דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער גיבערנאטור פון לואיזיאנא, דזשאן עדווארדס האט היינט פארעפנליכט א דעקרעט אין וועלכע ער רופט זיינע אונטערטאנען פאר דריי טעג פאסטן און געבעט צום באשעפער, אפצושרייען די ביטערע אונטערגאנג גזירה וואס פלאגט דאס לאנד. דאס איז א פרעצעדענטלאזע שריט פון א אמעריקאנער גאווערנער!
עס איז בלויז צום האפן אז דער ק-ל כביר לא ימאס תפילת רבים, וועט אויפנעמען דאס פאסטן געבעטן פון די לואיזיאנער ערלים, און באפעלן פארן שווארצן טייוול אז ער זאל שוין ענדליך צוריקצושטעלן זיין שווערד אין שיידל אריין, און דער אונטערגאנג זאל קומען צו א פרידערליכער אפשטעל.
ס'זאל נאר נישט זיין קיין חילול השם, זאגאר צו זיין אייגן פאלק הארכט ער נישט, אבער צו די לואיזיאנער ערלים הארכט ער יא!
דער פאסיגער לעזונג צו אזא פארשטייענדער אויסווירקונג וואלט ווען געווען, אז כלל ישראל זאל זיך צושטעלן צו די תעניתים און צו די תפילות מיט די לואיזיאנער ערלים. נאר וואזשע דען? מיר האבן זיך אזוי אפגעמאכט צווישן אונדז, אז דער כינעזער אונטערגאנג געהערט שוין צו די ווייטע פארגאנגנהייט, מיר האבן נישט די נערווען צו די אלע איזאלאציעס און באגרענצונגען, נישטא מער קיין ווירוס, און פערטיג. מיר שטעלן זיך אזוי אויס דאס ווירקליכקייט לויט אונזערע באקוועמליכקייטן און באדערפענישן. מי כעמך ישראל...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר