לב טהור - איבערבעטן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

לב טהור - איבערבעטן!

שליחה דורך חכמת שלמה »

אין הלכה ווערט געברענגט, און אזוי אויך אין ספרי יראה ומוסר, אז ראש-השנה איידער מען גייט צום יום הדין, בעט מען זיך איבער איינער מיטן אנדערן. אזוי איז אויך איינגעפירט צווישן אידן, אז אויב מען שפירט אז מען האט איינעם פוגע געווען, בעט מען זיך איבער און מען פראבירט צוצוגיין צו די הייליגע טעג מיט רואיגע געפילן בענין בין אדם לחבירו.

ס'איז א צייט יעצט צו מאכן א חשבון הנפש!

למען האמת, מענטשן בעטן זיך טאקע איבער, אבער אין אסאך פעלער, ביי מענטשן וואס מען האט באמת בא'עולה'עט און שטארק וויי געטון, אויף אן אופן אז עס איז שווער זיך אוועקצוזעצן און זיך באטראכטן, וועט דער מענטש זיך אליין פאפן און טראכטן אז ער האט באמת גארנישט געטון, אדער אז יענעם האט מען געמעגט און זאגאר געדארפט מצער זיין. עס וועלן אסאך מענטשן קענען מעיד זיין, אז די ריכטיגע וואס האבן שטארק מצער געווען, קומען נישט איבערבעטן ערב יום-הקדוש אדער ערב ראש-השנה, נאר די וואס מען האט אמאל געטשעפעט מיט א ווערטל, אדער ס'איז אויסגעקומען בטעות אז מען האט יענעם נישט מכבד געווען מיט אן עליה, וועט מען אים איבערבעטן.

וכאן המקום לערוך חשבון הנפש מדיוק.

עס ווערט געברענגט אין מטה אפרים, אז אויב דער מענטש קומט נישט איבערבעטן, אדער יענער איז נישט משים לב, דארף מען זיך מקדים זיין פאר יענעם און לאזן וויסן אז מען האט א שווער הארץ אויף יענעם, אולי יחוס.

כלפי מה דברים אמורים?
לב טהור!

שטעלט אייך אפ א מינוט און טראכט!
עס קומט דאך דער יום הדין, "חלים כמכבירה" זאגט מען, יעדער ציטערט, לב מי לא יחרד פון דעם גרויסן טאג. זענט איר טאקע ריין פון מצער זיין א קהילה שלימה בישראל, אדער א יחיד פון די קהילה? - האט איר טאקע קיינמאל נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט, אדער א שפאס ווארט קעגן די קהילה? - זענט איר זיכער אז איר זענט נישט קיין גורם, דירעקט אדער אומדירעקט, דורך א קרום ווארט, דערויף וואס פינף אידן שמאכטן אין תפיסה, בתנאים לא תנאים? - זענט איר זיכער אז איר זענט נישט שולדיג א חלק, אין דעם וואס צענדליגע קינדערליך שמאכטן פון קעלט און הונגער, בשעת מען וואלט זיי געקענט העלפן און מיט אייער קרום ווארט איז דאס אפגעהאלטן געווארן?

איך ווייס דער תירוץ: מען פייניגט, קולט, מען טאר נישט רחמנות האבן, אכזרים, ועוד ועוד ועוד. אבער שטעלט אייך אפ א מינוט! - האט איר גענומען די מיה צו מברר זיין וויפיל פון די שמועות זענען ווירקליך אמת? - איידער איר האט אויפגעהויבן א טעלפאן, פאר'מסר'ט איינעם, אדער אפילו נישט... ווען איר זענט געזעצן אין מקוה און דערציילט א הייסע נייעס וואס איר האט נאר וואס געהערט פון א חבר צי א שוואגער, און איר זאגט עס איבער מיט א זיכערקייט, וואס דאס פארט ארום און איז גורם אז א גביר זאל נישט געבן קיין געלט פאר הונגעריגע קינדערליך אויף יענעם ארט. האט איר גערעדט וואס איר ווייסט? - האט איר נישט איבערגעטריבן? - האט איר נישט אומדירעקט געפייניגט אידישע נפשות, אומשולדיגע שעפעלעך? - זענען אייערע הענט ריין פון בלוט? - זענט איר רואיג צו קומען דאווענען פארן בורא עולם, וויסנדיג און זאגנדיג אז "ידינו לא שפכו את הדם הזה?'.

דער פאקט היינט צו טאגס איז, אז עטליכע אידן שמאכטן אין תפיסה, קיין וויין מיט חלה וועלן זיי נישט האבן, סימנים - די מינימום. זענט איר זיכער אז אייערע רייד אין בית-המדרש, האט נישט צוגעגעבן צום רעש? - קינדערליך שמאכטן פאר הונגער, עס איז נישטא קיין פלייש צו עסן. זענט איר זיכער אז אייערע רייד האבן נישט גורם געווען אז אן עושר זאל נישט וועלן געבן דארט געלט? - ואלה הצאן מה חטאו?

איך רעד נישט צו די א.ג. עסקנים, וואס רעדן איין יענעם (נישט זיך, זיי ווייסן דעם אמת!) אז זיי מיינען לשם-שמים, די וואס פירן די מערכה און שטייען אין שפיץ, איך באציה זיך נישט צו זיי יעצט, אויף זיי איז א ביטער רחמנות. איך רעד צו אחינו בני-ישראל, סתם אידישע קינדער וואס ווילן זיין וואויל און ווילן צוקומען צום יום הדין מיט א ריינע געמיט. זענט איר זיכער אז אייערע אומשולדיגע רייד האבן נישט גורם געווען קיין שלעכטס?

האט איר מברר געווען פאקטן פארן רעדן? - זענט איר זיכער אז די פריזער מעשיות זענען אמת? - די מלקות זענען אמת? - אלע אנדערע לשון-הרע'ס זענען אמת? - זענט איר זיכער געווען דערין איידער איר האט אנגעהויבן צו רעדן? - וואס על סמך זה זיצן אידן אין תפיסה? - די גרעסטע מומחים טענה'ען, אז ווען נישט ידי ישראל באמצע, וואלטן די אידן נישט געווען אין תפיסה. זייער חטא איז נישט אזוי גרויס, אז ווען ס'וואלט געווען א גוי וואלט יענער געזעצן, עס איז געווען מיט א דירעקטע העצע פון אחב"י ליידער. זענט איר זיכער אז אייער פלעטשקען אין דער נושא האט נישט צוגעברענגט צו דעם היץ? - זענט איר אינגאנצן ריין?

עס קומט צו גיין דער יום-הדין, און מען גייט זיך אויסבעטן א גוט געבענשט יאר, און איך וואונטש יעדן איינעם א אמת'ע גוט געבענטשט און זיסע יאר. אבער זענט איר גראד מיט בין-אדם-לחבירו, פון א גאנצע קהילה בישראל? - איר דארפט איבערבעטן, איר דארפט איבערבעטן, איר דארפט איבערבעטן.

איך גיב אייך די געלעגנהייט, איך מערק אייך אויף א נקודה און קבלו את האמת ממי שאומרו. איר קענט נאך איבערבעטן און זיך פארנעמען אויפן עתיד, איר קענט נאך מתקן זיין, כל זמן שאתם מאמינים שאפשר לקלקל, תאמינו שאפשר לתקן. קאווע שטיבל איז נאך דא, איר קענט זיך פארנעמען נישט צוצוגעבן אויל צום פייער און מאכן נזקים פאר אידישע קינדער. בחורים און קינדער שמאכטן פאר הונגער און קוקן ארויס אויף הילף, מען קען זיי העלפן, מען קען זיי גליקליך מאכן, מען קען רעדן און שרייבן א גוט ווארט אויף זיי. גייט אין ביהמ"ד און ווען איר הערט א קופקע איבער די נושא, ווארפט אריין א גוט ווארט. יא, א גוט ווארט קומט אן ווייט, און א שלעכט ווארט ליידער נאך ווייטער. זייט פון די וואס בויען, פון די וואס העלפן און נישט פארקערט.

און צום נקודה, אידישע קינדער האבן בא'עולה'ט לב טהור, מען דארף זיי איבערבעטן!

זאלט איר אלע זוכה זיין צו א גוט געבענשט יאר, צו א שנת גאולה וישועה, ושנת גאולי באה במהרה.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר