מיין שלום בית מיט אינטערנעט

מיין שלום בית מיט אינטערנעט

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 27, 2020 9:56 pm

טייערע חברים יושבי בית קפה "קאווע שטיבל":
איך פיל אז איך מוז דא ארויסגעבן מיין דילעמע און מיין פראבלעם בנוגע "שלום בית" און אינטערנעט",
דהיינו מיין טייערע אשת חיל תחי' וויפיל זי פארשטייט מיר און איך פארשטיי איר אין אלע ענינים, אבער ביי די נושא פון טעכנעלאגיע פיל איך אז עס איז דא א גרויסע מיספארשטענדעניש און וויפיל איך בין איר מסביר אז איך ברויך עס האבן און אז אלע פארנעפעלטע סייטס זענען געבלאקט און די וועב איז געפילטערט העלפט עס נישט,
און דאס האט צוגעברענגט אז איך טוה אלעס אונטער איר רוקען וואס לכתחלה האב איך עס נישט געוואלט,
ועל של עכשיו באתי:
צוליב מיין ביזנעס האב איך זיך איינגעהאנדעלט א קליינע סמארטפאון און איך האב איר געמוזט זאגן אז עס האט נישט קיין וואטסעפפ
ביז זי געוואור געווארן אז איך האב יא
אזש אז זי האט גענומען בלאזן א תקיעה גדולה אויף מיר אזאנץ אשר לא היתה מאז, איך פיל אז עס איז באו מים עד נפש
איז מיין שאלה דארף איך איר נאכגעבן ? אדער לאזן זאכן זיך פירן ?
ביז דערווייל שפיל איך כאילו לא הי'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום דינסטאג יולי 28, 2020 6:56 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג יולי 27, 2020 10:22 pm

זאג איר אז יעדער האט א סמארטפאון, און איין טאג וועט זי אויך האבן. אויב נישט היינט, דאן נעקסטע וואך. א שאד זי זאל בלאזן אויף א נושא וואס בקרוב וועט זי אליינס אנהייבן כאפן וואס טוט זיך
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 613
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג יולי 27, 2020 10:29 pm

איך פיל דיין צער. אויב מיינע צוויי צענט קענען העלפן, איז עס דאס:

א] אויב די סמארטפאון גייט אויף אירע רעכטן, היינו ארויסהעלפן אין שטוב, פילן ווי דו ביזט דא פאר איר, דאן לכאורה איז זי גערעכט, און דארפסט אויפגעבן די הנאה פון וואטס עפ פאר א פרייליכע געזונטע משפחה.

ב] אויב אבער עס איז נישט קיין סתירה מיט די אויבנדערמאנטע, דאן זיי איר מסביר שיינע הייט, אז זי האט גארנישט אריינצורעדן אין דיין אידישקייט - זיכער ווען מרעד נישט פון קיין הלכה מפורשת. זאג איר אז עס איז נישט נוגע דוקא דא, נאר אין אלע הינזיכטן.

ג] עס קען זיין אז די עצם וואטס עפ באדערט איר נישט, נאר זי איז א תמימה און וויל זיך נישט קעגן שטעלן טכנס הכהילא אלס פער פרעשער פון אירע פארשפיצלטע פארפרימטע חברטעס וכודומה. אין די פאל האסטו מער גערעכט און האלט איר אפיר אפן היתכן איר פער פרעשער רעדט אריין אין אייער ש'''ב.

הצלחה.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 27, 2020 10:33 pm

די ערשטע סטעפ איז איר צו פרעגן וואס פונקטליך שטערט אין אז דו האסט א סמארטפאון, זי האט מורא פאר דיין גיהנם? זי שעמט זיך? זיך באגנוגן מיט סתם א "איך וויל נישט" וועט נישט העלפן אין דעם פאל, מ'דארף זיך דערגרינטעווען צום שורש פונעם פראבלעם און הערשט דערנאך קען מען טראכטן פון זוכן עצות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 27, 2020 10:51 pm

יישר כח פאר @ לבי ובשרי. @ כרם זית. @רביה"ק - פאר די חיזוק
איך וועל זיך באציעהן צו ווערטער פון כרם זית אות ג) ווי לכאורה איז דאס די פראבלעם,
און זי איז אנגעהוקט מיט אירע חברטעס
און זי איז פארעקשנט אז זי וויל נאר א מאושר פאון
עד כדי כך מיינע קינדער בלאזן באפאלן איר 'פרומער פון טאטי???
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך דעת » מאנטאג יולי 27, 2020 11:31 pm

געווענטליך אזא פרוי וועט רעספעקטירן וואס א רב אדער א דיין וועט זאגן.

איז דא א מענטש וועם ביידע טראסטן?
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: מיין שלום בית מיט אינטערנעט

הודעהדורך ישן מלא חדש » דינסטאג יולי 28, 2020 9:16 am

עס קוקט מיר אויס אז די תקיעה גדולה איז געקומען ווייל זי פיהלט אז די האסט איר אויסגענארט און לאו דוקא אויף די עולה פון האבן וואטסאפ איז אויב אזוי דארפסטו זעין צוריק צו באקומען איר טראסט והכל על מקומו יבוא בשלום.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך באר מים » דינסטאג יולי 28, 2020 11:19 am

איך גלייב אז די גאנצע זאך איז נאר א שווערע דורכגאנג והא ראיה אז זי האט שוין מסכים געוועהן אז די זאלסט בכלל האבן א סמארטפאון,
גיב די זאך אביסל צייט זי וועט זיך בארואיגן והכל על מקומו יבא בשלום
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך געזונטערהייט » דינסטאג יולי 28, 2020 11:27 am

איך אגרי מיט @באר מים
ווען זי האט ווען א פראבלעם מיט די עצם סמארטפאן, איז עס א טיפערע פראבלעם. אז זי וויל נישט האבן א מאן מיט א סמארטפאן וכו'
אויב אבער ס'איז נאר די "וואטסאפ" איז עס לכאורה סתם ווייל זי האט געהערט א דרשה אדער פון א חברטע אז וואטסאפ איז די ערגסטע זאך...
דארפסו איר איבערצייגן אז נישט.
והא ראיה די האסט נישט אינסטעגרעם, פעיסבוק וכדומה.
נאר וואסטאפ וואס איז א גרינגע נוצבארע מעסעדזשינג סערוויס
געזונטערהייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דינסטאג יולי 28, 2020 2:20 pm

די לעצטע וואך צוויי איז געווען א מארקעטינג קאמפיין וועגן א גרוס פון יענע וועלט.
לויט א שמועס אויף אייוועלט איז דער קאמפיין דורך א אינגערמאן, וועלכע האלט אינמיטן אן הגעלה וליבון פראצעדור ווי ער וויל זיך מוחל זיין די חטאת נעורים, און האט אפגעמאכט אז ער גייט מזכה זיין כלל ישראל, מיט'ן אויפקלערן די דאון סייד פון סאושל מידיע בכלל, און וואטסעפ בפרט.

א העפטיגע דעבאטע איז פארגעקומען ארום דער ארגומענט, אז דאס ביכל וועט שטערן פאר שלום בית פון מאנכע וואטסעפ באנוצער, נעמליך, זייערע נשים שדעתן קלות וועלן ליינען די אנגעבליכע פראבלעמען וואס וואטסעפ קען ברענגן, וועלן זיי פארפירן אז די מענער זאלן אויפגעבן וואטסעפ.

אולי איז אונזער בעל "שמחה" א קרבן פון די דאזיגע פראבלעם?
מנחם ציון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 443
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 420 מאל

הודעהדורך כרם זית » דינסטאג יולי 28, 2020 2:25 pm

ישן מלא חדש האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז די תקיעה גדולה איז געקומען ווייל זי פיהלט אז די האסט איר אויסגענארט און לאו דוקא אויף די עולה פון האבן וואטסאפ איז אויב אזוי דארפסטו זעין צוריק צו באקומען איר טראסט והכל על מקומו יבוא בשלום.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk


לויט ווי @שמחהלע קאפשטיק זאגט איז די מצב אלס פער פרעשער. אויב אזוי איז כל זה אכנס בהשמועס. זאג איר ''קוק ווי נישט גוט די פ''פ איז אז עס ברענגט מיר צו טון זאכן אונטער דיין ריקן, א זאך וואס איז בכלל נישט געזונט צום ש''ב''.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כרם זית אום דינסטאג יולי 28, 2020 7:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יולי 28, 2020 2:37 pm

ישן מלא חדש האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז די תקיעה גדולה איז געקומען ווייל זי פיהלט אז די האסט איר אויסגענארט און לאו דוקא אויף די עולה פון האבן וואטסאפ איז אויב אזוי דארפסטו זעין צוריק צו באקומען איר טראסט והכל על מקומו יבוא בשלום.
לכאורה איז דאס אמת,
אבער וויאזוי באקום איך צוריק איר טראסט ?
זי האט בכלל טראסט אישוס צוליב איר דורךגאנג בנעוריה בית אבי'


Sent from my SM-T113 using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך 1111 » דינסטאג יולי 28, 2020 5:29 pm

מנחם ציון האט געשריבן:די לעצטע וואך צוויי איז געווען א מארקעטינג קאמפיין וועגן א גרוס פון יענע וועלט.
לויט א שמועס אויף אייוועלט איז דער קאמפיין דורך א אינגערמאן, וועלכע האלט אינמיטן אן הגעלה וליבון פראצעדור ווי ער וויל זיך מוחל זיין די חטאת נעורים, און האט אפגעמאכט אז ער גייט מזכה זיין כלל ישראל, מיט'ן אויפקלערן די דאון סייד פון סאושל מידיע בכלל, און וואטסעפ בפרט.

א העפטיגע דעבאטע איז פארגעקומען ארום דער ארגומענט, אז דאס ביכל וועט שטערן פאר שלום בית פון מאנכע וואטסעפ באנוצער, נעמליך, זייערע נשים שדעתן קלות וועלן ליינען די אנגעבליכע פראבלעמען וואס וואטסעפ קען ברענגן, וועלן זיי פארפירן אז די מענער זאלן אויפגעבן וואטסעפ.

אולי איז אונזער בעל "שמחה" א קרבן פון די דאזיגע פראבלעם?


this was the case by be
it almost ruined my shulem bais
and im even not on any group
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יולי 28, 2020 6:14 pm

1111 האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:די לעצטע וואך צוויי איז געווען א מארקעטינג קאמפיין וועגן א גרוס פון יענע וועלט.
לויט א שמועס אויף אייוועלט איז דער קאמפיין דורך א אינגערמאן, וועלכע האלט אינמיטן אן הגעלה וליבון פראצעדור ווי ער וויל זיך מוחל זיין די חטאת נעורים, און האט אפגעמאכט אז ער גייט מזכה זיין כלל ישראל, מיט'ן אויפקלערן די דאון סייד פון סאושל מידיע בכלל, און וואטסעפ בפרט.

א העפטיגע דעבאטע איז פארגעקומען ארום דער ארגומענט, אז דאס ביכל וועט שטערן פאר שלום בית פון מאנכע וואטסעפ באנוצער, נעמליך, זייערע נשים שדעתן קלות וועלן ליינען די אנגעבליכע פראבלעמען וואס וואטסעפ קען ברענגן, וועלן זיי פארפירן אז די מענער זאלן אויפגעבן וואטסעפ.

אולי איז אונזער בעל "שמחה" א קרבן פון די דאזיגע פראבלעם?


this was the case by be
it almost ruined my shulem bais
and im even not on any group


עס איז גאנץ מעגליך, ווייל אין אמת'ן איז זי זייער נאיוו און זי ווייסט נישט פונקטליך וואס עס איז, זי הערט אויס די אלע ליינס וועגן טעכנעלאגיע.
און וויפיל איך פראביר איר אויפצוקלערן להבחין בין הדברים וויל זי נישט פארשטיין,

איך בין נישט אויף קיין שום גרופ אויסער מיט מיינע ברודער,
דער עיקר וואס איך באנוץ זיך מיט וואטסעפפ איז מיט קאסטומערס וואס געווענליך איז עס פשוטע וואויס נאוטס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך דעת » דינסטאג יולי 28, 2020 10:30 pm

.She really needs a (open minded) mentor
Why is she listening to all these shiurim?

A mentor can also explain to her why you needed to go behind her back in the first place...
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 28, 2020 11:20 pm

לדעתי דארף מען זיין אויפריכטיג מיטן אשת חיל און נישט זאגן ליגענט, און ערגסטן פאל קען מען עפעס באהאלטן, אבער קיינמאל נישט לייקענען. וואלסטו לכתחילה געהאט די קוראזש איר צו זאגן וואלט זי עס נישט גרינג אנגענומען אבער לבסוף וואלט זי עס איבערגעקומען, אצינד נעמט זי עס נישט אן גרינג 'און' אייער טראסט איז געשעדיגט געווארן. וויזוי איך זעה עס איז עס געווען א זאך וואס זי וואלט זיכער סייווי געוואויר געווארן איבער צייט און דאס נישט זאגן איז געווען א פוילער וועג ארום. און יעצט דארף מען צאלן כפל....

איך וואונטש אייך אלעס גוט אין די עתיד אבער געדענק אמת איז די בעסטער מהלך אייביג. גערעכט אז אמאל קומט עס אן שווער אבער פיל מאל איז די אלטערנאטיוו אסאך שווערער....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יולי 28, 2020 11:42 pm

באמת א גרויסע ישר כח פאר די חיזוק בעצה ותושיה פון די אלע יושבים דא
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך באר מים » מיטוואך יולי 29, 2020 12:07 pm

מיין ווייב האט אויך געהאט א מורא'יגע שוואכקייט מיט טעכנאלאגיע אבער ביי איר איז עס לכאורה געווען וועגן משפחה אבער זי האט אלעמאל איבערגעזאגט וואס מען האט איר אויסגעלערנט אין סקול וועגן די שעדליכקייט פון טעכנאלאגיע,
ביז איינמאל איז זי געוואר געווארן אז מיין שוואגער האט א טעבלעט האט זיך אלעס געענדיגט,
בעצם האלט איך אז עס איז א געפערליכע פארברעך אז מען שטעלט די פרויען אלץ שומר אויף די מאן,
אין סקול לערענט מען וועגן טעכנאלאגיע בשעת ביי די בחורים פאר וועם עס איז אסאך מער נוגע ווערט עס כמעט נישט דערמאנט
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: מיין שלום בית מיט אינטערנעט

הודעהדורך אינדיבידואל » מיטוואך יולי 29, 2020 4:14 pm

א גוטע שלום בית מיינט נישט אז דו מאן /וואב טוען געוויסע זאכן וואס געפעלט נישט פארן שותף דו עיקר איז עס זאל זיין אהבה קשר. דו פראבלעם איז אז אסאך מאל טוט דו מאן עפעס וואס ווען זו געפעלט עס נישט פילט דו מאן דו ריחוק פראבירט ער איר מסביר זיין מיט שכלדיגע סברות וואס לדעתי העלפט עס נישט פאר פרויען בפרט בא דיין מצב וואס א חלק פון דו פראפעגאנדע קעגן סמארטפאון איז אז קודם זאגט מען אז מען דארף עס פאר פרנסה און נאכדעם טרעפט מען זיך און שאול תחתית ממלא זעט זי דיך ממש און דו אלע מעשיות און זו האט זייער מורה און זי איז בכלל נישט open פאר א discussio סא ווען ער זעט אז עס העלפט נישט הסבירים גייט ער אינטער איר רוקען די עיקר שורש וואס מען דארפ וויסען אז עס קען נאך אלטס זיין אהבה וקשר אפילו דו טוסט עפעס וואס זי געפעלט נישט און דאס איז בעצם דו שורש וואס באדערט איר אז זי פילט אז זו פארלירט קשר ווייל דו האסט א פאון טיילסט דו דעך אפ פון איר וועלט דו דארפסט פשוט ווייטער גיבן אהבה און עס באדערט דיך אז זי איז בצער .לדעתי בעט איר איבער אויף דעם דעם אז דו ביסט געגאנגען אינטר איר ריקען און דו האסט עס געטון ווייל דו האסט נישט געקענט ציקוקן ווי עפעס באדערט איר .עס איז נישט קיין שום סתירה צו געבן געפיל און מיטלייד וואס זו האט אויפ וואס דו טוסט אבער דו זאלסט עס וויטער טון ווייל דו פילסט אז עס איז ריכטוג.איך ווינטש דיר הצלחה!
אינדיבידואל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2020 1:33 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך באר מים » מיטוואך יולי 29, 2020 7:34 pm

יאפ ר' אינדיווידואל ממש דברים של טעם
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:36 am

באר מים האט געשריבן:יאפ ר' אינדיווידואל ממש דברים של טעם

גא"מ
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 3:59 pm

היינט איז אנגעקומען אין מיין פאסט קעסטל דער אויסגאבע "א גריס פון יענע וועלט" כ'האב עס נאכנישט אדורך געליינט, אבער ס'קוקט אויס ווי דאס וועט פארדרייען מיין אשת חיל דעם קאפ, איז די ערשטע זאך האב איך זיכער געמאכט אז עס זאל נישט אנקומען צו אירע הענט...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך דעת » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 9:44 pm

Don't you think it's a pity that you are putting yourself through this?
She needs your connection and reassurance more than
you need her even though she shows a stubborn front.

.As far as I've seen it will not end by whatsapp

Issues will always crop up better to be on one page in life.
Hatzlacha.
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 10:02 pm

דעת האט געשריבן:Don't you think it's a pity that you are putting yourself through this?
She needs your connection and reassurance more than
you need her even though she shows a stubborn front.

.As far as I've seen it will not end by whatsapp

Issues will always crop up better to be on one page in life.
Hatzlacha.

הבנתי
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך דעת » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:00 pm

Sorry didn't mean to be rude. I understand that its hard to face this.
Good luck
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט