א פענאמען אין עולם היהדות - לאמיר ארויסווייזן אנערקענונג!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

א פענאמען אין עולם היהדות - לאמיר ארויסווייזן אנערקענונג!

שליחה דורך ארי נוהם »

[justify]עס איז געווען ארום אכט יאר צוריק.

ווי יעדעס וואך, האב איך געעפנט דעם וועבזייטל "לדעת נט." בעפאר שבת, כדי צו דאונלאודן די פילע אינטערעסאנטע גליונות לכבוד שבת. דארט פארמאגן זיי אן אפטיילונג פון צענדליגע גליונות פון אלע סארטן, פון חסידישע תורות ביז ליטווישע קנייטשן, פון ספרדישע מעשיות ביז שיחות משפיעים, און פון מזרחיסטישע בעלי השקפה ביז טשיקאווע פערזענליכקייטן בשמי היהדות. כמובן, אז חסידישע תורות און ליטווישע מחשבות קען איך ליינען אין נארמאלע ספרים, און אז איך קנאק שוין יא אראפ א גליון - דארף עס זיין טשיקאוו און דיפערענט, אזאנס וואס מ'קען זיך נישט אנשטויסן דערין אינעם היימישן סמעדריש.

איין אזא גליון איז געווען "דרך ה'". עס האט זיך געהאנדלט פון א מאדנע גליון וואס איז ערשינען וועכנטליך דורך ישיבת דרך ה' אין ירושלים.

וואספארא ישיבה איז דאס "דרך ה'"? א ישיבה פאר בחורים וואס זענען "בארדערליין"; בעלי תשובות; בחורים וואס ארבעטן א חלק טאג און לערנען א חלק טאג; והצד השוה שבהם אז מ'האנדלט מיט בחורים וואס זענען קלוגער ווי די עווערידזש און זענען נישט סתם ארויסגעפאלענע שטריקעס, נאר חברה וואס האבן טשעלענדזשעס יעדן טאג פון לעבן, און זייער לערנען איז א לערנען, זייער ארבעט איז א נארמאלע ארבעט, און זייער שייכות מיט גאט איז א טיפערע בונד ווי סתם היימישע בחורים אין ישיבה.

פארשטייט איר שוין אליינס, אז א גליון וואס קומט ארויס פון אזא סארט ישיבה, פארמאגט "אנדערע" סארט ענינים וואס ווערן דורך אויסגעשמועסט... דארט לייענט מען די סטראגעלס פון די בחורים, דארט וועט מען געוואויר ווערן וואס מיינט א ריכטיגע הקרבה פארן באשעפער, וואס מיינט א ריכטיגע פנימיות'דיגע קירבת אלקים, דארט ווען מען הערן אנדערע סארט שמועסן, השקפות, געדאנקען, און טענה'רייען צווישן די בחורים זעלבסט - וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם גליון.

די סטעף פון די ישיבה באשטייט אויך פון קלוגערע סארט יונגעלייט, וואס נפשם קצה בלחם הקלוקל און זיי געבן איבער אויטענטישע מעסעדזשעס אין אידישקייט פאר די בחורים, און דאס קומט אן אינעם גליון.

[center]*[/center]
כ'האב עס געפלעגט צו ליינען וועכנטליך און זיך דערקוויקן, אבער ס'איז געווען ווי א ווערטל קעגן די תענוג וואס כ'האב געשפירט ווען כ'האב מיך אמאל אנגעשטויסן אין איינע פון די ארטיגע איינגעשטעלטע, מיטן נאמען הרב אליהו מאיר פייבלזון שליט"א. די בילד פון אים, האט מיך שוין געצויגן. ער איז לכאורה א בן שישים, אבער זיין צורה זעט אויס גענצליך אנדערש ווי די טיפיקל. דאס איז אבער נאר א קליינע אפשפיגלונג פון זיין פנימיות, וואס איז גענצליך אנדערש פון סיי וועלכע אנדערע בעל מחשבה איך האב מיך נאר אנגעשטויסן אין.

זיין מעסעדזש איז שטענדיג געווען אנדערש ווי כ'האב אריגינעל געקלערט, אבער ער איז נישט נאר געווען איבערצייגנד, נאר בעיקר געווען גאר פאזיטיוו און איבערראשנד וויאזוי מ'קען זיך ארויסשטעלן קוראזשפול מיטן היימישן טראגע און זינגען א שירה חדשה, אנדערש ווי טראדיציאן. ער איז להדיא נישט קיין אויפשטענדלער וואס זוכט צרות, ער איז קיינמאל - אבער קיינמאל - נישט דא מיט קיין שארפע נעסטי מעסעדזשעס, אבער אין פאקט באווייזט ער צו טוישן דאס געדאנקנסגאנג פון סיי ווער ס'הערט אים נאר, אדער לייענט זיינע מאמרים.

איך געדענק איינע פון די ערשטע זאכן אינעם גליון דרך ה' וואס כ'האב געליינט פון אים. ס'איז געווען אן אינטערוויו וואס אן ארטיגער בחור האט אפגעהאלטן מיט אים לכבוד שבועות, און ער האט אים געפרעגט איבער לערנען תורה שבכתב. ס'איז געווען א פאס פולווער וואס וואלט געדארפט פלאצן, אבער פאקטיש האט ער געזאגט אלעס מיט א פאזיטיווקייט און פארט געזאגט אנדערש ווי יעדן איינעם אנדערש. ער האט דארט ארויסגעברענגט ווי יעדער דארף זיך אמאל זעצן לערנען חומש כפשוטו אן קיין מפרשים, און זיך מתעמק זיין בדעת עליון צו פארשטיין וואס די פסוק וויל ארויסברענגען, וואס איז די מעסעזש פון די תורה, די פשוט'ע מענטשליכע געדאנק וואס די תורה וויל אונז אריינברענגען, און אז מ'טוט עס נישט בלייבט מען אייביג דעם זעלבן בן חמש למקרא מיטן קליינקעפיגן כיתה ב' יונגל'דיגן הבנה אין א פסוק חומש רש"י.

ער האט זיך נישט דערשראקן צו טשעלענדזשן ביקורת המקרא, און ארויסגעברענגט ווי לעכערליך ס'איז צו שטיין און קוועטשן א באנק ווען מ'קען דערהערן די געדאנקנסגאנג פונעם תורה, די בת קול יוצאת מהר חורב און לערנט אונז וויאזוי זיך צו פירן.

כ'בין געווארן צוגעבינדן צו אים, שפירנדיג זיין אפנקייט און "אויבער-חכמישקייט" וואס האט קוים געשמעקט פון אויבערחכמישקייט, צוליב זיין געשמאקע און איידעלע צוגאנג צו יעדע זאך. זינט דאן האב איך אנגעהויבן נאכזוכן מער אינפארמאציע איבער אים, און כ'האב אים באטראכט ווי איינע פון מיינע אידעאלן, הגם כ'האב ניטאמאל געוואוסט וויאזוי מ'קען צוקומען צו אים, און צי ער איז בכלל א אפיציעלע "זאך" אין ארץ ישראל.

[center]*[/center]
דורכאויס די לעצטע צוויי דריי יאר, האב איך באוויזן צו הערן אסאך דברי תורה פון אים, וויבאלד ס'איז יצא טבעו בעולם קצת. ער האט שוין היינט אן אייגענעם ישיבה - אויך פאר אזעלכע סארט בחורים פחות או יותר - מיטן נאמען פתחי עולם, און ער האט אנגעהויבן צו געבן עמטליכע חבורות פאר יונגעלייט און בחורים בכל סוגי מחשבת ישראל, און ס'האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן א דמות פון א גאר אדורכגעטראכטע דמות, וואס האט אפילו ביקורת אויף די ראשונים דוגמת רמב"ם וואס זייער ראציאנאל האט פארקראכן פונעם אידישן אויטענטישן נאטירליכן הרגש, אבער כמובן אז זיינע ווערטער קומען פון "אינעווייניג" (וכדוגמת שד"ל בשעתו, ואכמ"ל) און נישט פון א בר בי רב דחד יומא וואס קען שוין "שיסן פולווער" אין ריכטונג פון פריערדיגע.

כ'בין געוואויר געווארן, אז ער האט פערזענליך געהערט אסאך שיעורים ביי די דריי בארימטע לייבן אין ירושלים, די ארויסגערופענע טשיקאווע און דיפערענט בעלי מחשבה:

1. הרב זילבערמאן פון אלטשטאט ירושלים, באקאנט מיט די "זילבערמאן שיטה" פון לערנען קודם תנ"ך, דערנאך משנה, און דערנאך גמרא. און אזוי אויך זענען זיי פולשטענדיגע גר"א'ניקעס לכל דבר, און טראגן תפילין א גאנצן טאג (און זענען פאטריאטיש פארן געדאנק פון קיבוץ גליות בהקמת המדינה, הגם זיי זענען ווייט אידעאלאגיש פון מזרחי).

2. רבי לייבל מינצבערג פון ישיבת המתמידים, וואס האט געעפנט א נייעם שער אין מחשבת ישראל און ווי באקאנט מיט זיינע ספרים בת מלך אויף די סדר הפרשיות, וואס זענען אויטענטישע געדאנקען און פארענטפערן פילע קשיות פון ביקורת המקרא ודומיו.

3. דער אריגינעלער לעצטער מהר"ל'ניק, רבי משה שפירא, וואס איז געווען א בארימטע מחזיר בתשובה און ריזן בעל מחשבה (ער איז אביסל באשריבן געווארן אין ק"ש בעבר).

הרב פייבלזון האט זיך געדרייט ביי זיי דריי, אבער האט אן אייגענעם אידענטיטעט און האט נאר גענומען געדאנקען פון זיי דריי, און זיי האבן אים אלע שטארק מחשיב געווען (בעיקר צוליב זיין תעוזה זיך ארויסצשטעלן און זאגן אנדערש ווי די בעלי מחשבה זעלבסט פון וועמען ער האט מקבל געווען, און טאקע צוליב זיין מח כביר וואס האט אן אריגינעלן צוגאנג צו יעדן זאך).

[center]*[/center]
די ווינטער איז הרב פייבלזון געווען אין די נייעס, וויבאלד ס'איז געווען קפץ עליו רוגזו של רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, וואס האט געשטורעמט קעגן אים אז ער איז כמעט אן אפיקורס און כופר בדברי חז"ל, וויבאלד הרב פייבלזון האט געזאגט אין א שיעור אז בימי הבית איז מעגליך געווען דער פשט פון "עין תחת עין", אז ס'מיינט כפשוטו. ס'איז געווען א לאנגע שיעור און כ'האב נישט קיין נערוון אריינצוקריכן דערין. די נקודה וואס ער האט געזאגט איז, אז ס'איז נישט קיין סתירה די הבנה פון פשטות המקרא מיט די דרשה שבו, און ס'איז געווען גאר געוואגט מצדו צו רעדן דערוועגן, און ער האט טאקע אריינגעהויבן פון הרב כהן - וואס הייסט א בעל מחשבה, אבער פונעם ריכטיגן אמאליגן סטיל [מהר"ל, און אלעס מיינט העכערס וכו'].

אזוי אויך האט דעמאלט דער משגיח הרב קפלן (מתלמידיו של הרב הוטנער) ארויסגעטרעטן קעגן אים, און זיי האבן פרובירט איינצושפאנען גדולי ישראל ארויסצוטרעטן קעגן אים.

יודעי דבר האבן געזאגט, אז וויבאלד אסאך חברונ'ע בחורים וואס זענען צומישט און פארלוירן האבן געזוכט התחזקות ביי הרב פייבלזון, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז מ'דארף אים שטיל מאכן באצייטענס... (די מערכה איז דעמאלט געגאנגען סיי קעגן הרב פייבלזון, און סיי קעגן הרב אוריה עינבל - א חשוב'ע פערזענליכקייט פאר זיך, וועמען כ'דארף נאך אמאל באשרייבן עקסטער)

למעשה האבן זיך אסאך חשובע יונגעלייט אריינגעלייגט אין דעם ענין און געראטעוועט די צוויי אידן פון כאפן שלעק בפרהסיא פארן חטא פון פרובירן צו זאגן "אנדערש" ווי די נארמע (אויב איינער מיינט אז סאטמארע אדער קנאישע טעראר איז געפערליך, זייט וויסן אז אין די ליטווישע וועלט קען מען באגראבן אידן אין א רגע ללא סיבה, וכבר היה לעולמים מער פון איין מאל). טייל קרעדיט דארף מען גאר אפגעבן פאר קאראנע, וואס האט פשוט געלייגט די נארישע פאליטיקלעך אין א זייט...

[center]*[/center]
פאריגע וואך איז הרב פייבלזון געווען אין די נייעס, צום צווייטן מאל, אבער דאסמאל פון א מסוכנ'דיגע שטאנדפונקט: ער איז אראפ פון זיין דירה מיט זיין ווייב, און צוויי ליטווישע סיקריקים - באשיינפערליך פון די פלג ירושלמי באנדיטן - האבן ארויסגענומען מעסערס פארנט פון אים און זיין ווייב, און אים געסטראשעט אז אויב ער וויל בלייבן לעבן זאל ער מאכן זיכער אויפצוהערן געבן זיינע אפיקורסישע שיעורים. זייערע בלוט אין די אויגן האט קלארגעשטעלט, אז ביי זיי מיינט עס א מלחמה לה' בעמלק וואס ברויך מסירות נפש, און זיי זענען עלול אויף דעם - ווי זייער טרויעריגער עבר ווייזט.

איר קענט זיך אליינס פארשטעלן די פחד פון אזא סצענע, און איך וויל נישט טראכטן וויאזוי זיין ווייב האט געשפירט שטייענדיג פארנט פון ארויסגעשטרעקטע מעסערס. הרב פייבלזון האט עס גלייך איינגעמאלדן פאר די פאליציי, און האפנטליך וועט מען קענען נאכזוכן קעמרעס און ארעסטירן די באנדיטן.

די מעשה אט אויפגעשאקלט די גאס, און ווי פארשטענדליך האט מען גלייך געמאכט א שארפע פראטעסט אין גאס און געלאזט אונטערשרייבן א שארפע קול קורא מגדולי הרבנים וואס האלטן פון הרב פייבלזון, צו באוואשן די באנדיטן וואס האבן שוין פארלוירן דאס לעצט ביסל מענטשליכקייט.
אה, ניין. נישט דאס האט פאסירט.
מ'האט נישט געמאכט קיין מחאה און קיין פראטעסט. הרב פייבלזון'ס אנהענגער זענען נישט די סארט עלעמענטן וואס ווילדעווען, און ס'איז דאך ממש היפוך רוחו הגדולה פון זייער רבי'ן און מורה דרך.

וואס האבן זיי יא געטון?
הערט א מקוריות'דיגע געדאנק:

אויב זיי האבן געוואלט איינשטילן דעם בעל מחשבה דורך מעסערס, איז דער ענטפער: כן ירבה וכן יפרוץ! מ'גייט גאר פארמערן זיין השפעה אויפן רבים. וויאזוי? דורך ארויסגעבן זיינע שמועסן און כתבים מסודר אין ספרים, וואס וועלן אנקומען בכל תפוצות ישראל.

זיי האבן געעפנט א טשערידי קאמפיין וואו יעדער קען אריינווארפן אפאר דאלער, וואס די געלט גייט דירעקט מסדר צו זיין זיינע שמועסן און עס ארויסגעבן אין דרוק.
א בליציגע אריגינעלע איינפאל, וואס צייגט סיי אויף זייער אייגנארטיגער געדאנקסגאנג, און איז סיי די בעסטע מעסעדזש פאר זיינע אטאקירער אז אזעלכע שמוציגע אקטן וועלן נאר פארברייטערן זיין כח ההשפעה.

די אריגינעלע ציל איז געווען 150 טויזנט שקל, און זיי זענען עס שוין אריבער. אבער יעדע גרייצער וואס גייט אריין איז נאך אביסל גירא בעינא דשיטנא, און באזונדער האט מען א חלק אין הרבצת התורה - און נישט סתם תורה, נאר טאקע די פערפעקטע סארט געדאנקען וואס מיר וואלטן זיך אלע מחיה געווען צו הערן, און ס'האט שוין בארואיגט און קלאר געמאכט אסאך פארלוירענע נשמות.



כ'בין נישט קיין "פען" פון אזעלכע קאמפיינען, און איך פערזענליך האב גארנישט פון דעם. מיין נאמען שטייט נישט דארט און זיי וועלן ניטאמאל וויסן אז כ'האב געהאט א יד דערינען, נאר זעענדיג אז זיי פירן אזא קאמפיין און געדענקנדיג מיינע געפילן נאך אכט יאר צוריק, ווייס איך די וויכטיגקייט דערפון. (והיינו טעמא דיואלי ראטה ור' שמואל ניימאן קאמפיינען, הגם כ'האב גארנישט מיט זיי ביידן. כ"ש דא וואס יעדער קען נהנה זיין פון זיין אריגינעלקייט)

אשר על כן בין איך ענק מוסר ומודעה אז מ'קען זיך באטייליגן אין דעם טשערידי קאמפיין, כאטשיג מ'האט שוין געענדיגט די דאטום ווען מ'האט געדארפט האבן די געלט (און עס איז טאקע אריינגעקומען), וויבאלד יעדע פעני גייט גלייך פאר נאך ספרים. איך קען אזויפיל יא עדות זאגן, קענענדיג זיינע מענטשן פון די נאנט, אז דאס גאנצע געלט וועט גיין דירעקט צו דעם צוועק אן קיין "לעכער" למיניהם...

זייט חלק פון אזא חשוב'ע פראיעקט, און אויף מיין ווארט - אויב עטס וועטס ליינען די ספרים וועט עטס נישט חרטה האבן!

אט איז די קאמפיין לינק: https://www.charidy.com/dchl[/justify]
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר