אז מ'הייסט, הייסט מען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

אז מ'הייסט, הייסט מען

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לא איש דברים אנכי, אבער אז פאליטיקאנט הייסט מוז מען קאטשקען עטליכע הרהורים.

כ'האב לעצטענס געמאכט אזא עקספערימענט:

כ'פרעג דעם היימישן עולם, ווער איז געווען פריער, נאפאליאן אדער וואשינגטאן. פרובירט עס אליין, איר וועט הנאה האבן.

וואס איז פשט? זייער פשוט, נאפאליאן איז סינאנים מיט אייראפע, דער אלטער רבי, דער רבי פון לובלין, קליפות, ענינים, מלחמות אין הימל, וכו' וכו'.

וואשינגטאן אבער, האט נישט געהאט די אלע דאגות. אין דער צייט וואס נאפאליאן האט געהאט אן אוידיענץ ביים שטן, האט ער געזוכט דעם אמעריקאנעם חלום אין די זומפן פון דעלעוועיר, דא ביי אונז, למטה מעשרה טפחים.

נו זאגט איר אליין, ווער איז געווען פריער?...

(מ'דארף טאקע מברר זיין ביי די אינדיאנער, צי זייערע רביס האבן נישט געפירט הימלישע מלחמות מיט וואשינגטאן.)

---------------

מנחם ציון זז"ג האט געפענט אן אשכול איבער וועלכע עפאכע איר וואלט געוואלט לעבן. רוב האבן עפעס א תקופה אינעם עבר, געוויסע ענלייטענד אידן - אינעם עתיד.

איר באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך? קיינער קלויבט נישט אויס תש"פ.

תש"פ איז סתם נישט אינטערעסאנט. דאס לעבן אינעם הוה איז אלעמאל מאנדעין. וואס גייט שוין פאר? כ'דארף גיין אין געז-סטעישאן קויפן געז? כ'דארף געדענקן צו נעמען א שירעם ווייל עס רעגנט? עס גייט פאר אן עלעקשאן און א קאראנע? נו נו. נישט עפעס מורא'דיג.

די איינציגע אפציע – אלעמאל - איז טראכטן פונעם עבר, אדער חלומ'ען פונעם עתיד.

-----------

אמאל זענען געווען גרויסע אידן, היינט איז אלעס פארעווע, עפעס נישט אהין און נישט אהער.

אמאל זענען אידן געווען בעלי מדרגה. אפי' דער פשוט'ער תהילים איד, איז געווען א צדיק מופלג לגבי היינטיגע בעלי בתים.

כ'מיין אז די טענה איז נאכנישט אויפגעברענגט געווארן:

דאס ווייסן מיר דאך זיכער אז אמאל זענען אויך געווען רשעים מהודרים, לויט אלע שיטות. רוצחים מוסרים ואפיקורסים. אויב אזוי, וויאזוי פארבריקט מען דעם געפ צווישן די צדיקים נוראים און רשעים ארורים?

דער געזונטער שכל זאגט, אז ווען א סאסייעטי האט צוויי קצוות, דארף זי אויך האבן אלע מדרגות אינצווישן, וואס ערפילט דעם געפ, און ערלויבט אירע מעמבערס זיך צו געפונען וואו אימער פון איין קצה ביז'ן אנדערען.

------------

פונקט פריער איבערגעלערנט דעם פאום פון עליזעבט די ערשטע. יעדע מאל באזונדער גיי איך ארויס פון התפעלות פון די צוויי שורות:

My care is like my shadow in the sun --
Follows me flying, flies when I pursue it,

ענד איי טינק טו מייסעלף, דאס האט געשריבן א פרוי אין די 1500ס. א פרוי, מיינד יו.

פארוואס אין 2020 קענען אלע גויטעס הארץ, זיין נארמאל-ערצויגענע ברואים, פירן ערוואקסענע שמועסן מיט חכמה און וויט. נאר אז כ'גיי ביי אונז אין גאס, מוז די ברייט פונעם סיידוואק זיין פארשטעלט מיט קינדער בדמות נשים פארקוטשעט אין טורבאנס, העפטיג פארטון אין נארישע פראפלערייען, ווי זיי וואלטן זיך געפונען אינעם מיטל-אלטער.

בנות ישראל נאות הן, אלא שהצניעות מנוולתן.

----------------

ס'קומט א גרויסע טאג ביי אידן, עס איז סעפטעמבער דעם עלעפטן.

באטראכטענדיג דעם דור אשר לא ידע את יוסף, גאנצע שיפמענטס פון אינגעלייט וועלכע ווייסן פון 9/11 נאר מפי השמועה, פלעג איך אמאל טראכטן אז איך שטיי בעסער. איך האב עס מיטגעלעבט, זיי האבן נאר געהערט דערוועגן.

אבער לשיטתינו הייב איך אן טראכטן פארקערט. ביי מיר איז עס געווען א געשעעניש אין די ריעל ווארלד, כ'בין געגאנגען אין ישיבה, אנגעקומען באדעקט ווייס מיט אש, געהערט די נייעס וכו'.

די ריעל ווארלד איז קיינמאל נישט אינטערעסטינג. די ריעל ווארלד איז ניטאמאל אמת, פריער איז עס נישט געווען, א רגע שפעטער איז עס שוין נישט דא.

ביים נייעם דור איז עס א טייל פון היסטאריע, ניין עלעווען איז ביי זיי ווי ס'איז ביי מיר פורל-הארבאר. עס איז אן אמת'ע געשעעניש, עס איז פארשריבן אין היסטאריע.

-------------

ענד היער ווי גאו עגעין.

מ'האלט שוין ווייטער ביי סליחות, די דזשאוק קאנטיניוס.

מה שהי' הוא שיהי'. איטס אלל אין יור מיינד. באמת איז עס נישט אן עבודה פון צוויי חדשים. ווי זאגט דער רמב"ם, א בעל תשובה איז משנה שמו, כלומר, אני אחר, ואיני אותו האיש שעשה אותן המעשים, ומשנה מעשיו כולם לטובה ולדרך ישרה.

דזשאסט לייק דעט.

נאר וואס, אז דער ספליט-סעקאנד קליק זאל נקלט ווערן, דארף מען צוויי חדשים צערעמאניעס.

א חבר מיינער האט מיר לעצטענס געפרעגט א קלאץ קשיא. דער רמב"ם זאגט אז ווען אברהם אבינו האט משיג געווען אחדות ה' וכו' איז ער ארומגעגאנגען לקרות בשם ה', עד שנתקבצו אליו אלפים ורבבות, והם אנשי בית אברהם, ושתל בלבם העיקר הגדול הזה.

פרעגט ער, וואו זענען די אלע צענדליגער טויזענטער נעלם געווארן שפעטער, קיין מצרים זענען דאך אראפ נאר די זיבעציג אייניקלעך?

וואס דען, קיין שופר האבן זיי געבלאזן, קיין אתרוג האבן זיי געשאקלט, ניטאמאל א דזשי ענד דזשי רעקל איז געווען צו באקומען. איין דזשאב האבן זיי געהאט, ווען מ'פרעגט וויפיל געטשקעס זענען דא, מוזן זיי למען ה' ענטפערן – איינס.

ביז היינט פלעגט ער זאגן צען, יעצט האט מען גע'פועל'ט ער זאל זאגן איינס. העפי נאו?

גאט האט אונז צוגעשטעלט צוויי חדשים פון צערעמאניעס. פונקטליכע אינסטרוקציעס ווען מיר זאלן וויינען און ווען טאנצן, עס איז אן אויסגערעכנטער רעצעפט אז די זאפט זאל גוט אריין אין ביינער. למען תהי' יראתו על פניכם לבלתי תחטאו.

און ע"ד מוסר האביך גענטפערט, אז די אנשי בית אברהם זענען אלע געגאנגען צו ישמעאל. אז דער רבי שטארבט גייען די שטוב-מענטשן צום עלטערן זון. צום שייגעץ.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר