הברות פון לשון קודש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
ארגאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:39 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הברות פון לשון קודש

שליחה דורך ארגאן »

יעדער איינער ווייסט אז זענען פאראן עטליכע ארויסריידן פון לשון קודש. אבער, פון וואנען שטימען זיי? לאמיך שרייבן אביסל וועגן דעם ענין.

אפנים, זענען געווען אונטערשיידן אין דעם ארויסרייד כסדר זינט דער תקופה פון תנ"ך. ספר שופטים דערמאנט אז אנשי אפרים האבן ארויסגעזאגט "שבולת" ווי "סבולת." 
 
פאראן היינט א סך כתב ידן פון דער תקופה פון בית שני אין לשון קודש וועלכע באשרייבן טעמעס וועגן ארויסרייד. למשל, אותיות גרוניות (אהח"ע) אין עטלעכע ווערטער האבן פארשוואונדן, ווי "משריך" אנשטאט "מאשריך." לכאורה די וואס האבן אנגעשריבן אט די טעקסטן האבן נישט אלעמאל ארויסגעזאגט די גרוניות.

דער תרגום השבעים איז א גריכישע איבערזעצונג דערמאנט אין גמרא, געשריבן אין משך פונעם בית שני. נעמען פון פערזענליכקייטן און פלאצן זענען געשריבן ווי זיי האבן זיך געקלונגען. דארטן געפינט זיך דער נאמען "עזה" געשריבן ווי "גאַזאַ" (פון וואס דער ענגלישער נאמען האט געשטאמט) און "עומר" ווי "גאָמאָר", ביידע מיט דעם אות "גאַמאַ". פארוואס? דער אות גאַמאַ אין גריכיש האט מען אויסגערעדט ווי "ר" אין פראנצויזיש אדער געוויינטלעכער עברית, דעריבער מען האט למעשה ארויסגעזאגט אט די ווערטער ווי "ראַזאַ" און "ראָמער". עס זענען געווען צוויי מינים פון עי"ן, פונקט ווי זענען דא צוויי מינים פון שי"ן (שׁי"ן און שׂי"ן). איין ארויסזאג פון עי"ן איז געווען ווי עי"ן ביי ספרדים און מזרחים, און דער צווייטער איז געווען ווי "ר". דער דאזיקער חילוק עקזיסטירט נאך אין אראביש (פאראן אותיות עי"ן און "ראַיִין"), אבער אין ל"ק נישט היינט. די זעלבע זאך איז געשען מיט דעם אות חי"ת, וואס האט מען אויסגערעדט סיי ווי "כ" סיי ווי "ח" ביי ספרדים און מזרחים.

שוין אין מיטל-עלטער זענען געווען דריי גרופעס הברות: פון בבל, פון כלל ארץ־ישׂראל און פון טבריה. דער ארויסרייד פון טבריה איז געווען אויטאריטעטיש ווייל עס האט געהאלטן א סך פון קדמונים. דער ארויסרייד האט געהאט 7 וואקאלן און זייערע נקודות ניצט מען איצט, אבער קיין ארויסריידן היינט שטאמען פון אים נישט. דער בבלי ארויסרייד האט געהאט 6 וואקאלן (סגול=פתח=אַ), און פון אים האט דער תימנישער ארויסרייד געשטאמט. תימנים האבן באניצט ניקוד בבלי ביז 20טן יארהונדערט (זיי לייגן אויבן אותיות). סוף כל סוף, האט דער ארץ־ישׂראלישער 5 וואקאלן (קמץ=פתח=אַ און צירי=סגול=ע). אלע ארויסריידן ביי ספרדים און מזרחים (אחוץ תימן) האבן געשטאמט פון אים. 

אין אשכנז, אידן האבן ארויסגערעדט לויט דעם ארץ־ישׂראלישן ארויסרייד במשך דעם מיטל עלטער. כתב ידן פון אשכנז וויזט אן פלאנטערן צווישן די וואקאלן וואס זענען גלייך אין יענעם נוסח, באניצנדיק א מין ניקוד אפשפיגלען דעם ארץ־ישׂראלישן ארויסרייד אויכעט. פארשטייט זיך, די אלע קלאנגען וואס האבן נישט עקזיסטירט אין אידיש האבן פארשוואונדן, מיט דער דגש חזק.
נאך א מאל האבן אשכנזים אדאפטירט דעם ניקוד פון טבריה מיט 7 וואקאלן. אין אידיש און דייטש, א לאנגער "אַ" איז געווארן "אָ" און א לאנגער "ע" איז געווארן "יי." ווייל קמץ און צירי זענען געווען לאנגע "אַ" און "ע" געוויינטלעך, האבן אידן אסאציירט קמץ און צירי מיט קלאנגען "יי" און "אָ". פונדעסטוועגן בלייבן ל"ק'דיגע ווערטער אין אידיש וואס מע רעדט ארויס לויט דעם כלל לעיל און נישט לויטן ניקוד. למשל, רעדט מען ארויס "קַדַּחַת" ווי "קאַדאָכעס" און נישט "קאַדאַכאַס." ביז היינט קראים אין אייראפע רעדן ל"ק מיט 5 וואקאלן.

די כותים פון שומרון רעדן א מין עברית וואס איז אויכעט אן אלטער, כאטשיג ס'איז אומפארשטענדליך פאר אידן. ביי זיי רעדט מען "חמור" ארויס "עמאָר" און "המשפתים" ווי "אַממאַשפֿאָטעם".
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — http://www.heimishyiddish.com

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר