טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין

שליחה דורך שמעקעדיג »

די "פרומע" קהלות פון סאטמאר עסן זיך לעצטנס די גאל, זיי זענען געקומען אונטער אטאקע, נישט פון די פושעים, נאר גאר פון היימישע פרומע אידן! ביז היינט זענען די קהלות געווען די פאן טרעגער פון פרומקייט און ערליכקייט, זיי – און בלויז זיי – האבן געטראגן די אויסשליסליכע רעכט צו פארקויפן די שיטה הקדושה פאר יעדן איינעם אין אלע אידישקייט הינזיכטן, און חוזק געמאכט פון יעדן איינעם וואס האט געוואגט צו טראכטן אנדערש. פון ציונות, צניעות, טעכנאלאגיע, ביז עירוב און כשרות, און וואס נישט?

קפצה עליהם רוגזו של האטליינס.

לעצטנס האבן זיך געיאוועט געוויסע פרומע קיצונים וועלכע זענען געווארן פויבסטליכער פונעם פויבסט, און זיך גענומען אטאקירן די היימישע מוסדות און האקן אויף זיי מיט א געפערליכע זלזול אז זיי זענען פוגם אין דעם פקדון פון תשב"ר און נעמען געלטער נישט אויסגעהאלטן און האבן גוי'אישע פראגראמען מיט געקינצלטע היתרים וואס קען חלילה האבן א שווערע עפעקט אויף די טייערע קינדערלעך. די האטליינס שטעכט זיי אריין "ביזן זיבעטן ריפ". פרומע מענטשן האקן אויף זיי! מען פרובירט זיי אפצומאלן ווי שקצים... פלוצלינג האבן זיי אנגעהויבן שפירן די ווייטאג פון די אנגעהאקטע און אומשולדיג חוזק-געמאכטע.

איך גראדע האלט (הגם ווער בין איך) אז זיי זענען טאקע אומשולדיג און די פרומע סיקריקים קריכן אויף די גראדע ווענט; אבער עס איז נישט משנה. איך פארשטיי אז זיי האבן זיך זייערע היתרים צו געניסן די געלטער פון די רעגירונג. איך פארשטיי אבער אויך אז אנדערע מענטשן האבן א רעכט צו נוצן געוויסע טעכנאלאגיע לצורך פרנסה, און נאך רעכטן וואס איך וועל נישט דא אויסרעכענען, אבער האט גארנישט מיט אידישקייט נאר מיט חיצוניות. אבער די מוסדות האבן אוועקגענומען אלע זייערע רעכטן, געהאקט און באצווינגען מענטשן מיט כל מיני טעראר צו גיין אין שפאן 100%.

ווי זאגן חז"ל אין פרקי אבות? על דאטפת אטפוך. די וועלט איז א גלגל החוזר.

עס איז ארומגעפארן דרשות פון אלע "תלמידי רבינו". אנגעהויבן א שטיק צייט צוריק פונעם גאלאנטער רבי'ן וואס האט זיך נישט געקענט גלייבן אז אידן נעמען אליינס שריט נאר ווייל זיי האבן אן אנדערע שיטה.... ווי העניך האט שוין שיין באשריבן, און דערנאך מנשה פילאפף און טשאטה'ער רב און נאך בני יואל תלמידים פון רבינו ז"ל.

די וואך אין 'דער איד' האט ארויסגעשפריצט אויפ'ן אויבערפלאך זייער שנאה און ווייטאג אנטקעגן די פארפרומטע, אונטער א קעפל "טול מקל והך על קדקדם".... יא יא... ווען עס טוט וויי שרייעט מען! וואס זאל איך ענק זאגן, טייערע אידן? דער באשעפער שטראפט נאר מדה כנגד מדה. פארזוכטס אביסל אייער אייגענעם מעדעצין, זעהט ווי אומבא'טעמ'ט עס איז, און נעמט אייך א לעססאן איר זאלט דאס מער נישט טון פאר אנדערע אידן.

תכלה שנה וקללותיה, אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר