סענסיטיווקייט צו קייען הויעך ביים עסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

סענסיטיווקייט צו קייען הויעך ביים עסן

שליחה דורך יהורם »

שוין פון ווען איך בין א קינד מוטשע איך זיך מיט א פראבלעם, זעלטן וואס איך האב געטראפן מענטשן וואס האבן מיר פארשטאנען.

איך קען נישט סובל זיין ווען איינער קייט הויעך עסן, דאס זיך נאר פארשטעלן פון א מענטש וואס טוט מיט זיינע פייכטע צאן שלינגען הוסטן און ווישן בשעת'ן פארציקן א מאלצייט קען מיר ארויסנעמען פון גלייכגעוויכט. איך האב שוין געזען אין אייוועלט אז מען האט גערעדט דערפון אבער קיינער האט נישט געגעבן דארט קיין גוטע עצות.

איך קוק אן א מענטש וואס קייט הויעך ווי א פראסטער פיגי, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א מענטש קען זיך נישט צוזאמנעמען און פשוט עסן ווי א נארמאלער מענטש. אבער פון די צווייטע זייט קלער איך אז איך בין דער איינציגסטער וואס ליידט דערפון, דאס האט מיר שוין פאראורזאכט אז איך עס כמעט קיינמאל נישט בציבור, און אז איך וויל נישט קוקן אויף קיין מענטשן ביים עסן בכלל, אפילו אין טיווי אדער אינמיטן א מאווי וועל איך מישן די פאזעס ווי זיי עסן ווייל עס קרענקט מיר ממש און דערגייט מיר די יארן.

איך בין שוין געווען ביי טעראפיסטן און דאקטורים און קיינער האט מיר נישט ארויסגעהאלפן בכלל.

איז דא דא איינער וואס קען זיך אויס אין די נושא אדער כאטש איינער וואס איז מיט מיר אין שיפל?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר