איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג יולי 05, 2020 6:58 pm

א טרער אויף די פרישע קבר פון מיין ליבע אמעריקא!

איך זיץ און גלאנץ אויפן פיר קאנטיגן קעסטל ווי געביגעלטע שניפסלען און שטיינערנע געזיכטער מעלדן צווישן די נעכטיגע וועטער אויסקוק און די מארגענדיגע סטאק מארקעט שפעקולאציעס, ווי די גלאררייכער היסטאריע און טיפער אמאל פון די רוימפולע אמעריקע זינקט אין בלאטע און ווערט באגראבן פאר אונזערע צושוידערטע אויגן.

דאס אויער פויקלעך אנטזאגן זיך צו אננעמן וואס זי האט נארוואס געהערט, און די אויגן לעפלען ווילן זיך פארמאכן נישט צו דארפן מיטהאלטן און אריינעמען די טרויעריגע געשעהנישן וואס שפילט זיך פאר איר אפ.

די מאדערנע ווערסיע פונעם היטלער איגנט, די אנארכיסטישע יאטן פון ליבעראליזעם און קאמיוניזעם פארשלייערט אונטער אנטי פאשיזים, מיט זייערע פארשאלטענע פירער וואס מיינען בלויז אייער גוטס, און זענען דא אייך צו באשיצן פונעם אינוואדירער פונעם אוועל אפיס, צוזאמען מיט די שווארצע לעבנס מערדער און קאניבאלן, פירן אונזער לאנד צום נידריגסטן אפגרונד, און ווילן פאר יעדער פרייז פארמעקן איר ראזע אמאל, און איר רייכע היסטאריע.

אום יארע צוויי טויזענט און זיבעצן, ווען אט די דאזיגע וואנדאלן האבן גענידערט און פארטיליגט מאנומענטן און סטאטוסן פון די קאנפעדערעט פירער און גענעראלן, האט פרעזידענט טראמפ געפרעגט אין א טוויט אום אויגיסט דער פערצענטער דאכצעך, "ווער איז נעקסט? וואשינגטאן? דזשעפרעסאן?"
אין די דאזיגע ציייט האט יעדער מיט א פיסק און ציינער געזינגען און געזאגט, דער אלטער מיטן בלאנדן טשופיק איז דאך יצא מדעתו אונגאנצן, איז ער משוגע צופראסקעט פון קאפ צום קנעכל?
אימען האט אמעריקע אריינגעוועלט?

אבער דער אלטער באנקראטירער מיט די קליינע פינגערלעך און ווילדן טעמפאו האט פאר אויס געזעהן שטוינענד אין וואס פאר א אפגרונד מיר זענען אויפן וועג צו.

אין שיקאגו איז אום יוני פערצן דער סטאטוס פון וואשינגטאן וואנדאלעזירט געווארן.
אין ניו יארק סיטי קומט פאר א געפעכט אין סיטי האל צו אראפ נעמען פון דארט דעם געזיכט פון טאמאס דזשעפרעסן.

איז דער אלטער גערעכט געוועזן אדער נישט?

האט זיך עס אפגעשטעלט ביי קאנפעדערעט מאנומענטן אדער האבן די ציושעטע מאסן וואס פארברענען און פארניכטן אמעריקאנע פענדלעך זיך גענומען איבער די פיאנערן און טאטעס פון די גלאררייכע אמעריקע?

אז די דאזיגע וואנדאלן און טעראריסטן רופן און האבן באוויזן צום באזייטונגונג פון דעם סטאטוס פון רעב אברהם לינקלאן הי"ד, אין באסטען, קלערט איר אז דאס האט מיט שווארצע לעבנס אדער מיט שקלאפן?
זאגאר, ווער האט געקעמפט און מקריב געוועזן אלעס צו אפענדיגן די בני חם פארשקלאפונג?


און די ליסטע ציעט זיך נאך גאר לאנג! דער סאמע טרעפער פון דעם גא-ט געבענטשטע אמעריקע, קריסטאפער קאלאמבעס, זיינע סטאטוסן און מאנומענטן זענען וואנדאלעזירט און פארניכטעט געווארן אין פילע פלעצער, ווארום דעם קאפ האט מען אים פארשניטן.

און איך זאל נישט טרויערן אן איכה אויף דאס פריי געוועזענע לאנד וואס ווערט געפירט דורך סאציאליסטן און קאמיוניסטן צו איר טיפע אפגרונד, און ווילן אפווישן יעדע געדענקעניש און שפור פון איר אמאל???

דאס איז בלויז א ביישפיל ווי איר קענט דעם הינט ביים נאמען אנכאפן, אבער דאס איז טאקע בלויז א ביישפיל, איינס פון גאר אסאך, וויאזוי מיר ווערן צושמעטערט דורך אונזערע פיינט, און מיר זענען הילפסלאז.

יא טראמפ נישט טראמפ קימערט מיר גאר ווייניג, אמעריקאנע היסטאריע איז דאס פראסט נישט ווערד.
Those who cast the votes decide nothing. Those who count the votes decide everything

-חבר דזשאסעף סטאלין
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

הודעהדורך מונטסורי » זונטאג יולי 05, 2020 11:10 pm

גלייב מיר בנאמנות, מיין לייק איז בלויז פאר די ארט.

וואס פארקאכסטו דיך אין די כבוד פון אמאליגע העלדען? זייער ישרות איז מפוקפק'דיג און זייער רום אויף שטענדיג איז אומפארדינט. דער הירא פון נעכטען איז דער ווילעין פון מארגען און פארשעמט וועלן זיי ווערן פריער אדער שפעטער. צו זענען זיי דען בעסער פון אספסיאנוס און אדריאנוס? א גרויסער מענטש פאר זיין פאלק און א בייזער רוח פאר אנדערע.

ס'וואונדערט מיר פון וועלכע אמעריקאנע היסטאריע דו רעדסט ווען דו שרייבסט זי איז דאס נישט ווערט, גאנץ זיכער איז זי טאקע פיל בעסער געווען פון איר אייראפעאישע עלטערן אבער שלעכט און עגאיסטיש ביז גאר לעומת אירע היינטיגע אייניקלעך און צוקונפטיגע איר-אייניקלעך. די וועלט ווערט בעסער און די גלאררייכע ממלכת זדון ווערט פארהערט פאר וואס זי איז געווען, עס איז נישט גענוג צו זיין בעסער פון זייער דור צו זיין א מוסטער פאר היינט, מען דארף אייגענטליך זיין בעסער אונז צו ווייזן די וועג.
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יולי 06, 2020 1:24 am

מונטסורי האט געשריבן:גלייב מיר בנאמנות, מיין לייק איז בלויז פאר די ארט.

וואס פארקאכסטו דיך אין די כבוד פון אמאליגע העלדען? זייער ישרות איז מפוקפק'דיג און זייער רום אויף שטענדיג איז אומפארדינט. דער הירא פון נעכטען איז דער ווילעין פון מארגען און פארשעמט וועלן זיי ווערן פריער אדער שפעטער. צו זענען זיי דען בעסער פון אספסיאנוס און אדריאנוס? א גרויסער מענטש פאר זיין פאלק און א בייזער רוח פאר אנדערע.

ס'וואונדערט מיר פון וועלכע אמעריקאנע היסטאריע דו רעדסט ווען דו שרייבסט זי איז דאס נישט ווערט, גאנץ זיכער איז זי טאקע פיל בעסער געווען פון איר אייראפעאישע עלטערן אבער שלעכט און עגאיסטיש ביז גאר לעומת אירע היינטיגע אייניקלעך און צוקונפטיגע איר-אייניקלעך. די וועלט ווערט בעסער און די גלאררייכע ממלכת זדון ווערט פארהערט פאר וואס זי איז געווען, עס איז נישט גענוג צו זיין בעסער פון זייער דור צו זיין א מוסטער פאר היינט, מען דארף אייגענטליך זיין בעסער אונז צו ווייזן די וועג.

הער אויף מיט די דעמאגאגיע. די ערפינדערס פון אמעריקע קומט זיך די מערסטע קרעדיט פאר די פרייהייט וואס איז 'געווען' פאר א שיינע פאר הונדערט יאר, וואס האט געמאכט פארשריט מער ווי סיי וועלכע אנדערע תקופה אין די היסטאריע פון דער וועלט. אין נישט סתם פארשריט נאר פארשריט אויף יעדע שטאפל. עטיש, מאראליש און אין פראספעריטי. נעם איינער א שטייגער ווי דזשעפערסאן וואס האט געשריבן אין די קאנסטיטוציע אז 'אלע מענטשן זענען באשאפן אייניג מיט די זעלבע רעכטן. איי אז ער אליינס האט געהאדעוועט עבדים, למעשה האט איהם עס שטארק געעגבערט אגאנצען לעבן, און ער האט זיך געלאזט הערן און איז געווען אויפריכטיג מיט זיין פּערסיווד אומרעכט. די זעלבע אויף וואשינגטאן וואס האט צוואה געלאזט אז נאך זיין טויט זאלן אלע זיינע עבדים אטאמאטיש באפרייט ווערן. ווייז מיר נאר איין פאליטיקאנט וואס לעבט היינט וואס האט די אויפריכטיקייט וואס זיי האבן געהאט! שעמען מעגט איר זיך פארן אפי' טראכטן הויעך אז די היינטיגע לינקע (און רעכטע) זענען עטיש אדער מאראליש מער אויפריכטיג ווי אונזערע פארגייערס! די אמעריקאנער באדען איז נישט געווען אזוי שמוציג, עקעלדיג און אומעטיש און אומאראליש ווי היינט זייט איר ערפינדונג! מיר לעבן היינט אין א מצב ווי ס'איז ממש ותמלא הארץ חמס!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2329
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 06, 2020 4:27 am

אין יארע 1821 האט היינריך היין געשריבן: "וואו זיי פאַרברענען ביכער, וועלן זיי אויך פארברענען מענטשן".

כ'מיין אז די זעלבע קען מען אויך זאגן אויף מאנומענטן און היסטאריע, און די תוצאות ווייזן זיך שוין ארויס!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 828 מאל

הודעהדורך מונטסורי » מאנטאג יולי 06, 2020 8:01 am

אז מ'שרייט הער אויף מיט די דעמאגאגיע הערט זיך עס ווי ס'קומט א פארציע דעמאגאגיע, און אז איך מעג זיך שעמען, ווי קען איך דען אפילו ענטפערן? און ביסט מסתמא גערעכט אויכעט. דו ביסט גערעכט, און דו ביסט גערעכט, און טעוויע דער מילכיקער איז אויך גערעכט.

ס'פיין און וואויל, מלכות של חסד, בלא בלא פריקען בלא, כ'גלייב נישט מיר וואלטען געקענט פירן אונזער ווערטשאפט אין דזשעפערסאן'ס מלכות של חסד. די פאראייניגטע שטאטען וואס מיר קענען היינט איז נישט "ערפינדען" געווארן דורך איין גרופע מענטשען, ס'איז עפעס וואס איז געווארן בעסער און בעסער צוביסלעכווייז, איין באוועגונג אויפאמאל, באוועגונגען ענליך צו דאס וואס מיר זעען היינט, פרויען רעכטען, שווארצע רעכטען, נעטיווס רעכטען, אידן רעכטען, אינוואלידס רעכטען, לגבט רעכטען, און גאט ווייסט וואס כ'האב אויסגעלאזט רעכטען. טראכט, הונדערט יאר צוריק האט מען נאך געקענט סטעריליזירן א קריפל, זיבעציג יאר צוריק זענען "הונט און אידן פארבאטען" שילדען נישט געווען א זעלטענהייט, און דאס איז שוין דא אין ניו יארק, אין די דרום שטאטען איז מסתמא געווען ערגער. כ'האב ליב מיינע פאונדינג פאטערס און כ'האב ליב אדריאנוס, אבער אז דער טשאלמער רייסט זיין סטאטוע, קען איך זען זיין זייט אויך.
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יולי 06, 2020 12:21 pm

איר 'גלויבט' אז אונטער דזשעפערסאן וואלטן מיר נישט געקענט, און איך גלויב אז לויט ווי די לינקע פראגרעסירן איז אייער גאנצע ווירטשאפט אונטער א צייט באמבע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2329
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 06, 2020 12:40 pm

@מונטסורי אין היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען קיין גלייכבארעכטיגונג פאר מינאריטעטן און פרעמדע, זענען געקומען די אויפשטעלנדע פאטערן און האבן מחדש געווען עפעס ניי אז אין אמעריקא גייט זיין פרייהייט פאר יעדעם, דאס אז פרויען און שווארצע זענען נישט געווען אריינגערעכנט איז פשוט ווייל דאן האט מען נאך נישט געקענט משיג זיין אזאנס - היינט מיט א בליק אויף צוריק קוקט עס אויס פשוט אז פרויען און שווארצע זענען פונקט ווי מיך און דיך - פונקט ווי אין הונדערט יאר ארום גייען זיי אונז נישט פארשטיין.

אבער עס איז זיכער אז פאר דשעפערסאן קומט זיך פול קרעדיט פאר'ן אויפשטעלן און עכ"פ לייגן די גרונדשטיין פאר א פרייע מדינה, און אונזער פליכט איז טאקע דאס צו פארבעסערן.

(עס איז פונקט ווי איינער וואלט אוועקגעמאכט די ערשטע אייפון אלס א חידוש און סטיוו דזשאבס אלס א וויזיאנער, "ווייל זיין (ערשטע) אייפון איז א גארנישט צו וואס אונז האבן היינט".
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 828 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 06, 2020 12:52 pm

די אריגענאלע אידיאלן פון פרייהייט און גלייכרעכט קומען פון די פארנצויזישע רעוועלוציאנערן, די פראנצויזישע רעוואלוציע איז אייגענטליך זיך פארלאפן אין די זעלבע עפאכע ווי די אמעריקאנע. נאר וואזשע דען? די פראנצויזן האבן דאס אינפארסירט מיט טעראר און בלוט, און די גרינדער-טאטעס פון אמעריקע מיט ווירטאלע און מינדליכע איבערצייגונג...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2387 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 06, 2020 2:25 pm

ווי אויך איז די פראנצויזן'ס ציל מער געווען אראפצונעמען די יאך פון א קארופטירטע מאנארכיע וועלכע האט זיך נישט גערעכנט מיט די בירגער, עס איז נישט אזוי ווייט געווען די אידעאלאגיע, משא"כ די אמעריקאנער האבן טאקע זיך געוואלט באפרייען פון די בריטישע מלוכה וועלכע האט זיי באהאנדלט אומ'יושר'דיג, אבער די פירער זענען געווען שטארקע אידיאלאגישע מענטשן וועלכע האבן זיך אויפגעשטעלט א לאנד וועלכע גייט זיך פירן מיט אויפריכטיגקייט און גלייכבארעכטיגונג.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 828 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג יולי 06, 2020 4:48 pm

מונטסורי האט געשריבן:
וואס פארקאכסטו דיך אין די כבוד פון אמאליגע העלדען? זייער ישרות איז מפוקפק'דיג און זייער רום אויף שטענדיג איז אומפארדינט. דער הירא פון נעכטען איז דער ווילעין פון מארגען און פארשעמט וועלן זיי ווערן פריער אדער שפעטער. צו זענען זיי דען בעסער פון אספסיאנוס און אדריאנוס? א גרויסער מענטש פאר זיין פאלק און א בייזער רוח פאר אנדערע.




לאמיר אננעמען פאר א קורצע רגע אז זיי זענען טאקע די שלעכטע טייוולאנען, בייזע ריחות און ווילענס.

דער לעצטער וואס האט פראבירט אפ צו וואשן היסטאריע איז דאכצעך געוועזן דער אלמעכטיגער יאזעף סטאלין ימש"ו וועם די היינטיגע ליבעראלן און סאציאליסטן הייבן דערווייל נאר אין געדאנק, אבער איך גלייב אז עס וועט נישט נעמען לאנג און מען וועט רעדן פון אים אויך...
אום ווארפן סטאטוסן און מאנומענטן וואס זענען דעם אנדעק פון דעם אונטער דעם, פאר וועלכע סיבה אימער, איז ווי פארמעקן ניקאליי יעזשאוו פון סטאלינס בילדער...

צו זיי זענען שלעכט צו נישט, זייער היסטאריע און לייסטונגען פארן לאנד טאר נישט פארמעקט ווערן טראץ וואס עס קלאפט נישט מיטן יעצטיגן סאציאלן שוואנג.

מונטסורי האט געשריבן:

ס'וואונדערט מיר פון וועלכע אמעריקאנע היסטאריע דו רעדסט ווען דו שרייבסט זי איז דאס נישט ווערט, גאנץ זיכער איז זי טאקע פיל בעסער געווען פון איר אייראפעאישע עלטערן אבער שלעכט און עגאיסטיש ביז גאר לעומת אירע היינטיגע אייניקלעך און צוקונפטיגע איר-אייניקלעך. די וועלט ווערט בעסער און די גלאררייכע ממלכת זדון ווערט פארהערט פאר וואס זי איז געווען, עס איז נישט גענוג צו זיין בעסער פון זייער דור צו זיין א מוסטער פאר היינט, מען דארף אייגענטליך זיין בעסער אונז צו ווייזן די וועג.


די ליבעראלע קענסער קערנדל גדלו והצליחו וגם עשו פרי... א פארדארבן פרוכט...

דזשעפראסן דער שרייבער פון רוב פונעם דעקלעראציע פון אומאפהענגיקייט, איז שלעכטער און שווארצער ווי די היינטיגע, פארדארבענע פון אונטן ביז אויבן, פאליטיקאנטן...

טעדי רוזוועלט דער מערסט פאפולערער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, זיין מאנומעט ברויך אוועק געפירט ווערן, ווייל בערל סאנדער איז זאגאר בעסער פון אים... איינער לאכט?

מאראלישע, נארמאלע, אויטענטישע מענטשן, אפגערעדט פון קליג און געלערנטע מענטשן, זענען נישט גענוג צו זיין א מוסטער פאר די היינטיגע פאליטיקאנטן וואס ווערטער זענען צו ארעם זיי צו באגרייפן און מסביר זיין...

האבן זיי געמאכט טעותים? מאכט בכלל נישט אויס... בלייבן נאך אלס די פיאנערן פון די דאזיגע יושב, און זייער עהרע און געדענקניש דארף געהאלטן ווערן, אפילו איך האלט אז ער האט נישט געטארט האבן קיין שקלאף...

א פנים טראגסטו ווי דעם אנאלפעבעט וואס האט גראפיטירט אויף וואשינגטאן'ס מאנומענט, "קאלאניסט" וואס ווער עס ווייסט ממש א טראפ, לאכט מיט געוויין פון די טראגי קאמישע אנארכיסטן....
Those who cast the votes decide nothing. Those who count the votes decide everything

-חבר דזשאסעף סטאלין
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 06, 2020 5:07 pm

עד רד עם אל ועם קדושים נאמן...
השם עמך "גבור חיל".
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2387 מאל

הודעהדורך שלשלת » מאנטאג יולי 06, 2020 5:13 pm

דאס אויסמעקן היסטאריע, דורך אומווארפן סטאטועס אד"ג, איז אן עון בל יכופר.

קוק אין די אראבישע לענדער, ווי מען האלט פארהייליגט היסטארישע אידישע ערטער - אפגעזעהן זייער איצטיגע מיינונג און בליק אויף אידן.

שיין קוק מיר אויס. אין עטליכע יאר ווען די פאליטיקאנטן פון געוויסע שטעט וועלן באלאנגן צו די פארטיי שכנגד, וועט מען אונטערהאקן די פארבליבענע מאנומעטן, ווייל די שטעלונג פון די פארטיי ליניע האט זיך אצינד געדאכט אזוי.

ליידיגע דומע קעפ!
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 06, 2020 5:19 pm

כמעט אלע פון די גרודער טאטעס, זענען געווען גלויביגע מענטשן, זיי האבן טיף געגלייבט אינעם באשעפער! אפגעזען פון בענזשעמין פרענקלין, ער איז געווען אן אויסגעשפראכענער אטיאיסט!
די סאציאליסטישע מארקעסיסטישע אנערכיסטן גלויבן נישט אין ג-ט! זיי גלייבן נישט אין קיין שום מאראלישע ווירדן. זיי זענען אין קאמף מיט ג-ט!
פון די ערשטע זאכן וואס חבר סטאלין האט געטאן איז געווען, וואנדלעזירן היסטארישע מאנימענטן און סטאטועס. און דאן האט ער זיך גענומען צו ג-ט! ער האט פארבאטן רעליגיע און ג-ט אינעם סאוויעטישער גן עדן...
עס איז נישט קיין צווייפל אז ווען די סאציאליסטישע אנערכיסטן וועלן פערטיג ווערן מיט די מאנימענטן, גייען זיי זיך נעמען אויסרייסן ג-ט! אויב א איד וועט גיין אין שול, וועט ער פארשריגן ווערן אלס א ראסיסט! ס'האלט שוין נישט ווייט פון דעם! די גאנצע קלימאט טויש באוועגונג איז באזירט אויף ארויסצואלטן ג-ט פון דאס וועלטל וואס ער האט באשאפן.
כ'האף אז טראמף וועט דאס אפשטעלן איידער ס''איז חלילה צו שפעט!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2387 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך גראף » מאנטאג יולי 06, 2020 5:56 pm

נישט דער מויזל איז שולדיג נאר דער לאך. וואו זענען די ערצויגענע מענטשן ווייסע און שווארצע, ברוינע און גרינע, געלע מיט רויטע? וואו זענען די אינדיפענדענטס און בלויע דעמאקראטן און וואו זענען די רויטע העלזער מיט די ביקסן? פארוואס הערט מען נישט כאטש שטרענגע אבער פעסטע ווערטער פון ווייס פרעז. פענס? פון טראמפ האט מען שוין נישט קיין סאך האפענוג ווייל זיין רעדן מיינט נאר טאקע דעס - רעדן. די אמעריקע וואס ווייסט אז מארקס טראצקי און סטאלין זענען פארברעכער און גדענקן היסטארי דארפן זיך שטעלן אויף די פראנט ליניע און זיך שלאגן ביז בלוט ועד בכלל.
The inmates are running the asylum!!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1016
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יולי 06, 2020 6:14 pm

גראף האט געשריבן:נישט דער מויזל איז שולדיג נאר דער לאך. וואו זענען די ערצויגענע מענטשן ווייסע און שווארצע, ברוינע און גרינע, געלע מיט רויטע? וואו זענען די אינדיפענדענטס און בלויע דעמאקראטן און וואו זענען די רויטע העלזער מיט די ביקסן? פארוואס הערט מען נישט כאטש שטרענגע אבער פעסטע ווערטער פון ווייס פרעז. פענס? פון טראמפ האט מען שוין נישט קיין סאך האפענוג ווייל זיין רעדן מיינט נאר טאקע דעס - רעדן. די אמעריקע וואס ווייסט אז מארקס טראצקי און סטאלין זענען פארברעכער און גדענקן היסטארי דארפן זיך שטעלן אויף די פראנט ליניע און זיך שלאגן ביז בלוט ועד בכלל.
The inmates are running the asylum!!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ווען טראמפּ האט פרובירט האסטו זיך אקעגן געשטעלט! יעצט וועט שוין קיינער נישט פרובירן אויס מורא פאר אזעלכע ווי דיר וואס וועלן ווידער שטיין אין וועג....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2329
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך גראף » מאנטאג יולי 06, 2020 6:30 pm

העי! איך האב נישט פראסטעסטעד קעגן עם!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1016
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג יולי 06, 2020 6:36 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
עס איז נישט קיין צווייפל אז ווען די סאציאליסטישע אנערכיסטן וועלן פערטיג ווערן מיט די מאנימענטן, גייען זיי זיך נעמען אויסרייסן ג-ט!


דערמאנט מיך פון די גאר פאפולערע קוואוט פום מארטין ניימאלאר.

"צום ערשט זענען זיי געקומען נאך די סאציאליסטן, און איך האב נישט ארויסגערעדט ווייל איך בין נישט קיין סאציאליסט.
דערנאך זענען זיי געקומען נאך די טרעיד יוניאנס, אבער איך האב נישט ארויסגערעדט ווייל איך בין נישט קיין טרעיד יונאניסט.
דערנאך זענען זיי געקומען נאך די אידן, אבער איך האב נישט ארויסגערעדט ווייל איך בין נישט קיין איד.
דערנאך זענען זיי געקומען נאך מיר, אבער סאיז מער קיינער נישט געוועזן צו ארויסרעדן פאר מיר.
Those who cast the votes decide nothing. Those who count the votes decide everything

-חבר דזשאסעף סטאלין
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יולי 06, 2020 9:57 pm

קורקלענד האט געשריבן:איר 'גלויבט' אז אונטער דזשעפערסאן וואלטן מיר נישט געקענט, און איך גלויב אז לויט ווי די לינקע פראגרעסירן איז אייער גאנצע ווירטשאפט אונטער א צייט באמבע.


א צייט באמבע מאכט נאך אלס נישט אומרעכט פאר א רעכט.
פאלאסטינער טעראריסטן זענען א צייט באמבע, דאך געבט דאס נישט קיין היתר פאר צה"ל צו אויס שחט'ן אומשולדיגע ציווילע פאלאסטינער בירגער.

דער העלדישער עיב לינקאלן איז בימיו געווען א פראגרעסיוו מער ווי סיי וועליכע פראגרעסיוו בימינו. ער האט געפירט די לאנד אין מלחמה כדי באשיצן מענטשען רעכטן. אז היינטיגע פראגרעסיווס זענען א צייט באמבע, דעמאלטס איז עיב לינקאלן די באמבע אליינס.

א סטעטשו איז למעשה א הערצה צו די פעולות פונ'ם העלד. אז דער אזוי גערופענעם העלד איז בימיו בייגאנגען ערענסטע מענטשען רעכט פארברעכען, איז נישטא קיין שום מקום אין א פרייע לאנד צו אויסרופען הערצה אין א פאבליק סקווער. בתוך היסטאריע דארף מען עם נישט אויסמעקען אדער פארשעמען ווייל דאס איז די מציאות פון די השתלשלות פון די לאנד.

אבער צו האלטן א קרוין פאר א מענטש וואס איז באגאנגען מענטשן פארברעכן, וואלט קיינמאל נישט אן געפאלען פאר סיי וועלעכע באזעצענע בירגער. שטעל דיך פאר מ'שטעלט היינט אוועק א סטעטשו פאר לואי פאראקאן. מ'דארף ניטאמאל מסביר זיין וואס די רעאקציע וואלט געווען.

מן הסתם, איז היינט נישט בנמצא אין די גאנצע מערב וועלט, א רעגירונג איינגעשטעלטער, וואס זאל האבן עובר געווען די אומדערהערטע פארברעכערס אויף די "העלדן" פון די דאזיגע סטעטשוס, פון סי טו שיינונג סי.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3319 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 06, 2020 10:05 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:@מונטסורי אין היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען קיין גלייכבארעכטיגונג פאר מינאריטעטן און פרעמדע, זענען געקומען די אויפשטעלנדע פאטערן און האבן מחדש געווען עפעס ניי אז אין אמעריקא גייט זיין פרייהייט פאר יעדעם, דאס אז פרויען און שווארצע זענען נישט געווען אריינגערעכנט איז פשוט ווייל דאן האט מען נאך נישט געקענט משיג זיין אזאנס - היינט מיט א בליק אויף צוריק קוקט עס אויס פשוט אז פרויען און שווארצע זענען פונקט ווי מיך און דיך - פונקט ווי אין הונדערט יאר ארום גייען זיי אונז נישט פארשטיין.

אבער עס איז זיכער אז פאר דשעפערסאן קומט זיך פול קרעדיט פאר'ן אויפשטעלן און עכ"פ לייגן די גרונדשטיין פאר א פרייע מדינה, און אונזער פליכט איז טאקע דאס צו פארבעסערן.

(עס איז פונקט ווי איינער וואלט אוועקגעמאכט די ערשטע אייפון אלס א חידוש און סטיוו דזשאבס אלס א וויזיאנער, "ווייל זיין (ערשטע) אייפון איז א גארנישט צו וואס אונז האבן היינט".

פאליטיקאנט: אבער די גאנצע איבערקערעניש דא אין אמעריקע אויפ'ן איצטיגן מאמענט איז איהר ציהל נישט צו פארבעסערן איין אינדיווידואל'ס אדער א גרופע'ס לעבן. ס'איז איינפאך געטריבן דורך באהאלטענע סיניסטערע גרופעס און יחידים. ווי קאמוניסטן אדער אנארכיסטן. וואס זייער ציהל איז אונטערצוברענגען די גלאררייכע אמעריקע ווי אונז קענען און שעצן און רעספעקטירן איהר.און די מאסן וועלכע פראטעסטירן און צוברעכן אלע היסטארישע מאנומענטן זענען נאר א ווערקצייג פון די נידערטרעכטיגע פארשוינען. ווי דזשארדזש סאראס. וועלכער פארדינט זיך געהאנגען צו ווערן אין די פראווערביאלע שטאט'ס סקווער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9144 מאל

הודעהדורך מונטסורי » מאנטאג יולי 06, 2020 10:14 pm

דער עולם קוקט דא אויס שטארק פארקאכט, אלזא מי אנוכי? כ'האב נישט געוויסט אין וואס כ'לאז זיך דא אריין, כ׳בין אליינס קאנפליקטעט און כ׳בעט אייך מחילה אויב איך פארמאג נישט ענקער ברורות אין די נושא.

דערווייל האב איך נישט באמערקט מען זאל פרובירן צו טוישן אדער מעקן היסטאריע. מען דעבאטירט אויב די אלטע פיגורן זענען עפעס מיט וואס מיר שטאלצירן מיט סטאטוען אין די פארקס, אדער באלאנגען זיי טאקע אין מוזיאום, צוזאמען מיט אלע אנדערע גוטס און שלעכטס פון אונזער היסטאריע. נו, טייל נעמען די דיבאטע צו א נייע שטאפל און מען ווארפט ארונטער די סטאטוען פאר מען גרייכט א קאנסענצוס, פארשטייט זיך אליינס אז מיר טוען אלע פארדאמען די אומדערהערטער אקט פון שעדיגען חלילה פובליק אייגענטום, יעדער פארשטייט אז דאס איז עפעס וואס נאר דער גאווערמענט אדער קאלאמבוס מעג טון, אבער זייער טענה איז במקומה עומדת, צו דארפען מיר גלאריפיצירן מענטשען וואס זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען ראסיסטען? לאמיר פילן א מינוט וויאזוי מיר רעאגירן ווען אונזערע זיידעס אינטערדריקער ווערן באערט, כמעלניצקי אין אוקריינע, איר גלייכט דאס? יא אוודאי, אין מוזיאום, אין די טעקסט ביכער, אבער א ראול מאדעל? א סטאטוע?

מ'קען זיכער מחלק זיין און גיין רינגס און ארום א גאנצע טאג, אבער די מבהיל'דיגע וודאות זעה איך נישט. פרוביר דיך עכט אריינצולייגן אין די שיך פון אן אייניקעל פון א קנעכט אדער נעיטיוו, פארבייט דיין זיידעס צרות מיט זייערס, זיין אינטערדרוקער מיט זייערס, און טראכט וויאזוי אסאך פון די היינטיגע פראפעגאנדע וואלט געפילט צו דיר.

פאר מיר פילט עס גאנץ עקלדיג, אבער קיין ברורות האב איך נאכנישט.

----
@וואלווי האקט ענליכס, יו פילט עס גוט, צו האב אמווייניגסטענס איינעם אויף מיין זייט
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 06, 2020 10:27 pm

מונטסורי: דו קענסט נישט פארגלייכן א בייזוויליגן מאסן מערדער ווי כמעלניצקי צו קאלאמבוס אדער דזשעפערסאן. אדער ר' אברהם לינקאלן, הי"ד. און ווען איינער אדער א גרופ שעדיגט אדער ברענגט אום סטאטוען פון אזעלכע גרויסע היסטארישע פיגורן איז עס נישט א פראגע פון שאדן מאכן פאבליק פראפערטי. נאר אריינשניידן און צושטערן אמעריקאנער היסטאריע. דאס הייסט חרוב מאכן אמעריקע...! אויך. דאס הייסט נישט קיין דעבאטע. א דעבאטע הייסט ווען מ'טענה'ט זיך ארויסצוברענגען דעם אמת. אבער צושטערן היסטאריע איז א נאציאנאלע קרימינאלע אפענס. און די יחידים און גרופעס וואס טוען דאס באלאנגען צו ווערן ארעסטירט און געמשפט'...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9144 מאל

הודעהדורך מונטסורי » מאנטאג יולי 06, 2020 10:39 pm

אבער ער איז א הירא אין אוקריינע און זייער וויכטיג פאר זייער היסטאריע, אויב איינער שלאגט פאר אראפצורייסען זיין סטאטוע איז אזויווי ער זאל ווען "אריינשניידן און צושטערן אוקריינישע היסטאריע. דאס הייסט חרוב מאכן אוקריינע".

כמעלניצקי איז איין ביישפיל, ס'איז דא נאך פולע, לא ראי זה כלא כראי זה הצד השווה שבהן אז ס'טוט וויי פאר די אייניקלעך פון די באקריוודעטע ווען מען באערט זיי און עס לאזט זיך פרעגען ווי מאראליש עס איז פארצוזעצען די גלאריפיקאציע לדורי דורות.

אבער צוברעכען א נחלת הכלל בריש גלי אן קיין רשות איז טאקע נישט ריכטיג, נאר די גאווערמענט אדער קאלאמבוס וכדומה מעג אזוינס טון.
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג יולי 07, 2020 12:30 am

כמונטסורי ועוד לוואלווי זעה איך נישט אז מען פרובירט דא איבערצושרייבן היסטאריע קיינער מעקט זיי נישט אויס פון היסטאריע נאר מען שטעלט זיך קעגן זייער גלאריפיקאציא
בכלל האט איינער גוט געזאגט אז ביי יידן איז סטאטועס אסור אפשר טאקע פאר דעם ווייל דוירכן גלאריפרן א מענטש וועט מען גלאריפיצירן זיינע פעלערן אויך און מאכן פון זיינע חטאים א תורה שלימה ודפח"ח
נ.ב. איך האב נישט געזוכט באמת קיין כבוד אריינצורעדן און ציען די פיילן אבער אז עס איז דא ווייניג וואס ברענגן ארויס די מיינונג האב איך זיך געשטעלט במקום שאין איש
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 939
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 07, 2020 2:18 am

mevakesh האט געשריבן:כמונטסורי ועוד לוואלווי זעה איך נישט אז מען פרובירט דא איבערצושרייבן היסטאריע קיינער מעקט זיי נישט אויס פון היסטאריע נאר מען שטעלט זיך קעגן זייער גלאריפיקאציא
בכלל האט איינער גוט געזאגט אז ביי יידן איז סטאטועס אסור אפשר טאקע פאר דעם ווייל דוירכן גלאריפרן א מענטש וועט מען גלאריפיצירן זיינע פעלערן אויך און מאכן פון זיינע חטאים א תורה שלימה ודפח"ח
נ.ב. איך האב נישט געזוכט באמת קיין כבוד אריינצורעדן און ציען די פיילן אבער אז עס איז דא ווייניג וואס ברענגן ארויס די מיינונג האב איך זיך געשטעלט במקום שאין איש


שעם דיך נישט קום אריין מער אפט. ס'דא גענוג און נאך וואס וועלען זיך אויפרישן מיט אזעלעכע געדאנקן.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3319 מאל

הודעהדורך גבור חיל » דינסטאג יולי 07, 2020 10:26 am

מונטסורי האט געשריבן:

דערווייל האב איך נישט באמערקט מען זאל פרובירן צו טוישן אדער מעקן היסטאריע.

וואלט עס ווען געבליבן ביי קאנפעדערט מאנומענטן וואלסטו מיך געקענט פרובירן איינצורעדן אז מען פרובירט נישט צו מעקן היסטאריע...


מונטסורי האט געשריבן:
מען דעבאטירט אויב די אלטע פיגורן זענען עפעס מיט וואס מיר שטאלצירן מיט סטאטוען אין די פארקס, אדער באלאנגען זיי טאקע אין מוזיאום, צוזאמען מיט אלע אנדערע גוטס און שלעכטס פון אונזער היסטאריע.


נישט געזעהן קיין דעבאטע אינערגעץ, קיין אנפרעג פאר פאבליק אפיניען, אדער דורך אנארכיסטישע טעראריסטן, אדער דורך קליינע דיקטאטארן אין פארעם פון בארד מעמבערס...

מונטסורי האט געשריבן:
צו דארפען מיר גלאריפיצירן מענטשען וואס זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען ראסיסטען?


א שטייגער ווי די סטאטוס פון טעדי רוזוועלט ביים מוזיעם וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט אין ניו יארק מיטן פנים צו סענטראל פארק, וואס צייגט ווי ער רייט אויף א פערד, און ביי זיינע זייטן זענען אן אפריקאנער און א אנדיאנער, די חטא פון דעם איז ווייל ער איז העכער ווי די אנדערע פיגורן אינעם בילד.

ווער עס ווייסט די היסטאריע אינטער דעם, וואס איז אז אין 1901 נאך ער האט זיך אריינגעצויגן אינעם ווייסן הויז, האט ער איינגעלאדענט באקער וואשינגטאן צום ווייסן הויז, וואס דאס איז געוועזן די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א שווארצער האט דארט געגעסן א מאלצייט און איז אפציעל געלאדענט געווארן דורכן פרעזידענט.

דער שטורעם וואס דאס האט ארויסגערופן איז געוועזן ריזיג גרויס, כל ימיו האט מען אים גערודפט פאר דעם, אבער הוא באחד ומי ישובנו, און ער האט נישט צירוק געצויגן קיינמאל.

די מאנומענט צייגט ראסיזים אדער דאס פארקערטע? שטעל דיך אפ! טראכט! זענען מיר פארריקט?

מונטסורי האט געשריבן:
לאמיר פילן א מינוט וויאזוי מיר רעאגירן ווען אונזערע זיידעס אינטערדריקער ווערן באערט, כמעלניצקי אין אוקריינע, איר גלייכט דאס? יא אוודאי, אין מוזיאום, אין די טעקסט ביכער, אבער א ראול מאדעל? א סטאטוע?


האסט אמאל געהערט פון שער טיטוס? איינמאל געהערט איינעם שרייען, דער האטאך אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פרכות! נידער דעם ארטש!
און נאך אסאך...

דערמאנט מיך א ווארט וואס כהאב אמאל געזעהן פון איינעם, "דו קענסט נישט האבן א בעסערע מארגן ווען דו מעקסט אויס דעם נעכטן".

מעקן היסטאריע איז א שאנדע און א פארראט אין די וואס האבן זייער בלוט און פלייש אוועק געגעבן פאר דאס לאנד.
Those who cast the votes decide nothing. Those who count the votes decide everything

-חבר דזשאסעף סטאלין
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט