אומאן און איך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

אומאן און איך

שליחה דורך עדיאל »

[justify]ס'מיר קאלעמוטנע אויפן הארץ. כ'קען נישט זיין אין אומאן היי יאר. שוין, נישט דאס ארגסטע וואס דער קאראונע האט אנגעברענגט. אבי מ'לעבט. יהי רצון שנזכה בשנה הבאה.

דארף מען דאך אבער פארט עפעס טון. ויהי רצון שנשלמה פרים שפתינו.

ברוך השם אין האב גוט חתונה געהאט. מיין ווייב פארשטייט פארוואס איך פאר. זי קויפט נישט די "יומטוב איז פעמילי טיים" טענה. אי"ה סוכות איז אין צוויי וואכן ארום. ס'עט זיין פלענטי פעמילי טיים ביזן איבערן נאז. אונז פארשטיי מיר ביידע אז מיר האבן חתונה געהאט ווייל לא טוב היות האדם לבדו. אונז ערגענצן זיך דאס לעבן איינער דעם צווייטן. הרי את מיינט נישט איך קויף זיך אן אדון לעצמו. זי איז א שטארקע פרוי און גייט מיט די אייגענע כוחות מאכן קידוש אליינס. חוץ מזה, דורכאויס די יאר גייט זי ארום גענוג, און איך פארגין עס איר גערן.

אלף סליחות הויבן זיך שאלות און די ברעמען. ר' עדיאל, איר זיינט אויך פון די אומאן'ער? וואס איז פשט? וואס טרעפט איר דארט?

וועל איך אייך זאגן וואס איך טרעף. אבער קודם לאמיר אייך זאגן וואס כ'האב פארלוירן.

איך האב פארלוירן מיין ראש השנה.

לאמיך זיך מסביר זיין.

ימים נוראים פלעגט זיין ביי מיר ספעציעל. פון יונגט אן פלעג איך גיין אין שול אריין און מיטהאלטן דאס דאווענען. ביי די בר מצוה האב איך געקענט דאס גאנצע נוסח פון אונזער קהילה און א באדיינטער טייל פון פירוש המילות. דאס דאווענען איז געווען פול מיט עמאציאן, געוויינט וואו מ'ברויך צו וויינען און געטאנצט דארט וואו ס'טאנצט זיך. כ'פלעג מיטברומען מיטן בעל תפילה און שפירן ווי איך געפון זיך אין א וועלט פון רוחניות.

כ'האב געלערנט, געליינט, און געהערט אז ראש השנה איז דער יום הדין, און אז מ'משפט אלעמען לפי מעשיו. אז מ'ברויך צו תשובה טון און זיך אויסבעטן א גוט געבענשט יאר. אלע מענשטן גיין אריבער דעם כסא הכבוד כבני מרון. איך כ'האב זיך גע'משל'ט דער רבונו של עולם זיצן אויף א רבי'שן שטול, מיט ברילן אויפן שפיץ נאז, און טוט איבערגיין פאפירן. נעמט אין האנט אריין איין בויגן, בליקט אריין, דרייט איבער אויף דער אנדער זייט, שאקלט דעם קאפ אהער און אהין, און א שטעמפל. לייגט אוועק דאס פאפיר אין א שאכטל, און נעקסט.

און איך שטיי מיר דא אונטן מיט ווייעדיגע פיס ביי די לאנגע מוסף שמו"ע, מיט א בעטנדיגע מינע אויפן מחזור-באדעקטע געזיכט, און שאקל זיך. מיינע שאקלן קלאפן דארטן אויבן אויפן שויב פון רבש"ע'ס טראן צימער, טאק-טאק. יא, מיין פייל. כ'בעט דיר. אנא השם! שטעמפל מיר א תיו של חיים. כתבנו בספר החיים, אבער א חיים של. א גוט יאר טאקע.

און כביכול בליקט ארויס אריבער די ברילן מיט אויגן ברעמען די פארם פון א פראגע צייכן. דער אייבירשטער איז קול דממה דקה, ער רעדט נישט. אלע ביזנעס ווערט ערלעדיגט מיט בליקן. איז פרעגט ער מיר אצינד מיט די מינע פון א גראסערי מאן ווען מ'בעט אויפשרייבן על אף ס'דא שוין א שיינער חוב. און וואס 'עט זיין מיט דיין פעקל? די חטאים עוונות און פשעים?

יא, נו. איך טו דאך תשובה. כ'מיין עס אויף אן אמת. כ'נעם זיך באמת פאר צו זיין וואויל און ערליך דאס יאר. אייאייאיי, וואס ווייסט א יונג בחור'ל א טעם חטא. ער זיצט אין ישיבה א גאנצער טאג, לערנט און מנין'ט טעגליך. אבער לב יודע מרת נפשו, מצער געווען די עלטערן מיט ווייסעך וואס. געטשעפעט די שוועסטער. אמאל א גניבה'לע. און לעצנטנס עפעס די חטאות נעורים וואס ווי ס'שטייט אין די ספרים דעם חומר העוון איז ממש גדול מנשוא. איז ווי האלטן מיר, יא. ס'נישט אזוי שווער צו זיין אן ערליכער בחור. סתם א רוח שטות די אלע עבירות, קליינע ווי גראבע. כ'קען זיך אוודאי כובש זיין דעם יצר. איז נעם איך זיך טאקע פאר, אפצולאזן די אלע שטותים. ס'א רמבם. לעולם איני חוזר לדבר זה.

מיט די יארן וואקסן מיט די השגות און אויך די עבירות. איך פרוביר נאך צו טון א רמבם'ס תשובה, אבער וועמען נאר איך? מ'קען זאגן סלח לנו דריי מאל א טאג, אבער תשובה אויף אן אמת? לא ישוב לכסלו עוד? די זשאוק איז אן מי. כ'דערמאן זיך א ווארט פונעם רוזינער, כי אתה סלחן לישראל, ווי די גמרא זאגן רובץ ולא רבצן. יא, מיין זשאב איז צו זינדיגן, און דער רבוש"ע איז כסדר א סלחן. יא, פיין. אבער דער אימעזדש פון איך און גאט מאכן א דיעל צופיסנס פון כסא הכבוד בעצם ונתנה-תוקף איז א דער'הרג'טער.

דער יום הדין איז שוין מער א דבר שבשגרה. ס'קומט ס'גייט ס'דרייט זיך א וועלט, און מ'לעבט עס איבער.

אינגעלייט רוקן זיך אן אין שול אום עלעף אזייגער ראש השנה. אוי האב איך גוט פארמישט דעם שטן. חלם'ט נישט אפילו היינט איז ר"ה. אנדערע ברענגען זיך מיט א בוך אינטער טלית. איינער איז מסביר פאר א קופקע אויסגעצויגן אויף לאון-טשעירס אויפן פארטש פונעם שטיבל: ליסן, ראש השנה איז א יומטוב, מ'דארף עס קענען ענדשויען. נאו פרעשור! דער אייבירשטער דארף נישט מ'זאל זיין אנגעצויגן. ער פארגינט דיר א גוט יאר אזוי אויכעט.

איך בין מסכים צו דעם, און מלאך רע בע"כ יענה אמן. ווייל ווינטיזש ר"ה איז מער נישטא.

אמאל אין דער אלטער היים, ווען איך בין נאך געווען יונגער מייניך צוזאגן, זענען געוועזן גאטפארכטיגע אידן. ר"ה זענען זיי אויפגעשטאנען ביי באגינען נישט צו פארשלאפן די מזל זייערע. געגאנגען אין מקוה פאר די תקיעות, זיך געשאלקט ביי קשר"ת תשר"ת מיטן טלית אויף איין אויער, נישט צו פילטערן די הייליגע תקיעות דורכן טלית. זיך גוט אויסגעוויינט און אויסגעבעטן דורכאויס דעם לאנגען דאווענען. אז ס'קומען צו קדיש תתקבל און דער חזן האט אנגהויבן בניגון הידוע האט פון זיך אליינס געטאנצט, אזש ויניעו אמות הסיפים איז גאר געווען דער נמשל. מ'האט געשפירט אין די לופט איז ס'גלונגען היי יאר נאכאמאל. מ'האט אויסגעפועלט. נעתר לבקשתנו, אונזערע תפילות האבן זיך דורכגעבראכן צום כסא הכבוד. היום תתקבל ברחמים וברצון את תפילתנו.

וואו זענען די אידן היינט? אפשר דארט וואו כ'האב זיי איבערגעלאזט. איך וואוין היינט אין אן אנדער געגענט און דאווען שוין היינט אין אן אנדערע שול. דער בעל תפילה דא, א ווארימער חסידישער אינגערמאן, זינגט שוין קרליבך. צוזינגט זיך ביי כה אמר השיים און הבן יקיר. ס'זייער עמאשענעל און הארציג. דער עולם קומט און גייט. קידוש איז עוועילעבל אלל טרו אוט די דעי. מ'רייכערט, מ'קוקפקעט זיך, מ'ליינט, און מ'דאווענט אויך. נאו פרעשור.

און מיר ווילט זיך בלייבן אידערהיים. דאס איז נישט אוטענטיש ראש השנה. אוטענטיש פאר מיר איז וואס ס'געווען ווען איך בין אויפגעוואקסן.

איך זוך א מינינגפול ראש השנה. צו מיין יונגט שול גיי איך נישט, ווייל צוריק גייט א קאזע. איך געפון זיך שוין נישט דאס פלאץ דארטן. אפילו ווען כ'זאל ווען גיין, וועט שוין נישט זיין אינטערסאנט. ס'וועט נישט זיין דאס זעלבע. מיין יונגט און מיין אינאסענס איז מער נישטא און איך קען עס נישט צוריקברענגען. ליבערשט ווייל איך פארבלייבן מיט די זכרונות פון אמאל, ווי באקומען א ריעליטי טשעק אינעם הווה.

איז גיי איך מיר קיין אומאן.

איך בין נישט קיין ברסלבר, נישט קיין אנ"ש און נישט קיין ניו עיזשי טייפ. איך גיי נישט פאר די זינד און נישט פאר די תיקון. איך גיי פאר ווייל דארט האב איך א רעליזשעס עקפיריענס. ווען איך בין דארטן שפיר איך אז אזוי האט זיך מסתמא געשפירט ביי עולה רגל זיין. איך בין באוויסטזיניג אז דארט איז געווען א מזבח אין דא איז א קבר. יא, איך בין פארט פעסט געווארצלט למטה מעשרה טפחים. אבער אויף ענגליש הייסן ביידע א פילגרימיזש טו א שריין, און די געפיל איז עפעס פון אן אנדער וועלט. מ'שפירט זיך ווי א טייל פון גרעיטער כלל ישראל. יא, אזוי איז געווען דארט בשעריך ירושלים ווען ששם עלו שבטי יה. מ'ווערט עפעס אזוי מיטגעריסן מיט אלע סארטן שבטי ישראל. דאס איז איינס.

צווייטנס, דא ווייט אוועק פון דערהיים קען איך איבערלאזן די ששת ימי המעשה אונטער זיך. רבי ר אלימלך פלעגט ערב שבת זיך אויסטון די וואכענדיגע גוף און זיך אנטון די שבתדיגע גוף. איך בין ווי דער רבי ר מיילעך. דא טו איך זיך אויס דעם איך, און לאז מיר איבער ביי פושקנא קר. ביילינס. דא שעם איך זיך נישט צוגיין צום ציון און זיך אויסוויינען. וויינען אויף וואס? תשובה? גוט קוויטל? כ'האב נישט קיין אהנוג אויף וואס. סתם וויינען לשם וויינען מעג מען שוין נישט? ס'קומט מיר צו וויינען, איז וויינעך מיר אויס. פלאצן זאלסטו. און ווען ס'קומט מיר צו טאנצן טאנץ איך, גרויסע טאטע וואס איך בין.

ביים דאווענען שפיר איך א געשמאק. איך זינגט מיט, זאג מיט, האלט מיט. איך דארף נישט קיין ספרל אונטערן טלית. כ'שפיר א טעם אינעם דאווענען דא. כ'ווייס נישט צו ס'דער נוסח צו ס'איז דער עולם, און כ'וויל נישט וויסן. איך וויל שפירן א טעם, און דא האביך עס.

ס'איז אן אנדער סארט עקפיריענס ווי מיין יונגט. דא שפירט זיך נישט דעם ציטער פארן יום הדין, און פרענקלי איך בין מוותר דערויף. כ'ברויך אויך נישט דעם פרעשור. אבער דא קען איך עס איינטוישן פאר עפעס אנדערש. דא איז איך, כלל ישראל, און ממליך זיין הקב"ה. ס'איז אזא מין העפי עקפעריענס, אבער פון א רוחניות'דיגער סארט. איך שפיר ווי כ'האב געוואונען די לאטאריע. איך האב מיין ראש השנה צוריק.

וועגן דעם פאר איך קיין אומאן.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עדיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר