ויהי אחרי הדעבאטע.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

ויהי אחרי הדעבאטע.

שליחה דורך גבור חיל »

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די ערשטע דעבאטע צווישן פרעזידענט טראמפ און דזשאו ביידען, די מאדערעיטער איז געוועזן קריס וואלעס פון פאקס נויז.

און דאס איז וואס איך האב ארויס גענומען פון די דעבאטע.

איך האב פארלוירן עטליכע מוח צעלן קוקנדיג די דעבאטע, דאס איז עכ"פ זיכער.

די דעבאטע בכלליות איז געוועזן א מין שיט שאו אז ס'איז נורא נוראות... נישט טראמפ און נישט ביידען האבן גערעדט צו די זאך, מען האט זיך ארום געהארגעט א גאנצן צייט ווי קליינע קינדער, און דער מאדערעיטער וואלעס האט נאר ערגער געמאכט.

די טראמפ'יסטן טענה'נען אז טראמפ האט דעבאטירט צוויי אנשטאטס איינעם, ווייל וואלעס איז געוועזן שטארק בייעסד.

די ביידען שטיצער צוזאמען מיט די מעין סטריעם מידיאו זאגן אז ביידען זאל סקיפן די נעקסטע צוויי דעבאטעס, און איך פארשטיי נישט פארוואס, ביידען איז אריין געקומען זייער שטארק נעכטן.

ביידע האבן צוזאם גערעדט א וועלט מיט ליגענט.

טראמפ טענהט אז ער האט געצאלט מיליאנען אין טעקסעס יארע 2016 און די ריטורנס וואס די טיימס האט געליקט איז פאלטש, אויב אזוי פארוואס האבן רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט גערופן פאר א אויספארשונג אין די IRS וויאזוי ס'האט געליקט? ס'איז דאך מילא פאלטש?

טראמפ האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן אפציעל זאגן אז ער דיסעגריט מיט זיינע דאקטורים איבער די וואקסין.

ביידען האט פשוט און פראסט געלייקענט די 3.5 מיליאון דאלער וואס סענאט זאגט אז זיין זון האט באקומען פון די ווייב פון די מאסקעווע מעיאר.

ביידען האט גראב ליגענט געזאגט ווען ער האט געזאגט אז טראמפ האט נישט אראפ געריקט די דראג פרייזן.

ביידען האט נאכאמאל געניצט די סאקערס און לאזערס פון אטלאנטיק וואס 23 אפישעלס האבן עס געלייקענט אן דע רעקארד, און אטלאנטיק האט שוין אויך געזאגט אז ס'איז מעגליך פאלטש, בו בעת וואס ער האט געלייקענט אז ער האט גערופן סאלדאטן סטופיד בעסטערטס וואס איז דא אויף ווידיאו און זיין קאמפיין האט עס באשטעטיגט.

ביידען האט ווייטער נישט גענטפערט אויף די שאלה צו ער גייט פעקן די סופרים קארט, אזאך וואס סיי ער און סיי קאמאלע האלטן נישט ביים ענטפערן, און די ראדיקאלע לינקע ליבעראלן זאגן אז זיי גייען עס טון.

טראמפ האט געטון א קליגע זאך מיטן ארויס ריקן א סטעיטמענט פון ביידען אז ער שטיצט נישט די ראדיקאלע גרין נא דיעל, וואס אויף זיין וועבזייט שטייט אז ער שטיצט עס יא.

ביידען האט א גאנצן צייט גערעדט גראד אריין אין די קעמערע וואס האט אים געמאכט אויסקוקן זייער גוט.

די טראמפ קאמפיין האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן אראפ מאלן ביידען ווי א פארקאלעכטער וואס קען קיין גראד ווארט נישט זאגן, יעצט האט ער עכט גארנישט געדארפט זאגן נאר רעדן צו די זאך און ער האט עס שוין געמאכט.

קריס וואלעס די מאדערעיטער שטייט אויס גרויס קריטיק פארן זיין זייער איינזייטיג.

ער האט אריינגעהאקט אין טראמפ 76 מאל און אין ביידען 15.

ער האט געהייסן טראמפ קאנדעמען ווייסע סופערמעסיסטן וואס טראמפ האט אויפן פלאץ געטון, און האט שוין געטון אסאך מאל, אבער האט נישט געהייסן ביידען קאנדעמען אנטיפא.

ער האט געפרעגט טראמפ איבער זיינע טעקסעס, אבער קיין ווארט נישט גערעדט צו ביידען איבער די רוסישע געלטער און איבער די אוקריינישע אויספארשונג.

יעדעס מאל וואס טראמפ האט פרובירט צו ענטפערן ביידען האט ער געהייסן גיין ווייטער.

איך גלייב נישט אז איין מענטש האט זיך געטוישט פון די דעבאטע, מהאט קיין איין טאפיק נישט קלאר אויסגעשמועסט.

למעשה, ביידען איז אריין געקומען סאך שטערקער ווי געראכטן, אבער די גאנצע זאך איז געוועזן א טאטאלע מעס און מיך געגעבן שווערע קאפ וויי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גבור חיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר