פיר קאראנע סעזאנען, עס איז נישט צום פארשטיין ווטס עס האט זיך היינט אפגעטאן, נישט צום ערשטן מאל און נישט צום צווייטן מאל.

אראפברענגען סעקיוריטי גארד'ס צו פארקנאקן די טויערן אויף נישט פארמעגליכע עלטערן איז א מיאוס'ער עוולה און שטארקער פארלעצונג אין מענטשן רעכטן און דאס איז אזא סארט זאך וואס איז נישט מעגליך צו בארעכטיגט ווערן אין קיין שום פאל, זיצן די רייכסטע מנהלי המוסדות און איזדעקעווען זיך מיט די ארעמע עלטערן פון וועמען זיי האבן נישט קיין נוצן.

א באנדע נידערטרעכטיגע געלטגייציגע מאסן מערדער, די זענען נארוואס אדורך א קאראנע וואו ס'רוב פון זייערע נכסים זענען זיי פארטרוקנט געווארן, דאגעגן איר זיצט אין דעם מוסד'ס אפיס מיט די פיס ארויף זעענדיג ווי די געלטער פליסן ארויף העכער און העכער, יעדער איינער ווייסט וואסערע שווינדלען עס האבן זיך אפגעטאן ביי יעדן מוסד איבער אפילו נאר די ריזיגע קוואנטומס עסן וואס זיי האבן פארטיילט, געלט האבן זיי גענוג נאר זיי זענען הונגעריג אויף נאך געלט און שליטה.

ר' זלמן לייב טייטלבוים, קוק אויף דיינע פירות וואס דו האסט אראפגעבראכט, אנשטאט זיך זארגן פאר אלע מענטשן איבער די וועלט גיב א קוק אויף דיינע אייגענע מענטשן, אנשטאט שנארן און מחייב זיין דיין גאנצע קהילה יעדע האלבע יאר צו געבן נאך און נאך געלט וועלכע ווערט צום סוף ממילא פארשפארט אין א אקאונט צוליב מלחמות א שטייגער ווי צרפת/אויערבאך, עפן א פאנד ווי דו וועסט טיילן פאר דיינע אייגענע מענטשן, אויב ווילסטו נישט עפענען אזא פאנד, אקעי, אבער כאטש לאז נישט צו אז די סעקיוריטי גארד'ס זאלן זיי נישט אריינלאזן אין די מוסדות!

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר