געטוישטע און פארגעסענע מצוות

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

געטוישטע און פארגעסענע מצוות

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי ס'טוט זיך אין א דערנעבענדען אשכול וועגן עגונות און צו מ'קען טוישן מצוות אין די תורה, עפן איך דא אן אשכול צאמצונעמען די מצוות וואס מ'האט קלאר יא געטוישט, לאמיר זעהן צו מיט די הילף פון די חברים דא וועלן מיר קענען אלעס צאמנעמען.

כ'על אנפאנגען מיט א קשיא. די משנה זאגט אין מסכת סוכה דף מב: אז דעם ערשטן טאג סוכות איז דא א מצוה מן התורה צו שאקלען לולב און אתרוג, אויב אבער ס'געפאלט שבת שאקעלט מען נישט קיין לולב ווייל מ'האט מורא טאמער וועט זיין איינער וואס וועט נישט וואוסן וויאזוי צו שאקלען לולב, און ער וועט טראגן זיין לולב אין רשות הרבים צו א תלמיד חכם איהם אויסצולערנען וויאזוי צו שאקלען. האבן חז"ל געזאגט אז ענדערש זאל גאנץ כלל ישראל נישט שאקלען קיין לולב ווי איידער אז איין עם הארץ זאל חלילה מחלל שבת זיין.

יעצט, תוספות ברענגט א ירושלמי אין מסכת שבת דף ה: ד"ה בשלמא, אז לויט בן עזאי איז מען נישט מחייב אויב מ'טראגט אין רשות הרבים נאר אויב מ'שפרינגט די גאנצע פיר אמות אין איין ציה, ווייל אויב מ'גייט געהעריג ווערט יעדע טריט גערעכנט אלץ אן עקסטערע געגייעכץ וואס איז ווייניגער פון פיר אמות, און ווייניגער פון פיר אמות מעג מען טראגן. לויט דעם איז שווער, פארוואס האבן חז"ל מורא געהאט אז דער עם הארץ וואס דערמאנט זיך יום טוב אינדערפרי זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שאקלען לולב וועט שפרינגען פיר אמות מיט זיין לולב, וואספארא מין חשש איז דאס?

איז דא אויף דעם אפאר תירוצים:

א. ס'נישט דא אזא ירושלמי, עכ"פ נישט אין אונזער ירושלמי.

ב. ווי קען זיין א איד זאל האלטן א לולב אין די הענט און נישט שפרינגען פאר שמחת המצוה? (אבני נזר דאכצעך).

ג. לויט בן עזאי דארף מען זאגן אז די חשש איז נישט געווען די טראגן אין רשות הרבים פיר אמות נאר דאס ארויסטראגן פון רשות היחיד צום רשות הרבים.

איך וועל אבער דא פארלייגן א פערטע תירוץ, און איך וועל עס פארענטפערן מיט א צווייטע ירושלמי.

ריש לקיש זאגט אין ירושלמי מסכת עירובין פרק ח' הלכה ח': "אין רשות הרבים בעולם הזה אלא לעתיד לבוא שנאמר כל גיא ינשא". ריש לקיש האלט אז א רשות הרבים איז נאר אויב ס'רינגלט ארום די גאנצע וועלט גראדערהייט, און וויבאלד די וועלט איז דאך פול מיט בערג איז נישט מעגליך אז ס'זאל זיין אזא זאך ווי א רשות הרבים, נאר לעתיד לבא ווען אלע בערג וועלן פלאך ווערן ווי ס'שטייט אין נביא דעמאלטס וועט מעגליך זיין א רשות הרבים.

שטעלט זיך א וועלט'ס אויפטרייסעלנדע קשיא, פארוועם זענען געזאגט געווארן די אלע משניות וועגן טראגן אום שבת? פארוועם האט די נביא ירמיה געזאגט כֹּה אָמַר השם הִשָּׁמְרוּ בְּנַפְשׁוֹתֵיכֶם וְאַל תִּשְׂאוּ מַשָּׂא בְּיוֹם הַשַּׁבָּת, איז דאס אלעס הילכתא למשיחא?! נאך מער איז שווער, פארוואס פאר א גוט יאר שאקעלט מען נישט קיין לולב אין סוכות וואס געפאלט אום שבת, אויב ביז משיח'ס טאג וועט נישט זיין קיין רשות הרבים פאלט דאך אוועק די גאנצע חשש? ווען משיח וועט קומען וועלן דאך אלע אידן קענען די הלכות און וואוסן וויאזוי מ'שאקעלט לולב, און אפילו אויב נישט קען מען דאך דעמאלטס מאכן די גזירה?

נאר די תירוץ איז זייער פשוט, ריש לקיש האט אויך געוואוסט אז ווען די תורה רעדט פון א רשות הרבים דארף עס נישט ארומרינגלען די גאנצע וועלט, דאס וואס ער האט געזאגט אז ס'דארף יא ארומרינגלען די גאנצע וועלט איז נאר געווען א תירוץ וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון דעם איסור. אזויווי ער האט געזעהן אז די איסור פון טראגן אום שבת איז זייער שווער, האט ער אלס א רב וואס פילט אן אחריות אויף אידן מבטל געווען די מצוה, און כדי מ'זאל איהם נישט קענען פארהאלטן הלמאי ער איז מבטל א מצוה דאורייתא האט ער געבאקן א נייע פשט. די זעלבע תירוץ קען מען אויך זאגן אויף בן עזאי, ריש לקיש האט גענוצט א תירוץ אז א רשות הרבים דארף ארומרינגלען די וועלט, בן עזאי האט גענוצט א תירוץ אז טראגן איז נאר אויב מ'שפרינגט די גאנצע פיר אמות אין א ציה, די מכוון איז אבער די זעלבע, ס'איז פשוט א וועג זיך ארויסצודרייען פון דעם איסור.

לויט דעם וועט פארענטפערט ווערן נאך א שווערע קשיא, די גמרא זאגט אז יעדע גאס וואס איז 16 אמות ברייט איז א רשות הרבים און מ'טאר נישט טראגן דארט אום שבת אפילו מיט אן עירוב, אן עירוב העלפט נאר אין א כרמלית. לויט דעם וואלט מען אין אונזערע היינטיגע גאסן נישט געטארט טראגן אום שבת, אפילו אן עירוב וואלט נישט געהאלפן. קומט רש"י און זאגט אז אויסער דעם וואס ס'דארף זיין 16 אמות ברייט דארפ'ן אויך 600,000 מענטשן זיך דרייען דארט יעדן טאג, און אזוי פסק'נען אויך דער רמב"ן, רשב"א און נאך ראשונים, און דאס איז איינס פון די היתרים אויף וואס אונז פארלאזן זיך מיט'ן טראגן מיט די עירוב. פרעגן דער ר"ן, מגיד משנה, הגהות מרדכי, און נאך ראשונים, וואו איז געהערט געווארן אזא מין זאך? פון וואו האט רש"י גענומען אזא מין היתר וואס שטייט נישט אין ערגעץ פאר איהם, נישט אין די תורה, נישט אין משניות, נישט אין גמרא? אויב ס'וואלט געווען אמת וואלט די גמרא עס געמעגט זאגן, כאטש ברמיזא, אזוי ארבעט עס, מ'קען זיך אויפבאקן פשטים קעגן די גמרא?

אבער לויט ווי אונז האבן געזאגט שטימט עס זייער גוט, רש"י איז געגאנגען אין די זעלבע וועג ווי ריש לקיש און בן עזאי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר