רגליים להם ולא ירוצו

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

רגליים להם ולא ירוצו

שליחה דורך גבור חיל »

איך זעה מיך שטיין ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל מיט א טראמפ פעינד'ל, פון אונטער א גרויס בנין שפאנט פלוצלינג ארויס יאסל ביידען אליינס, מיט א שווערע בעיסבאל שטעקן, ווי נאר ער באמערקט מיין פעינדל הייבט ער מיר אן נאך יאגן מיט א שנעלקייט, האלא! שרייט ער, לייג שוין ארויף, כמיין אראפ, אההם גיי, לויף, מיליאנען ביליאנען, בקיצור ער הייבט מיר אן נאך יאגן מיט א געפערליכע אימפעט, שטייצעך כהייב פיס, כברויך נישט אין קאפ אריין מיטן קאנטשיק, אבער צו מיין באדויערן האבן די פיס מיינע מחליט געוועזן מיך נישט צו דינען, איך לויף מיט אלע מיינע כוחות, אבער עס לויפט זיך עפעס נישט... דער שרעקעוודיגער זיידע גייט מיך אט אט כאפן און מיך גוט באמאקעלען, און סווארפט זיך מיר די הענט פאר פחד.

אקעי, כהאב נישט ממש געהאט אזא חלום, ווייל אפילו דארט קען ביידען נישט לויפן...
(כמיין למעשה לויפט ער דאך יא... אקעי כווייס אליינס נישט...) כרעד אבער די געדאנק דערפון, שוין יארן וואס עס עגבערט מיר די פראגע, פארוואס קען מען נישט לויפן שנעל אין א חלום.

געמיינט האב איך אז איך בין מאדנע און שוין, כהעל נישט זאגן פאר קיינעם, מהעט מיר נאך אויסלאכן פאר אזאנע קיריאזע חלומות...

איין שיינעם טאג האב איך אבער גענומען די קורזאש, שטייצעך נישט פארן גיין שווארץ אינכאגניטאו, די קינדער מיינע דארפן דאך נישט ליידן ווען מען גייט איבערקוקן מיין סערטש היסטארי... און כהאב געפרעגט דעם ברענעדיגן פראגע...

נאכן דורך קוקן עטליכע פון די ים מיט וועבזייטלעך וואס גוגל האט מיר צו געשטעלט, שטייצעך נישט פארן אננעמן די ווארימע קיכעלעך וואס יעדע זייטל עקסטער האט מיר אזוי ברייטהארציג אנגעבאטן, בין איך מיט קיין סאך נישט קליגער געווארן חוץ זעהן אז נישט נאר מיינע חלומות זענען אזעכע רשעים...

די צוויי הסברים וואס א מערהייט זייטלעך האבן גענטפערט, איז איינס, ווייל מען חלומט זיך אין סלאו מאשען, וואס איך פארשטיי בכלל נישט, הלמאי נאר איך בין אין סלאו מאשען, און מיין אפאנענט אינעם זעלבן חלום איז נישט, פארוואס איז עס נאר חל אויף מיר?

און די צווייטע הסבר, איז עפעס וואס כהאב נישט אינגאנצן פארשטאנען, עפעס אז דאס געשעהט ווען מען חלומט ווען מען איז אין די רע"ם פאראלאזירונג סטעידזש פונעם שלאף, וואס דעמאלטס קען מען נישט באוועגן די אברים, מיין קשיא איז נאר, איך לויף דאך נישט עכט, סאו וואס פאר א שווארץ יאר האבן מיינע אברים מיט מיין לויפן אין חלום...?

אשר על כן, ווער עס קען ארויס העלפן און מסביר זיין די מיסטריעזע וואלט איך שטארק דאנקבאר געוועזן.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר